פארווארט
איינע
פון די מ"ח קנינים וואס די תורה איז נקנית דערמיט, לערנט אונז די משנה אין פרק קנין תורה (פרק שישי) איז אוהב את המישרים. עטליכע פשטים לערנען אונז די מפרשים איבער איר אפטייטש, איינע פון די פירושים איז: מישרים מיינט אז מ'זאל האבן א סברה ישרה טראכטן גראד און גלייך נישט קרום. יעצט פרעגט זיך וואס מיינט 'ישרה', ווער קען מעיד זיין אז זיין סברה איז ישר און נישט עקום? דאס הייסט אז חז"ל זאגן אונז האב ליב די סברה ישרה, מוז זיין אז עס איז דא עפעס א אופן אז מ'קען וויסן אז די סברה איז אמת און ישר און נישט קרום, און כולי עלמא איז מודה אז אויב דער מענטש אליינס זאגט אז עס איז ישר ווערט עס נאכנישט ישר.
ווען איינער פון די ערגסטע גענגסטערס אין אמעריקע איז געזעצן בעפארן שופט, האט ער געטענה'ט פארן שופט אז ער איז שלם עם עצמו ער איז זיכער מיט זיך, ער ווייסט אז ער האט קיין שלעכטס נישט געטון, און וואס ער האט געטון איז געווען מתוך ישרות. יעדער וואס ווערט אנגעקלאגט מיט א קלאגע וועט זיך אייביג קענען ארויסדרייען אז זיין דרך איז דער 'דרך הישרה'. ווי גוט האט יענער אמעריקאנער שופט געענטפערט אויף א פארברעכער וואס האט געזאגט: מיין קאנשענ"ס איז ריין my conscience is clean, האט דער שופט אים געזאגט: יא יא, עס איז ריין ווייל דו האסט דיך נאך קיינמאל נישט באנוצט דערמיט!
נו, ווי אזוי ווייסט מען טאקע וואס איז דער דרך הישרה, וועלכע עצות זענען פארהאן איבער אויסלערנען דעם שכל צו טראכטן גראד בדרך הישר?
די וועלט איז געטוישט געווארן און ווערט געטוישט די לעצטע פאר יאר מיט די פארשפרייטונג פון AI מאשין בינ"ה, עס טוט אויפשאקלען די וועלט אין אלע הינזיכטן לטוב ולרע, מ'האט זיך באגעגנט מיט א נייע מושג אז מאשינען זענען באשאנקען געווארן מיט 'בינה', ס'איז א מבין דבר מתוך דבר, ס'פראבירט צו טראכטן מיט לאגיק. מיר האבן שוין פון אנפאנג אן ווען עס איז ארויסגעקומען פארן פובליק געהאט א הרגשה, אז דער מושג פון מאשין בינה וועט קיינמאל נישט קענען האבן די תוצאות פון א מענטשליכע מהלך מחשבה, ובעיקר זיך פארמעסטן מיט א דעת תורה וועג פון טראכטן, ווי מיר וועלן ארומשמועסן דערוועגן אינעם דיזן מאמר בעז"ה. מיר האבן גענומען דעם דעת תורה מהלך פונעם רבן של ישראל דער גאון דער ריז דער מלאך אלקים דער חזון איש זצוק"ל, ווי מיר וועלן זען ווי די גרעסטע פסקים, פסקים פון יהרג ואל יעבור, פסקים פון דאורייתא'ס פון הלכות שבת זענען געפסקנ'ט געווארן מיט לבי אומר לי.
בנוסף וועלן מיר שרייבן איבער די יסודות פון איינע פון די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, ווי אזוי חז"ל האבן אריינגעלייגט כללים וגבולות וואס אדאנק די כללים קען נישט די מאשין בינה AI טוישן אדער ממציא זיין הלכות און כללים ביהדות אשר לא שערום אבותינו.
לכבוד יום טוב וועלן מיר אייך אויך פארציילן א אומבאקאנטן באזוך פון א גרויסן מחדש במהלך לימוד המקרא וואס די בארימטע Anthropic ריז (פאטער פון די Claude AI) האט געלאזט אראפרופן אין זייערע הויפטקווארטירן צו וועלן פארשטיין זיין מהלך, און זען צי מ'קען טרענירן זייער מאדע"ל עס אליינס צו מחדש זיין.
נתחיל ונצליח בעזר אדון כל, ובזה החלי.
וואס מיינט ישר?
מיר שרייבן דא איבער דעם מושג פון 'ישרה', דארפן מיר קודם אראפלייגן א הנחה וואס מיינט ישר, גראד? שלמה המלך לערנט אונז (קהלת ז): אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. השי"ת האט באשאפן 'אדם' בישרות, ווי דער אבן עזרא איז מפרש: שעשה ה' האלקים את האדם להיות ישר, הולך בדרך ישרה.
