מ'האָט שוין גערעדט מערערע מאָל דברי כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, אַז נוסף אויף דעם וואָס ס'איז שוין "כלו כל הקיצין"1, האָבן אידן שוין תשובה געטאָן, און מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט, כולל אויך – "צחצחו די קנעפּלעך", און מ'דאַרף נאָר האָבן אַז דער אויבערשטער זאָל אויפעפענען די אויגן פון אידן זיי זאָלן זען ווי ס'איז שוין דאָ די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'זיצט שוין באַ דעם שולחן ערוך, בסעודת לויתן ושור הבר2 וכו' וכו'.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק . . בדורנו זה ובזמננו זה, לאחרי וואָס מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט (כנ"ל), האָט מען די הבטחה גמורה אין תורה, אַז עס וועט זיכער זיין "(תזכור את יום צאתך מארץ מצרים) כל ימי חייך . . להביא לימות המשיח"3,
ובפשטות – אַז מ'דאַרף ניט אָנקומען צו אַ הפסק ח"ו צווישן "כל ימי חייך" און "ימות המשיח" (ווי דאָס איז געווען באַ אידן בכל הדורות שלפני דורנו זה), נאָר "כל ימי חייך" פון יעדער איד, זיינע חיים גשמיים אַלס נשמה בגוף, זיינען כולל בפשטות (אויך) "ימות המשיח" בלי הפסק, וואָרום די גאולה קומט תיכף ומיד ממש ברגע זה ובמקום זה (אפילו אויב דאָס איז אַ מצב פון לילה, "הבאים מצרימה"), אַזוי אַז דער רגע האחרון פון גלות און די נקודה אחרונה פון גלות ווערט דער רגע ראשון און נקודה ראשונה פון גאולה,
און פון "ימי חייך" בזמן הזה ובמקום הזה, בלי שום הפסק כלל ח"ו (אפילו אויב ער איז שוין עלטער פון שבעים שנה וכיו"ב), גייט יעדער איד גלייך איבער – בתכלית השלימות, "ראובן ושמעון נחתין ראובן ושמעון סלקין"4, אין דעם המשך פון "כל ימי חייך" בימות המשיח, און חיים נצחיים וואָס וועט דעמאָלט זיין.
ובנוגע לפועל מיינט עס, אַז די עבודה פון אידן איצטער דאַרף זיין "להביא לימות המשיח", צו שוין גלייך מגלה זיין בפועל ווי דער מצב פון "הבאים מצרימה" אין גלות איז באמת אַ מצב פון "גאולת ישראל", דורך דעם וואָס מ'גרייט זיך אַליין און מ'גרייט צו אַנדערע צו דעם מצב פון "ימות המשיח".
כולל ובמיוחד – בקשר מיט דעם יום ההילולא פון דעם רמב"ם – דורך מחזק זיין און מוסיף זיין אין לימוד ספר משנה תורה להרמב"ם . . ובפרט – אין ספר הרמב