Skip to content

נישט רעדן קיין דברים בטלים אין די סוכה

דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט, אז מען דארף פרובירן צו רעדן ווי ווייניגער פראסטע ווערטער אין די הייליגע סוכה.

דאס איז מרומז אין פסוק (דברים ד, מב): "ונס אל אחת הערים האל וחי, את בצר במדבר", ווייל דאס ווארט "ונס" איז ראשי תיבות: ו'יעקב נ'סע ס'וכותה, דעריבער איז דאס מרמז אויף די סוכה, און דער פסוק פירט אויס: "את בצר במדבר", וואס דאס איז מרמז, אז מען דארף פארמינערן ("בצר" איז א לשון פון פארמינערן), די דיבורים ("במדבר") אין די סוכה"ם.

יט וזל"ק (דברי יחזקאל ד"ה אמר): צריך למעט בדבור של חול בסוכה ומרומז בפסוק (דברים ד' מ"ב) ונס אל אחת הערים האל וחי את בצר במדבר, ונס הוא ר"ת ויעקב נסע סכותה את בצר במדבר שצריך למעט בדבור של חול בסוכה.

PDF Preview