נאך קלארער געפינען מיר אין איינע פון די פירושים פון די קדמונים, אז 'ישר' מיינט די דרך הממוצע (הנקרא דרך הזהב) נישט קיין דרך קיצוני, און דער היפוך פון דרך ישרה איז דרך קיצוני מ'איז רעכטס אדער צו לינקס.
דער נצי"ב בהקדמתו לספר בראשית שרייבט א הסבר נפלא פארוואס ספר בראשית ווערט אנגערופן ספר הישר, מיר וועלן צוברענגן זיין לשון דא[א] אין די הערות, תו"ד: די אבות הקדושים ווערן אנגערופן 'ישרים' ווייל א ישר מיינט א צדיק וואס איז נישט נאר בתורה ובמצות נאר אויך בהליכות עולם, נישט קיין קרומער אפילו עס איז לשם שמים, ווייל א צדיק וואס איז נישט ישר בהליכות עולם ברענגט א חורבן אויף די בריאה און איז הורס די ישוב הארץ, זען למטה דברים יסודיים. נמצא למדין מדבריו אז 'ישר' מיינט אז אפילו דער גוי פארשטייט אז זיין מהלך זיין הנהגה איז אויסגעהאלטן און גראד, ישר.
מיר פארשטייען אלע אז דער מושג פון 'נארמאל' האט נישט קיין כלל, נארמאל איז רעלאטיוו, דאס הייסט מ'קען נישט זאגן אז עס איז 'נארמאל' צו לאכן, שלמה המלך לערנט אונז שוין 'עת לכל דבר' ווענדט זיך ווען, ווענדט זיך ווער, אויב יעדער וויינט און דו לאכסט איז עס נישט נארמאל, אבער ווען יעדער לאכט און דו וויינסט איז עס אויך נישט נארמאל. און עפעס וואס איז נארמאל אינעם מיטל מזרח, מיינט נישט אז עס איז נארמאל אין סינגעפאר, וואס איז נארמאל אין סינגעפאר קען הייסן OCD אינעם מיטל מזרח וכו' וכדו'.
אבער 'לאגיק' אדער ווי מיר רופן עס 'סברא ישרה' איז נישט א מושג וואס איז רעלאטיוו, עס איז א מושג וואס איז מוטבע ביסוד הבריאה. יעצט פרעגט זיך אויף וואס איז לאגיק געבויט? איינמאל ס'איז א מציאות נישט א זאך וואס איז רעלאטיוו, דאן מוז זיין אז עס איז געבויט אויף עפעס א יסוד. כ'וועל געבן צו פארשטיין די קשיא מיט א צווייטע 'לאגישע' פראגע: מיר אלע באגעגענען זיך בכל יום ויום מיט דעם מושג פון 'וואג' פון 'פונט' און אונסעס אד"ג, דער מענטש אליין איז זיך שוקל וויפיל פונט מ'איז... די פינף פונטיגע מעל וואס די בני בית באקט די חלות, די ירקות וואס מ'וועגט אפ וכו' וכדו', האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט, ווער האט אפגעמאכט וויפיל א פונט איז? דאס הייסט די scale איז אנגעשטעלט אז כך וכך איז א פונט, אבער אויף וואס איז די Scale געבויט? עפעס מוז האבן די משקל די וואג אז אויף איר זאל מען עס אנשטעלן.
אין די צייטן פון די תורה און חז"ל האט מען זיך באנוצט מיט שטיינער, ווי מ'זעט ווי די תורה איז זייער מקפיד לא יהיה לך בכיסך אבן ואבן וגו'. די הסבר איז אז אין פאריז איז ביז עטליכע יאר געליגן אין א באהאלטענעם אוצר הארמעטיש פארשלאסן, עס איז דארט געליגן א Platinum iridium cylinder דאס איז א באשטאנדטייל וואס איז רוב אייזן, די קילעגראם איז געווען געבויט אויף איר. די פראבלעם איז אז א פיזישע זאך פארלירט וואג אפילו בלויז מיט עטליכע מייקראגראמען, דעריבער פון 2019 באנוצט מען זיך מיט א נישט פיזישע זאך נאר מיט פיזיק געבויט אויף ענערגיע (עס איז א שמועס פאר זיך). עכ"פ הנוגע פאר אונזער נושא, וואס איז דער פיזישער יסוד אויף וואס לאגיק איז געבויט? אט די קשיא קען געפרעגט ווערן, עס איז דא מושגים וואס די וועלט האט געהאלטן אז דער דרך איז ישר אפילו בעפאר מתן תורה, נישט הרגענען, נישט גנב'נען איז א לאגישע מציאות, פון ווי האט מען גענומען די לאגיק?
