Skip to content

מעשה אבות - א מעשה מיט א מוסר השכל

הורינו | September 27, 2026

פרי עץ הדר / א מעשה לכבוד סוכות

די לעצטע מינוטן פאר סוכות האבן אראפגענידערט אויף די געסאלעך פון ירושלים. די לופט איז שוין פול מיטן אנגענעמען הייליגן ריח פון פרישע ערבות, הדסים, און אתרוגים. רבי נתנאל, אן איידעלער תלמיד חכם וואס איז מדקדק בקלה כבחמורה, איז געשטאנען אויפ'ן לייטער אין געבויעט די ווענט פון די סוכה, מיט גרויס פארזיכטיגקייט לויט אלע הידורים און שיטות הפוסקים.

אינמיטן די סוכה איז געליגן א ריין זילבערנע קעסטל, אינעווייניג איז געלעגן א ריינער "קאלאבריא" אתרוג, א יופי שביופי. ריין פון יעדן פינטעלע אדער "בלעטל", און דער פיטום איז געשטאנען הויך און שטארק. ער האט באצאלט דערפאר עטליכע חדשים פון זיינע אפגעשפארטע געלטער, נאך לאנגע שעות פון זוכן און בודק זיין מיט א פארגרעסערונג גלאז אינאיינעם מיט די גרעסטע מומחים אין ארבעת המינים.

מיטאמאל האט ער געהערט קלאפן אויפ'ן טיר. זיין פאטער, רבי שלמה, אן עלטערער חשובער איד א ירא שמים איז אריינגעקומען. ער האט שווער געאטעמט פון ארויפקלעטערן די טרעפ, און זיינע ווייסע פאות זענען געווען צוגעקלעפט צו די באקן פון שווייס.

"נתנאל, מיין טייערער זון," האט דער פאטער אויסגערופן מיט שמחה אין די אויגן, "איך האב געהאט א זכיה!" פון אן אלטן זעקל האט רבי שלמה ארויסגענומען א בלעכענע פושקע פון קיכלעך, עס געעפנט מיט ציטערדיגע הענט, און ארויסגענומען אן אתרוג איינגעוויקלט אין א פשוט'ן שטיקל וואטע.

רבי נתנאל האט א קוק געטון אויפ'ן אתרוג, און זיין הארץ איז איינגעפאלן. דער אתרוג איז געווען טונקל-גרין, אויפ'ן אויבערשטן טייל האט מען געזען עטליכע ברוינע פלעקן און צוויי גרויסע בלאט פלעקן, עס איז געווען א גרויסע שאלה אויב עס איז בכלל כשר, אן "הדר" איז עס זיכער נישט, אויפן בעסטן פאל איז עס א כשר בדיעבד.

"איך בין היינט אינדערפרי געגאנגען צופיס ביזן מארק," האט דער טאטע געזאגט מיט א שטימע פול מיט התרגשות. "איך האב געזאגט פארן סוחר: 'גיב מיר דעם בעסטן אתרוג וואס דו האסט - אן אתרוג וואס פאסט פאר גאר חשובע אידן. מיין זון איז א תלמיד חכם, עס קומט זיך אים דאס שענסטע!' איך האב באצאלט דערפאר מיט דאס לעצטע ביסל געלט פון מיין געהאלט פון דעם חודש. נעם עס, מיין טייערער זון, מאך די ברכה דערויף דעם ערשטן טאג יום טוב און זיי מקיים דערמיט די מצוה בהידור רב".

רבי נתנאל האט געשפירט ווי זיין הארץ פאלט איין. ער האט געקוקט אויפ'ן זילבערנעם קעסטל וואו עס ליגט דער יופי שביופי אתרוג וואס ער האט אזוי שטארק געוואלט בענטשן, און דערנאך אויפ'ן שוואכן אתרוג וואס זיין טאטע האט אים געברענגט מיט אזא מסירות נפש. "נאך אזויפיל וואכן פון זיך פלאגן פאר אן 'הידור מצוה'," האט זיין הארץ געשריגן, "וויאזוי קען איך מאכן א ברכה אויף אזא סארט אתרוג?!"

אבער רבי נתנאל איז געווען אן ערליכער איד, אן איד וואס איז אויסגעהאלטן ווען עס קומט צו הלכה נישט נאר אין די הלכות פון אן אתרוג, נאר אויך אין די מצוה פון כיבוד אב ואם. ער האט געטראכט צו זיך: 'וואס איז ווערט דער גאנצער הידור, אויב עס קומט אויפ'ן חשבון פון וויי טון א טאטן?'

אן קיין צווייפלענישן האט ר' נתנאל אריינגעלייגט דעם זילבערנעם קאסטן טיף אין לעדל און עס שטילערהייט פארמאכט. דערנאך איז ער צוגעגאנגען צו זיין טאטן, ער האט גענומען דעם איינגעשרומפענעם אתרוג מיט ביידע הענט מיט גרויס יראת הכבוד, עס אויפגעהויבן קעגן די לעקטער, און אנגעקוקט מיט וואונדער. "טאטי," האט ער ארויסגעשעפשטשעט מיט א ציטערדיגע שטימע, "שוין יארן לאנג וואס איך האב נישט געזען אזא שיינע אתרוג. דאס איז אן אתרוג וואס איז געקויפט געווארן מיט אהבת התורה און אמת'ע מסירות נפש. מיט דעם וועל איך מאכן די ברכה יום טוב מיט אמת'ע שמחה."

א ריינע טרער האט זיך ארויסגעגליטשט פון רבי שלמה'ס אויגן און איז געפאלן אויפן אלטן טישטוך. ווען יום טוב איז אנגעקומען און די ליכט האבן געשיינט אין די סוכה, האט רבי נתנאל פארשטאנען אז כאטש דער אתרוג אין זיין האנט זעט נישט אויס דאס שענסטע אזוי ווי ער האט זיך געוואונטשן, איז אבער די מצוה וואס ער טוט פיל מער טייער ביי השי"ת ווי סיי וועלכע אתרוג וואס ער וואלט נאר אמאל געקענט קויפן.

אויב א זון זעט זיין פאטער ארבעטן שווער, ווי למשל ער מוטשעט זיך ביים בויען די סוכה, איז א מצוה פאר'ן זון איבערצונעמען די ארבעט און צולייגן א האנט, דאס גייט אריין אין דעם חיוב פון העלפן דעם פאטער מיט זיינע באדערפענישן. דער ספר חסידים (סימן של"ח) שרייבט, אז אפילו אויב דער זון לערנט תורה - "עת לעשות לה' הפרו תורתך" - דארף דער זון טון די ארבעט, אפילו אויב דער פאטער איז אן עם הארץ. (ויברך דוד, פרק ד', סעיף מ"ט)

עמוק עמוק מי ימצאנו

א מאמר חז"ל אדער מעשה פון צדיקים איבער כיבוד אב ואם, זענען באהאלטן אינעם בילד

[email protected]

דער תירוץ אויפ'ן רעטעניש

פאר "הרבי הנסתר" פרשת נצבים-וילך:

און אזוי איז דער מנהג ביי די בני אשכנז, אז ווען מ'דערמאנט די נשמות פון די עלטערן אין "יזכור", זאגט מען "אבי מורי" אדער "אמי מורתי". און ביי די ספרדים וואס זאגן "השכבה", זענען פארהאן טייל פוסקים וואס האלטן אז מ'מעג יא זאגן חשוב'ע טיטלען. (בית יהודה, כיבוד ומורא אב ואם)

PDF Preview