Skip to content

אויגן בליק

פון וועלכע שלעכטע חיות דארף מען געראטעוועט ווערן?

עס האט מיר דערציילט א איד אז ער איז אמאל געפארן אויפ'ן וועג מיט'ן סקולענער רבי, בעל ישועת יעקב, זצ"ל. אינטערוועגנס, ווען דער רבי האט געענדיגט זאגן תפילת הדרך, האט זיך דער רבי אנגערופן:

"מיר בעטן דא ביים הייליגן באשעפער, אז ער זאל אונז אפהיטן פון די חיות רעות בדרך. איז מיר יעצט איינגעפאלן, אז יעדער איד דארף דאך האבן חיות. ס'איז נישט שייך אז א איד זאל לעבן אן קיין חיות. די שאלה איז נאר פון וואו ער באקומט די חיות. אויב ער באקומט עס נישט פון א גוטן פלאץ, וועט ער חלילה נעמען זיין חיות פון שלעכטע פלעצער."

זאגט דער רבי "ווען א איד איז אינדערהיים אין זיין געווענליכע מסגרת, האט ער זיך זיינע סדרים, ער האט זיך זיינע שיעורים, ער האט זיין בית המדרש איז אים אסאך גרינגער צו שעפן חיות פון גוטע פלעצער. אבער ווען א מענטש גייט אויפן וועג, קומט אונטער גרויסע נסיונות. וועגן דעם בעט מען ביים הייליגן באשעפער, אז ער זאל אונז אפהיטן פון 'חיות רעות בדרך'. מען זאל חלילה נישט האבן חיות פון שלעכטע פלעצער, נאר מען זאל האבן חיות פון גוטע פלעצער – א חיות דקדושה."

הרב שלמה זלמן פרידמאן שליט"א, אב"ד סאנטוב, אויף "פרדס שלמה" ליניע

רבי משה וואלפסאן ז"ל אלץ זייגער מאכער...

איך האב דאס געהערט פון מיין חבר ר' עקיבא וויינבערגער. ער האט מיר דערציילט אז ווען ער איז אמאל צום ערשטן מאל געפארן קיין פלארידע, האט ער געוואוסט אז צוליב דעם ווארעמען וועטער קען דאס זיין א נסיון מיט שמירת עינים. האט ער געפרעגט פון רבי משה וואלפסאן ז"ל ווי אזוי מען באהאנדלט אזא נסיון.

האט אים הרב וואלפסאן געזאגט: איך בין אמאל געווען א זייגער־מאכער פאר עטליכע יאר, ווען איך האב פארלוירן מיין קול, און איך האב געדארפט יעדן טאג פארן מיט'ן טרעין קיין מאנהעטן. (הרב וואלפסאן איז צוערשט געווען א מגי"ש, אבער ער האט פארלוירן זיין שטימע, און דעמאלט האט ער געמוזט גיין ארבעטן פאר פרנסה).

איך האב געהאט צוויי שוועריגקייטן. איינס איז געווען די שמירת עינים אויפ'ן טרעין און אין די גאסן פון מאנהעטן. די צווייטע שוועריגקייט איז געווען מיין בעל הבית האט געהאט א ראדיא וואס איז געגאנגען הויך א גאנצן טאג. אין אנהייב האט דאס מיר זייער געשטערט.

בין איך אויפגעקומען מיט א געדאנק. יעדן אינדערפרי, פאר איך בין ארויס פון שטוב, פלעג איך מחליט זיין אויף וועלכן ענין אין תורה איך גיי טראכטן יענעם טאג. איך האב אויסגעקליבן א נושא, און גלייך ווען איך בין ארויס פון שטוב האב איך אנגעהויבן טראכטן דערפון.

איך בין געפארן אויפ'ן טרעין און נישט באמערקט די מענטשן ארום מיר. איך בין געגאנגען אין גאס און בין געווען פארטיפט אין מיינע מחשבות. איך בין געזעסן ביי מיין ארבעט־טיש, און איך האב נישט געהערט דעם ראדיא.

און הרב וואלפסאן האט צוגעלייגט א געוואלדיגע זאך: "גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט צוריקגיין אין ישיבה און צוריקבאקומען מיין קול. אבער אין דער זעלבער צייט מוז איך דיר זאגן, אז אין יענע צוויי יאר אלס זייגער־מאכער בין איך מער געוואקסן אין אידישקייט ווי אין אלע מיינע יארן אין ישיבה."

הרב שמעון פינקלמאן הי"ו, אין אַ שמועס צו דער ערשיינונג פון זיין נייעם ביכל 'רבי משה וואלפסאן' (איבערגעזעצט פון ענגליש צו אידיש)

באזייטיגט די אומאיידעלע בילדער

א אינטערסאנטע פאסירונג האט זיך אפגעשפילט אין די מאנטריאל גאסן פאריגע וואך. ווען איין טאג האט א יונגערמאן אדורכשפאצירט אויף די גאס אין די היימישע געגענט, האט ער באמערקט ווי געוויסע פארשוינען פארן ארום הענגען נישט איידעלע בילדער אויף די גאסן, פאר סיי וועלכע פראפאגאנדע אדער ציל.

זעענדיג אז דאס איז אויף א פלאץ וואו אסאך אידן גייען אריבער, איז אים בייגעפאלן א פלאן, ער איז צוגעגאנגען צו זיי מיט א פארשלאג, ער האט זיי געגעבן א שיינע מטבע, און באצאלט אז זיי זאלן דאס נישט הענגען אין די היימישע געגענט.

די מענטשן האבן גערן גענומען די געלט, אראפגענומען די בילדער און פלאקאטן, און זיך דערנאך אפגעטראגן פון דארט. מער האט מען נישט געזען די בילדער אין די געגענט.

דער מעשה וואלט געקענט בלייבן צווישן דעם יונגערמאן און דעם אויבערשטן (אזוי ווי ער האט געוואלט), אן קיינער זאל מיטהאלטן די איידעלע שריט פון א ערליכן איד, צו ראטעווען אזויפיל אידן פון ראיות אסורות. בהשגחה פרטית האט א צווייטער איד מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה פון זיין קאר, און ער האט דאס מיטגעטיילט פאר די רעדאקציע, אלס "ממנו יראו וכן יעשו" צו וויסן וויאזוי מיט א קליינע קלוגע שריט, קען מען טוען א טובה פאר טויזנטער אידן, אן קיין רעש און פרסום, בלויז צווישן זיך און דעם אויבערשטן.

בריון אין "דער בלעטל" אויסגאבע

האט איר עפעס געזען אדער געהערט וואס אנדערע קענען שעסן חיזוק דערפון?

[email protected]

רופט 845.999.4114 עקס. 152

PDF Preview