באמת געפינען מיר שוין א הסבר נפלא פון איינע פון די ראשונים, דאס איז רבינו ניסים (בהקדמתו למסכת ברכות), ער פרעגט א שכל'דיגע קשיא: ווי אזוי קען מען מחייב זיין א בן נח אויפן נישט היטן די שבע מצות, ווער האט אים עס געדארפט אויסלערנען? פון ווי דארף ער וויסן אז מ'טאר נישט עובר זיין אויף לא תרצח נישט הרגענען אד"ג? ענטפערט דער ר"ן: כי כל המצות שהן תלויין בסברא ובאובנתא דליבא כבר הכל מתחייבים בהן מן היום אשר ברא אלוקים אדם על הארץ, עליו ועל זרעו אחריו לדורי דורים, עס איז דא אזא מושג וואס מ'ווערט געבוירן דערמיט, ס'איז 'ישר' מ'דארף נישט קיין פסוק דערויף, ס'איז א 'סברא' דאס הארץ פארט.
די תשובה דערויף איז ווי דער ר"ן שרייבט: והדר אנו פושטים אלו תשובת הטענות ונאמר, כי כל המצות שהן תלויין בסברא ובאובנתא דליבא, כבר הכל מתחייבים בן מן היום אשר ברא אלוקים אדם על הארץ, עליו ועל זרעו אחריו לדורי דורים. דער זעלבער יסוד ענטפערט דער חזקוני: ויש לומר, יש כמה מצות שחייבים בני אדם לשמרן מכח סברת הדעת אעפ"י שלא נצטוו, ולפיכך נענשו כמו קין שנענש על שפיכות דמים אעפ"י שלא נצטוה על כך, או שמא על הגזל עצמו נצטוו [להלומדים, עי' שו"ת אבני נזר חו"מ סי' לב]. באידיש: די אלע מצות וואס די גוים זענען באפוילן געווארן צו היטן זענען מצות וואס די דעת, דער שכל, זענען מחייב. נישט הרגענען איז א זאך וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווערט געבוירן מוטבע בתוכו אז עס איז אן אומרעכט, דאס זעלביגע גזל'ן פון יענעם, עס איז אוממאראליש. און דאס גלייבן אין עבודה זרה איז דאך טפשות, ווי עס שרייבט רבי אלחנן: כי האמונה שהקב"ה ברא את העולם הוא מוכרחת לכל בן דעת אם רק יצא מכלל שוטה, ואין צריך כלל לשום פיליסופיא להשיג את הידיעה הזאת. דאס זעלביגע מיט עריות, ווי אויך די מצוה פון דינים, דאס פארמאגן געזעצן אפצוהאלטן פון באגיין פארברעכן און משפט'ן די וואס באגייען איז אויך שכל'דיג, ווי א ציוויליזאציע וואלט נישט געקענט באשטיין אן דעם (אילמלי מוראה של מלכות וכו'). [להלומדים: אם כן הוא למה כששמעו הגוים לא תרצח ולא תנאף לא רצו לקבל את התורה, עי' בשו"ת תשובות והנהגות ח"ג סי' שי"ז].
ישר בעפאר און נאך מתן תורה
זעען מיר אן אינטערעסאנטע זאך, עס איז דא א מושג פון אובנתא דליבא, א מענטש קען שפירן אז עס איז נישט ריכטיג, עס איז נישט גלייך, עס איז נישט ישר. אובנתא דליבא האט דאמינירט די וועלט ביז מתן תורה, פון נאך מתן תורה האט 'ישר' לאגיק באקומען א נייע יסוד, אויב איז עס נישט תורה'דיג איז עס נישט ישר. ווי האט הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל (זע ווייטער אודותיו) געזאגט: דער שלחן ערוך טוט קאנטראלירן די הרגשים (זע דא[ב] א סיפור נאה מ'ספר שערי מדע').
[ב] מ'שערי מדע' מאמר 'שולחן ערוך מול הרגשים': געווען איז א דרייסיג יעריגער אינגערמאן א מתמיד עצום א זיידענער אינגערמאן אן 'אברך משי' איינטאג האט ער זיך פלוצים באשלאסן צו פארלאזן דעם כולל, זיך אפטיילן פון חברת בני אנוש, און ער האט זיך אריינגעלייגט עמוק עמוק אין 'עבודה שבלב' זוהי תפלה. ער איז געווארן א מתמיד ב'תפלה' א גאון ב'עבודה'. אויף אזוי ווייט, אז אין דער שכונה האט מען געשמועסט אז אויב וויל מען שפירן א טעם מתוק פון קדושה, זאל מען גיין צו די שטיבל, און זען ווי דער אינגערמאן איז עוסק כל היום בעבודה שבלב זוהי תפלה, ובנעים זמירת ישראל זוהי תהילים. זיינע בני המשפחה האבן חושש געווען פון זיין 'קיצוניות' מיט וואס ער האט זיך געפירט. זייערע וויכוחים מיט אים האבן זיך געצויגן לאנגע שעה'ן, אבער מיט זיין כישרון האט ער דוחה געווען אלע זייערע טענות. עס האט נישט גענומען לאנג זיינע חברים זענען געקומען לפתחו צו מקבל זיין ברכות, אזא דערהויבענער אינגערמאן. זיי האבן זיך איבערצייגט אז אדרבה, כנראה וואקסט דא א אברך קדוש ופרוש מהבלי העולם וואס זיין כח איז בעבודת התפלה. זיין פאטער א בעל בית, א איש תם וירא אלקים, האט נישט משלים געווען מיט דער מציאות. 'איך ווייס נישט, כ'האב עס נישט געזען אצל רבותינו בהונגריה און נישט ביי די גדולים דאהי אין ארץ ישראל, אונז האמיר א שולחן ערוך, ותלמוד תורה כנגד כולם'. דער טאטע האט בגזירת כיבוד אב באפוילן זיין זון זאל מיט אים מיטקומען און אריינגיין אל הקודש פנימה צו הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל און הערן וואס ער האט צו זאגן אויף זיין נייער דרך. כיראת שמים אמיתי איז דער אינגערמאן מיטגעגאנגען מיט זיין טאטן צו רבי שלמה זלמן. נאכדעם וואס רבי שלמה זלמן האט זיך צוגעהערט בקשב רב צו די הסברים פונעם אינגערמאן, האט ער אים געפרעגט א אומערווארטעטע שאלה: איז דא א היתר לחבול בעצמך, מעג מען זיך אליינס שעדיגן? ח"ו, האט דער אינגערמאן געענטפערט, עס איז א הלכה מפורשת שולחן ערוך. כ'פארשטיי נישט, האט דער אינגערמאן געפרעגט רבי שלמה זלמן, פון וועלכער 'חבלה' רעדט דער רב?
הוא מותיב לה והוא מפרק לה: אין פרשת אמור געפינען מיר א רשימה פון מומים וואס פסל'ן א כהן פון צו טון די עבודה אין בית המקדש. צווישן די מומים געפינען מיר א כהן וואס 'איינע' פון זיינע הענט איז לענגער פון די צווייטע איז א מום. ישאל הכהן, וועט דער כהן פרעגן, פארוואס זאל איך דערלייגן פון צו טון די עבודה וויבאלד הקב"ה האט מיר באשאנקן מיט א 'האנט' וואס איז מגיעה למרחקים און איז לענגער פון הענט פון אנדערע מענטשן? אדרבה, מיין האנט דערגרייכט העכער און ווייטער פון סתם א מענטש, מ'קען האבן דערפון אסאך נוצן בעבודת המקדש, צו א מענטש וואס באקומט נאר מער 'איין' מתנה און נישט צוויי, זאל ער פארעכענט ווערן ווי א בעל מום?
דיין כוונה איז א גוטע כוונה, האט רבי שלמה זלמן מסיים געווען זיינע ווערטער, אבער דאס איז נישט די דרך וואס מיר האבן געזען ביי אונזערע רביים בכל הדורות. רבי שלמה זלמן האט א קוק געטון אויף זיין ספרים שאנק וואס האט באדעקט די ווענט פון זיין צימער פון אונטן ביז אויבן. ווען איך וויל נעמען א ספר פון דעם העכסטן שאנק, צייגט רבי שלמה זלמן אן פארן אינגערמאן, מוז איך מטריח זיין, נעמען א לייטער און אויפשטעלן עס צו דערגרייכן. אויב וואלט ווען מיין רעכטע האנט געווען א 'לאנגע האנט', וואלט איך ווען געקענט בלייבן זיצן ביים טיש, און אזוי אויסשטרעקן מיין לאנגע האנט און דערגרייכן דעם ספר, וכי לזאת מום ייקרא? דער אינגערמאן האט צוגעשאקלט מיטן קאפ, למה באמת, פארוואס טאקע איז א ידא אריכתא א מום? אין די הלכות מומי כהנים, איז רבי שלמה זלמן אריבער צום נושא: עס איז ידוע פון רבי חיים וויטאל אז די רמ"ח אברים הנראים לעין, איז שורשם ועיקרם ברמ"ח אברים 'רוחניים', חלקי הנפש. חז"ל דרשנ'ן "ולעבדו בכל לבבכם" איזוהי עבודה שבלב? זוהי תפילה. תפילה, לפי זה באלאנגט צום הארץ. דערקעגן, לימוד התורה איז עבודת ה'מוח'. אמור מעתה, מי שליבו ענק וראשו קטן, ווער וואס זיין הארץ איז גרויס און זיין קאפ איז קליין, איז דאך א בעל מום רוחני.
ווען א מענטש טיילט איין זיין טאג באופן שונה פון דעם וואס דער שולחן ערוך איז אונז מחייב, און איז זיך מתעסק א גאנצן טאג מיט תפילה, איז זיין שטייגן בעיקר בעבודת הלב, כלומר בכוחות הרגש. במשך הזמן קען ער ווערן א בעל מום.
דער אינגערמאן האט גענומען די קוראזש און געזאגט פאר רבי שלמה זלמן: בהורמנא דרבנו, כ'בין מעדיף צו זיין א 'בעל מום', און עוסק זיין במה שליבי חפץ. איך שפיר אז 'תפילה' איז מיין שורש נשמה.
מיט א רואיגקייט און א שמייכל האט אים רבי שלמה זלמן ערקלערט: כ'קען אסאך גאר אסאך וואס האבן פראבירט צו גיין בדרכים שונות ומשונות, וסופם שהתרסקו לחלוטין, זיי האבן געקראכט. נישט תורה, נישט תפילה און אפילו נישט קיין שמירת מצוות. יסוד בריאות הנפש איז 'באלאנס'. הקב"ה 'איסתכל באורייתא וברא עלמא', כלומר, די נפש און דער גוף האדם זענען באשאפן געווארן לפי וואס עס שטייט אין שולחן ערוך. ווען איינער איז מהפך די סדרים וואס דער בורא האט באשטימט פאר זיין טובה וועגן, נישט נאר שתשתבש דעתו, נאר ווען ער איז מעצים זיין כוחות הרגש (געפילן) מער ווי חז"ל האבן געהייסן, קען זיין נפש אויך נפגע ווערן.
פארגעהאלטן: דודי'ל, אויב וואלסטו ווען נישט געפונען די ראיה, צי פארשטייסטו נישט אז אזוי דארף עס זיין על פי השכל הישר?
ווי אזוי קויפט מען שכל הישר?
אין א מכתב וואס הגאון רבי חיים מוולאז'ין זצ"ל האט געשריבן פאר זיין אייניקל, שרייבט ער בתו"ד: אלע גדולי הדורות לא נשתבחו אלא בסברא ישרה, כל הישר מחבירו, גדול מחבירו, ולכן העיקר לאחות בסברא ישרה, ואשר אינה ישרה לאמיתה של תורה, גם אם היא מחודדת, אותה להרחיק.
יעצט פרעגט זיך די פראגע ווי אזוי איז מען קונה אז מ'זאל טראכטן גלייך מ'זאל האבן א שכל הישר? מער דער בסיס איז פיל מיט ידיעות התורה אלס מער טראכט מען גראד.
די נקודה איז בעיקר וויכטיג פאר בחורים, צו זיך איין צו לערנען בשטחיות (אויבערפלעכליך) אינגערהייט, איז כמעט נישט מעגליך צו מפתח זיין א הבנה ישרה ועמוקה אין די שפעטערדיגע יארן. אבער ווער עס לערנט בבהירות ובעמקות אינגערהייט, ער קען אין די ערוואקסענע יארן לערנען ביתר היקף מיט עומק.
דער 'קצות' בשייכות מיט סברא ישרה
עס איז מקובל פון גדולי ישראל אז לערנען קצות העלפט קונה זיין ישרות השכל, דאס איז סיי מכח סגולה און אויך אז זיין כח החידוש איז געבויט אויף א סברא ישרה. עס איז א נושא בפני עצמו איבער די דרך הלימוד בזמן פונעם קצות, נתיבות, רבי עקיבא איגר, ווי אזוי עס האט זיך דאן געטוישט פון פלפול צו דעם נייעם מהלך (זע ספר שמים חדשים, סמט).
אינעם הקדמה פון ספרו קצות טוט ער צוברענגן א זוהר הקדוש, והיוצא מדבריו א חידוש נפלא: אז עס איז נישט במציאות מחדש צו זיין קיין נייע חידושים ווייל אלצדינג איז דאך שוין באשאפן געווארן בבריאת העולם ומי יבא אחרי המלך אשר את אשר כבר עשהו ולחדש דבר מעתה? איז ער מחדש א דבר נפלא: עס איז דא איין זאך וואס איז נאכנישט באשאפן געווארן, דאס איז שקר שבני אדם בודין מלבן, וכלשונו: והכל ברא הקב"ה חוץ מן השקר שבני אדם בודין מלבן ומאן דמשקר ח"ו אין זה חידושי תורה והאמת כבר היה אבל הקב"ה בחר בנו ונתן לנו את התורה כפי הכרעת שכל האנושי אף על פי שאינו אמת ואם כן המחדשו הוא חידוש גמור רק שיהיה אמת בהכרעת שכל האנושי וזו שהראה הקב"ה למשה כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש כי נתחדשו הדברים על פי התלמיד המחדשו.
שרייבט דער קצות אז וויבאלד הקב"ה האט אונז געגעבן די תורה כפי הכרעת שכל האנושי אע"פ אז עס איז נישט אמת. דא זעט מען דעם מהלך המחשבה פונעם קצות איבער די מעלה פון זיך באנוצן מיט שכל האנושי צו מחדש זיין.
דעת תורה, הרגשת הלב בתורת ה'חזון איש'
א סברא ישרה האבן מיר דערמאנט פונעם רמב"ן איז עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזן מיט קיין ראיות, ס'איז גראד מ'איז עס מרגיש. הגאון הגרי"ז זצ"ל פלעגט זאגן: אז ווער עס געוואוינט צו לערנען אסאך און ווייסט אסאך ידיעות און האט א שכל ישר בטבעו, ווען ער הערט א סברא שאינה ישרה, מיד הוא מרגיש שלא מסתבר לומר כך, ס'איז א הרגשה.
דער גרויסער חזון איש האט מכריע געווען גאר גאר סענסיטיווע ענינים בלויז מיט הרגשת הלב, פון די בארימטע פסקים איז איבער גיוס בנות אז עס איז ביהרג ואל יעבור, אין קובץ אגרות (ח"א אגרת קיב) שרייבט דער חזון איש: רגשת נפשי מורה ובאה שהוא ענין יהרג ואל יעבור, ואולי גם מנקודת הלכה כך. רבי ישראל גרוסמן זצ"ל פארציילט, כ'האב געפרעגט דעם חזון איש, אויב ב"ג שר"י וועט פרעגן איבער דעם מקור פון דעם איסור בשירות לאומי פאר בנות ישראל? האט דער חזון איש זיך אויפגעשטעלט און געזאגט מיט א התרגשות, בשעת ווען ער לייגט ארויף זיין האנט אויף זיין הארץ: כ'וועל אים זאגן אז דא אינעם אידישן הארץ שטייט אז עס איז טריפה!
דער מושג איז וואס מיר האבן דערמאנט בריש המאמר פונעם ר"ן אובנתא דליבא. בספר דעת ללב (מאמר שני: האינטואיציה בפרשנות התלמוד וההלכה) האט ער א פרק איבער דעם מהלך פונעם חזון איש, ובתו"ד ברענגט ער פון תלמיד החזון איש הגאון רבי גדלי' נדל זצ"ל וואס האט ערקלערט דרכו של החזון איש: יש מבט כללי במצב קיום היהדות, ואף שאינו מוגדר בהלכת קבועות, הכרעת גדולי הדור, וכן רגשת שלומי אמוני ישראל פוסקים הדין לחיוב מסירות נפש, וזה מה שאמר רבינו החזון איש והראה על 'לבו' כאן זה כתוב.
מ'געפינט די לשונות כמה פעמים בספרי ופסקי החזון איש, אין די אגרת ווען ער איז דן בשיעור אגודל, כידוע שיטת 'שיעור חזון איש': ואמנם לבי אנסני, ולבי אומר לי, כי מדת אגודל בינוני אצלנו הוא שנים וחצי ס"מ והוא דבר מורם מכל ספק, ואפשר להתיר א"א ולהוציא במדת אמת כזה.
ווי אויך איבער דעם פולמוס איבער דעם קו התאריך, ווי דער חזון איש האט אנגענומען די שיטת הבעל המאור, מיר וועלן נישט דא אריינגיין אין די נושא פונעם קו התאריך, מיר וועלן נאר אנרירן הנוגע למאמרינו: דער יסוד עולם (תלמיד הרא"ש) פרעגט א שטארקע קשיא אויפן בעל המאור: דאס איז זיכער אז ערגעץ ווי אין די וועלט פאנגט זיך אן א טאג, און די נקודה פאר דעם מקום איז נאך א טאג בעפאר, עס איז א נפק"מ לגבי שבת, ווי איז שוין די שקיעה און עס איז שבת, ווי איז דאס פלאץ, ווייל מערב פון דעם פלאץ איז נאך פרייטאג. דער בעל המאור זאגט אז עס איז דא א נקודה מערבית צו ירושלים וואס פון דארט פאנגט זיך אן דער טאג, די קו התאריך לפי דער בעל המאור שניידט דורך סיביר, פיליפינ'ס (מזרח) אינדאנעזיע, מערב אוסטראליע.
די שטארקע קשיא פונעם יסוד עולם איז, אז לפי דער בעל המאור, אז די קו התאריך גייט אריבער יבשות לענדער, קען אויסקומען אז צוויי מענטשן וועלן שטיין ביי די צוויי זייטן פונעם קו התאריך, פאר איינעם וועט זיין שבת און פארן צווייטן יום חול, טענה'ט דער יסוד עולם אז עס קען נישט זיין אז די תורה זאל קובע זיין אזא מציאות. דער חזון איש אין זיין קונטרס י"ח שעות נעמט שטארק אן שיטת בעל המאור. אבער די קשיא פונעם יסוד עולם שטימט נישט מיט ישרות, ווי אזוי קען טאקע זיין פאר איינעם שבת און פארן צווייטן יום חול? קומט דער חזון איש און ער רוקט די קו אוועק פון די יבשה בכדי די קשיא פונעם יסוד עולם זאל נישט שווער זיין, און אויף וואס בויעט ער זיין חידוש: רגש מוסרי ושכלי וכו' יש רגש נפשי! מבהיל ווי אזוי מיט רגש מוסרי שכלי ונפשי האט ער געשאקלט וועלטן מיט פסק הלכות אויף הלכות שבת ויום הכיפורים.
גזירה שוה
לאמיר זיך פארשטעלן אויב די היינטיגע קלוגע AI וואלט זיך באנוצט מיט איינע פון י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, די מדה פון גזירה שוה, א פשוטע קאמפיוטער וואלט אויך געטראפן ווערטער צוזאמשטעלן, אבער AI מיט בינה וואלט ווען נישט נאר צוזאמגעשטעלט ווערטער נאר אויך געבויט נייע קרומע הלכות בבחינת מבין דבר מתוך דבר, וואספארע סכנה דאס וואלט ווען געווען פאר דעם אידנטום, אבער חז"ל האבן עס באווארענט. בעת כתיבת השורות שמעתי מידידי היועץ התורני הרב שלום בערקאוויטש הי"ו איבער וואס ער האט געזען במחזור מתוק מדבש ווי ער ברענגט א זוהר הק' אז כידוע איז תשובה 'בינה' ולבבו 'יבין' ושב, דער שעיר לעזאזל איז געווען די בינה פון קליפה, בינה איז intelligence. דער חורבן פון AI אויסער די רוחני איז אז עס פארמאגט בלויז בינה און נישט קיין חכמה, חכמה מיינט די נשמה פון די זאך, און נישט קיין דעת, דעת איז החלטה. וואס עס פעלט בנוסף איז די Intuition בפרט דער רגש נפשי, די אובנתא דליבא. בינה אן חכמה און דעת איז א חורבן (זען חתם סופר דא[ג] בהערות). צו באקומען א טיפן און ברייטן בליק איבער די חילוקים פון חכמה ובינה זען שערי מדע (וואס און פארוואס, חכמה בינה, סוכות תשפ"א).
[ג] דער חתם סופר (נדה מה) לערנט אז 'יתירה' מיינט 'מער', אבער ער פרעגט: אם הדבר כפשוטו הוא תמוה קצת ומוכחש בחוש, די מציאות צייגט אז עס איז נישט יתירה באשה מבאיש. דעריבער ערקלערט דער חת"ס: אם אין בינה אין דעת, ואם אין דעת אין בינה, בינה שרייבט דער חתם סופר איז 'עיון און חריפות' און עס קוקט אויף ווייט, א ווייטע בליק, (און דאס איז א מציאות אז פרויען זעען די אויסקום, איליך ואימלך בדיבתהו) אבער 'אגב חורפא שבשתא' בלויז בינה אן קיין דעת קען מען מאכן טעותים, מ'דארף האבן די באלאנס פון בינה און דעת, ווייל דעת איז 'מיישב' הדברים בלבו ולעיין באחריתם הטובה היא אם רעה. שרייבט דער חת"ס, בעלי חיים פארמאגן נישט קיין בינה, דערוועגן אינם יודעים לעשות רע ולהשכיל על דבר, בעלי חיים האבן נישט קיין שכל צו טון שלעכטס און ניצן שכל אויף זאכן (חכמה פארמאגן זיי יא, ווי דער חת"ס שרייבט דארט). דעריבער נשים, פון איין זייט פארמאגן זיי בינה 'יתירה' און פון די צווייטע זייט איז דעתן 'קלה'. דעריבער האט די תורה מקדים געווען ביי נשים נדרים מיט א יאר, ווייל נשים דארפן א סייג צו פרישות (זעה בפנים).
לאמיר זען די גדרים פון א גזירה שוה: - הערה: עס זענען דא כמה שיטות בדבר, מיר רעדן יעצט מער כלליות'דיג: כלל א': אין אדם דן גזירה שוה מעצמו אלא אם כן קיבלה מרבו. כלל ב': לפי רבינו תם איז געווען א סכום וויפיל גזירה שוות מ'קען אלס מאכן, עס איז מוגבל (תוספות שבת צו) ואומר ר"ת שהיה להם בקבלה 'מנין' גזירה שוות שבכל התורה. עס איז דא נאך כללים ווי 'מופנה' ועוד. מ'זעט אז וויבאלד גזירה שוה איז נישט ווי קל וחומר'ס עס איז א מדה עדינה מאד, וויבאלד עס איז מער חוקי קען מען מאכן גזירה שוות אן קיין הסברים בלויז מיט צוזאמשטעל, דעריבער איז עס מוגבל. ווי דער רמב"ן לערנט אונז (ספר המצוות): בגזירה שוה הצריכו בו קבלה מפורשת, מפני שהוא דבר שיכול אדם לדרוש בו כל היום ולסתור בו כל דיני התורה. כי התיבות יכפלו בתורה כמה פעמים, א"א לספר גדול שיהיה בו כולו במלות מחודשות וכו'. בספר בתורתו של ר' גדלי' (נדל) ברענגט עס ארויס בטוב טעם ודעת: גזירה שוה היא מדה עדינה מאד, כי לא כל שתי מילים זהות ראויות לדון מהן גזירה שוה , ולא כל שני ענינים ראויים להשוותם זה לזה. ואפשר בגזירות שוות שרירותיות לערבב את כל התורה, ורק חכמים גדולים היורדים לעומק הדברים רשאים גזירה שוה, וזמ"ש בגמרא שלא ידון אדם גזירה שוה מעצמו כלומר אא"כ קיבלה מרבותיו.
דערקעגן א 'קל וחומר' אדם דן מעצמו, ווייל עס איז געבויט אויף סברה אויף לאגיק, אויב איז דער קל וחומר נישט ישר נישט לאגיק דאן קומט די סברא ישרה 'ואיכא למיפרך' א קל וחומר קען מען אפרעגן.
אויב איז מען זיך מתבונן זעט מען ווי די גדרים פון חז"ל האבן געראטעוועט די תורה ויסודותיה פון דער בינה של הקליפה וואס וואלט ווען מיט בינה יתירה צוזאמגעשטעלט ווערטער און געבויט נייע מושגים בבחינת יכול לטהר שרץ בק"ן טעמים.
דער מגיד שיעור אין די הויפטקווארטירן פון AI
עס איז דא א מחדש נפלא הרב ר' דוד פורמן שליט"א וואס מיר באנוצן זיך מיט זיינע געוואלדיגע דרך החידוש במקרא ביי די שיעורי חומש רש"י, עס איז להפליא, מיר וועלן נישט דא מאריך זיין ווי אזוי זיין דרך החידוש ארבעט. איינע פון די איינגעשטעלטע פון Anthropic האט זיך פארבינדן מיט רבי דוד, זיי האבן געוואלט פארשטיין זיין מהלך און שיטה פון טרעפן ענליכע ווערטער אין די תורה און בויען דערפון א בנין נפלא, נישט קיין הלכות נאר גילויים נפלאים פון דימוי מילתא למילתא ממש הפלא'דיג, ר' דוד האט באשריבן זיין באזוך און ער ברענגט ארויס די נקודה, אז די בינה קען צוזאמענשטעלן ווערטער מיט א טיפערן בליק, אבער די 'נשמה' ווי מיר רופן עס די חכמה, די אובנתא דליבא דאס קען עס נישט טון, ס'טרעפט גאר אינטערעסאנטע דימוי מקראות אבער עס קען נישט זאגן די מה, חכ-מה, כח מה!
סוף דבר הכל נשמע: עס איז נישטא אזא כח ווי א דעת תורה, א דעת פון א תלמיד חכם וואס איז מקושר צו דער תורה וואס איז דער פונדאמענט דער יסוד פון דער בריאה. מ'קען זען תלמידי חכמים וואס זייער גאנצער געדאנקען גאנג איז גראד אפילו בחיי יום יום, נהנה מהם עצה ותושיה, קיין שום בינה מאשינען וועלן קיינמאל נישט קענען טון וואס א נפש חיה וואס איז מקושר צו חיה און יחידה קען ענטפערן.
ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום.