אורות חיים - ליקוטי פנינים על פרשת השבוע

ובחרת בחיים | September 30, 2026

מדרשות, וואס דאס איז א זאך וואס איז דא א גאנץ יאר. דורכדעם וואס אידישע קינדער זענען מקושר מיט קדושת בית המדרש, זענען זיי זוכה צו קדושת המקדש אפילו אין דעם חושך פונעם גלות.

אין די תורות פונעם בעלזא רב זכרונו לברכה זאגט ער אויף דאס וואס שטייט אין די ספרים הקדושים אז דער ענין פון חג הסוכות איז בזכותו של יעקב אבינו (ע"פ בראשית לג, יז), אז יעקב אבינו האט אוועקגעשטעלט דעם ענין פון השראת השכינה אפילו שלא במקום המקדש. עס שטייט דאך דארטן אין חז"ל אויף יעקב אבינו ביי בית א-ל: "נעקר הר המוריה ובא לכאן" (חולין צא.), דאס איז א כח וואס ער האט אוועקגעשטעלט אויף לדורות פאר אידישע קינדער, אז אפילו ווען עס וועט חלילה נישט זיין קיין בית המקדש, אבער עס וועלן זיין מקומות פון בתי כנסיות ובתי מדרשות, און דארט וועט זיין די השראת השכינה. און די זעלבע זאך אינעם ענין פון די סוכה - דאס איז א קדושת המקדש שלא במקומה, און דאס איז דער כח פון יעקב אבינו.

זעט מען פון דעם, אז די קדושה פון סוכה און די קדושה פון א בית המדרש דאס איז איין ענין; דאס איז אלס דער כח הקיום פון אידישע קינדער אין גלות אפילו ווען עס איז נישט דא קיין בית המקדש. פונקט אזויווי קדושת הסוכה איז א קדושת המקדש אפילו אין גלות, וואס דאס געבט פאר אידישע קינדער זיי זאלן האבן דעם כח פון השראת השכינה, די זעלבע זאך איז די קדושה פון בתי כנסיות ובתי מדרשות.

ווען די אידישע קינדער זענען געווען אין מדבר, זענען זיי געווען ארומגענומען מיט די ענני הכבוד. דער אויבערשטער האט זיי ארומגענומען מיטן אור ה' און מיט אזעלכע געוואלדיגע כוחות הקדושה, וואס דאס האט זיי געגעבן דעם כח פון 'בהוציאי אותם מארץ מצרים'. די אידן האבן דאך געדארפט מאכן די געוואלדיגע הכנה צו קבלת התורה, און שפעטער פארן דור המדבר - וואס איז געווען דער יסוד פאר גאנץ כלל ישראל בכל הדורות. די פערציג יאר אין די ענני הכבוד האט זיי געוואלדיג אויפגעהויבן, זוכה צו זיין צו די גרויסע און הייליגע מדריגות פון דעם 'דור המדבר'. מיר האבן נישט קיין השגה אין זייערע מדריגות און אין זייער קדושה, אבער דאס איז זיכער אז די ענני הכבוד האבן אסאך צוגעהאלפן צו קענען צוקומען צו די מדריגות השגה אין קדושה.

יעדע זאך פונעם דור המדבר שטעלט דאך אוועק א בנין לדורות. דאס וואס זיי האבן געמוזט ארויסגיין מלחמה האלטן די מלחמת עמלק, איז א בחינה פון א מענטש וואס דארף ארויסגיין פון די בתי כנסיות ובתי מדרשות - וואס זענען מעין קדושת המקדש - און פארלאזן די ד' אמות של קדושה ואור ה'. און אין די רגע וואס ער גייט ארויס פון דארטן, הייבן זיך אן די גרויסע מלחמות מיטן יצר הרע.

ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים (עי' במאור ושמש פ' מסעי), אז די מלחמות מיט עמלק, סיחון ועוג זענען מרמז אויף די מלחמת היצר, וואס דאס אלעס זענען געווען גרויסע קליפות וכוחות הטומאה וואס מיר דארפן מנצח זיין ווען מיר געפינען זיך אינדרויסן. אבער דער יסוד איז געווען, אז אפילו ווען די אידן זענען ארויסגעגאנגען, זענען זיי במחשבה ווייטער געבליבן מקושר אינעווייניג אין די ענני הכבוד.

דאס מיינט 'למען ידעו דורותיכם' - מען זאל וויסן וויאזוי עס האט זיך געבויעט דער יסוד פון כלל ישראל: אז אפילו אינדרויסן, זענען זיי במחשבה ווייטער געבליבן מיט די קדושה וואס זיי האבן קונה געווען אין די ענני הכבוד! זיי האבן געוואוסט אז דאס איז זייער אמת'ער פלאץ, און דער קשר האט זיי געגעבן דעם כח מנצח צו זיין די מלחמה.

דאס דארף מען געדענקן בכל הדורות; כסדר איז דא די בחינה פון 'ענני הכבוד', וואס דאס זענען די בתי כנסיות ובתי מדרשות. אויב א מענטש 'וואוינט' דארטן אויף אזא אופן - אז אפילו ווען ער איז פיזיש נישט דארט, בלייבט ער במחשבה מקושר דארטן אין דעם פלאץ - דעמאלטס קומט ארויס דער תכלית הנרצה, און ער קען מצליח זיין און זיין א מוסיף והולך.

עס איז ידוע וואס דער הייליגער דברי חיים זאגט (דברי חיים לסוכות) אויפ'ן מאמר חז"ל: "תשבו - כעין תדורו" (סוכה כז.); פונקט אזויווי ביי א דירה - אפילו ווען א מענטש גייט ארויס אינדרויסן, וואוינט ער דאך ווייטער אין זיין דירה, די זעלבע בחינה איז מיט מצות סוכה און די שבעת ימי החג. אויב א מענטש געפינט זיך מיט זיין גאנצע מחשבה אין די סוכה די גאנצע שבעת ימים, ווערט עס זיין אמת'ע דירה. ממילא, אפילו ווען ער מוז ארויסגיין, אבער וויבאלד די סוכה איז זיין קביעות, בלייבט ער נאך אלס פאררעכנט ווי ער זיצט אינעווייניג. אזוי זאגט דער הייליגער דברי חיים אויף סוכות.

דעם יסוד זעט מען ביי די מצוה פון סוכה, וואס איז א זכר צו די ענני הכבוד. די ענני הכבוד האבן געהאט אט דעם כח: דאס אליין וואס די אידן זענען ווייטער געבליבן במחשבה צוגעבונדן צו די ענני הכבוד, האט זיי געגעבן דעם כח ארויסצוגיין און מנצח זיין די מלחמה, און דער כח ווערט נתעורר בכל שנה ושנה פונדאסניי; סוכות קען א איד זיך מקשר זיין מיט אזא קדושת הסוכה, וואס באגלייט אים אפילו ווען ער געפינט זיך אינדרויסן!

דאס מיינט דער פסוק "שבעת ימים בשנה" (ויקרא כג, מא) - אז די סוכה געבט דעם כח אויף א גאנץ יאר! דורכדעם קען מען זיך א גאנץ יאר זיין מקושר מיט די קדושה פון בית המדרש, אז ווען א מענטש קומט אריין לערנען, זאל עס זיין זיין עכטע 'שבתי בבית ה", דארט זאל ער וואוינען, דארט זאל זיין זיין אמת'ער פלאץ פון וואו ער נעמט זיין גאנצע חיות, און נאר אזוי וועט ער קענען שטייגן און זיין א מוסיף והולך.

דאס זאגט מען טאקע ביי 'לדוד ה' אורי': 'אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה"' - נישט אז איך זאל אריינקומען אינעם בית המדרש בלויז אלס א גאסט, אדער יוצא צו זיין אלס 'מצות אנשים מלומדה'; נאר איך בעט צו 'וואוינען' דארטן! איך וויל וויסן און שפירן מיט מיין גאנצן הארץ, אז דאס איז מיין איינציגער פלאץ, מיין אמת'ע דירה!

שמחת בית השואבה

די גמרא פארציילט (סוכה נג.) אז ביי די גרויסע שמחה פון 'שמחת בית השואבה' האט הלל הזקן געזאגט: "אם תבוא אל ביתי, אני אבוא אל ביתך, שנאמר (שמות כ, כ) בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבא אליך וברכתיך".

די מפרשים זענען דארט מסביר דעם פשוט'ן פשט פון די ווערטער אז דאס גייט ארויף אויפן באשעפער. דער אויבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "אם אתה תבוא אל ביתי" - אויב ענק וועלן קומען צו מיין שטוב, "אני אבוא אל ביתך" - וועל איך כביכול קומען צו ענקער שטוב. ווייל דורכדעם וואס א איד קומט אין בית המקדש, באקומט ער געוואלדיגע השפעות טובות, אז עס קומט אראפ אן 'השראת השכינה' אויך צו אים אין שטוב! און ווען עס איז פארהאן אן 'השראת השכינה' דעמאלט איז מען זוכה צו אלע גוטע ברכות, ווי דער פסוק זאגט: "בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבא אליך וברכתיך".

אבער אין די הייליגע ווערטער ליגט אויך נאך א באדייט: ווי דערמאנט איז דער עיקר עבודה פון א איד צו לעבן מיט אן 'עול מלכות שמים' און צו בלייבן דבוק אין דעם אויבערשטן מיט זיין מחשבה אלעמאל. אפילו ווען ער איז פארנומען מיט זאכן פון עולם הזה! וועט דאך דער מענטש פרעגן: עס איז דאך נישט אזא לייכטע זאך אנצוקומען צו אזא מדריגה, וואס איז די עצה אז מען זאל טאקע קענען בלייבן דבוק אין באשעפער אפילו ווען מען איז פארנומען מיט עניני עולם הזה?! אויף דעם זאגט דער אויבערשטער: 'אם אתה תבוא אל ביתי', טאמער דו וועסט קומען צו מיין הויז, דו וועסט זיין אין בית המדרש מיט דעם ריכטיגן צוגאנג און מיט אן אמת'דיגע ערנסטקייט, דעמאלט וועסטו זוכה זיין אז אויך שפעטער וועט זיין 'אני אבא אל ביתך' - וועסטו קענען לעבן אגאנצן טאג מיט אן השראת השכינה, דו וועסט געדענקען דעם אויבערשטן אויך ווען דו געפינסט זיך אין שטוב, נישט צווישן די ווענט פון בית המדרש!

מען זעט טאקע דארט אן אינטערעסאנטע זאך אז אויפן 'גליון הגמרא' שטייט די גירסא: 'אם תבוא אל ביתי', אבער דער הגהות הב"ח אויפן פלאץ לייגט צו אז די ריכטיגע גירסא דארף מען לערנען מיט נאך א ווארט: "אם 'אתה' תבוא אל ביתי", מען דארף צולייגן דעם 'אתה'. און אזוי איז טאקע די גירסא אין תוספתא (סוכה פ"ד ה"ב). לכאורה פארוואס איז טאקע נישט גענוג צו זאגן בלויז 'אם תבוא אל ביתי'. דאס ווארט 'תבוא' איז דאך אויך טייטש 'אז דו וועסט אריינקומען'?! איז וואס פעל טנאך אויס די ווארט 'אתה'?!

קען מען זאגן אז דאס וויל אונז טאקע דער די גמרא לערנען: 'אם אתה תבוא' - דער אויבערשטער וויל אז 'דו אליינס' זאלסט אריינקומען אין בית המדרש! נישט בלויז דיין 'חיצוניות', און נישט בלויז דיינע 'איברים' זאלן זיין אין בית המדרש! נאר טאקע דיין גאנצע מהות, דיין קאפ און מח, זאלן זיין דבוק צום באשעפער בשעת'ן לערנען און דאווענען, מיט אן אמת'ע 'עול מלכות שמים'. דעמאלט וועט טאקע דער מענטש זוכה זיין צו דער הבטחה פון 'אני אבוא אל ביתך', אז דער אויבערשטער - כביכול - וועט קומען צו דיר אין שטוב. אפילו ווען דו ביזט באשעפטיגט מיט זאכן פון דעם גוף און פון עולם הזה, וועסטו אלעמאל קענען זיין באהאפטן צום אויבערשטן, אין אלע אומשטענדן!

די רבי זכרונו לברכה אין די תורות ברענגט א מורא'דיגן מדרש ילקוט (ילקוט שמעוני פנחס, רמז תשעח). דער מדרש ברענגט - דעם ערשטן חלק ברענגט שוין רש"י אין פרשת פנחס (במדבר כט, לו, ד"ה ביום השמיני עצרת) - אז שמיני עצרת איז דא א קלענערער קרבן ווי אלע טעג פון סוכות. ברענגט רש"י אז דאס איז אזויווי א טאטע וואס די קינדער זענען געקומען צו אים, און ווען עס איז געקומען די צייט זיך צו געזעגענען, האט דער טאטע געזעגנט: "בואו ונשמח אני ואתם, קשה עלי פרידתכם" - עס איז מיר שווער זיך צו געזעגענען פון אייך, לאמיר מאכן א קליינע סעודת פרידה. דאס איז דער ענין פון שמיני עצרת; א גאנץ סוכות זענען געווען גרויסע קרבנות - פערצן כבשים און די פרים זענען געווען פון שלשה עשר ביז שמונה - אבער שמיני עצרת איז נאר "פר אחד, איל אחד, כבשים בני שנה שבעה" (במדבר כט, לו), דאס איז די סעודה קטנה צוליב דעם 'קשה עלי פרידתכם'.

פרעגט דער רבי זכרונו לברכה: וואס הייסט 'קשה עלי פרידתכם'? דער אויבערשטער זאגט אז עס איז אים שווער זיך צו געזעגענען מיט כלל ישראל, אין די ימי הסוכות זענען אידן נאנט צום באשעפער, און ווען עס קומט די צייט צוריקצוגיין צו די חיי היום יום, זאגט דער באשעפער: 'קשה עלי פרידתכם' - עס איז מיר שווער אז אידישע קינדער זאלן פארגעסן און נישט לעבן אזוי שטארק מיטן באשעפער, פארדעם 'עכבו עלי יום אחד'. דאס איז דער ענין פון שמיני עצרת. פרעגט אבער דער רבי: נו, און מיט דעם איינעם טאג איז שוין געהאלפן? מיט דעם וואס מען בלייבט נאך איין טאג נאנט, איז מען שוין געהאלפן?

זאגט דער רבי זכרונו לברכה, דער פשט איז, אז די סגולת היום פון שמיני עצרת איז אז עס זאל בכלל נישט זיין קיין 'פרידתכם'! אידישע קינדער זאלן זיך מער נישט אפשיידן פונעם באשעפער, דאס איז דער כח פון שמיני עצרת. יעדע יום טוב האט זיך זיינע סגולות און זיינע כוחות הקדושה, און דער כח פון שמיני עצרת איז צו פועל'ן אז עס זאל נישט זיין קיין פרידה. ווי מיר האבן היינט געזאגט אין דעם חרדים (פיוט ידיד נפש): "עולם ועד לא תהיה בינינו פרידה". דער פשט איז, אז אין די ימים הקדושים, איז יעדער איד - אפילו אין וועלכן מצב ער זאל נאר נישט זיין - עוסק בתורה ובתפילה און איז נאנט צום באשעפער. ווען מען גייט ארויס פון די ימים נוראים און מען גייט צוריק צו די חיי יום יום, דארף מען א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז עס זאל נישט זיין קיין פרידה, נאר די קדושה פון די טעג זאל באגלייטן א גאנץ יאר. עס שטייט "הללוהו בצלצלי תרועה" (תהלים קנ, ה) אז די תקיעת שופר, די תרועה, זאל ווייטער קלינגען און מצלצל זיין אין די אויערן פון א איד א גאנץ יאר, כדי עס זאל נישט זיין קיין פרידה. אויף דעם דארף מען אן עקסטערע סייעתא דשמיא.

דאס איז דער כח פון שמיני עצרת: 'קשה עלי פרידתכם'. דער ענין פון דעם 'יום אחד' איז נישט בלויז נאך איין מעת לעת וואס דער טאטע פארברענגט מיט די קינדער, נאר דער טאג געבט דעם כח אויף א גאנץ יאר אז עס זאל נישט זיין קיין 'פרידתכם', אז מען זאל זיך קיינמאל נישט אפשיידן פונעם באשעפער.

שמחת תורה

די אלע ימי הרחמים ענדיגן זיך מיט שמחת תורה. דער אמת איז, אז ביי חג הסוכות אליינס איז דא דער ענין פון 'זמן שמחתינו' פיל מער ווי אנדערע ימים טובים. וואס איז עפעס דער ענין פון שמחה אזוי שטארק דא אין גלות? נאר דער ענין פון סוכות ברענגט ארויס דאס וואס שטייט ביי די מצוות "ויקחו להם איש" (שמות יב, ג) און "ולקחתם לכם" (ויקרא כג, מ), אז מיט יעדע מצוה וואס א איד טוט איז דער אויבערשטער שוכן בתוכו.

איז ידוע וואס דער ייטב לב ברענגט וואס דער ישמח משה האט פארציילט, אז ווען ער איז געפארן דאס ערשטע מאל צום חוזה פון לובלין זי"ע האט ער שוין דעמאלט געהאט א שטארקע ווארעמקייט צו נתקרב ווערן צו חסידים, אבער ער האט נאך געהאט א קשיא וואס האט אים געבאדערט שטארק: פארוואס די חסידים זענען כסדר בשמחה? עס שטייט דאך (שולחן ערוך או"ח סימן א): "ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש". ער האט געבעטן דעם אויבערשטן, אז אזויווי ער קומט צום צדיק, און חז"ל זאגן דאך "הבא לטהר מסייעין אותו" (שבת קד.), האט ער געטראכט אז 'מסייעין' איז א לשון רבים, דאס מיינט אז די צדיקים העלפן צו, אז דער רבי זאל אים פארענטפערן דאס ענין.

תיכף ווען ער איז אנגעקומען, האט אים דער רבי מקבל פנים געווען מיט דעם ענין נאך איידער ער האט געפרעגט, און אים געזאגט: עס זאל אייך נישט שווער זיין אויף דעם וואס מיר זענען אייביג בשמחה; זאלט עטס וויסן אז ביי תיקון חצות פארגיסן מיר 'באכן טרערן' אויפן חורבן, אבער דער חובת הלבבות (שער הכניעה פ"ו) זאגט: "הפרוש צהלתו בפניו ואבלו בלבו".

האט ער נאכגעזאגט דעם משל פונעם רבי'ן רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע: עס איז גלייך צו א מלך וואס געפינט זיך אין גלות, און ער קומט אן צו א גוטן נאנטן פריינד זיינע. מצד אחד איז דער פריינד זייער צובראכן - ער זעט דאך אז דער מלך אליינס איז אין גלות און פארטריבן פון זיין פאלאץ; אבער מצד שני איז ער פול מיט שמחה אז דער מלך איז זיך מתאכסן אצלו, און אז ער האט די זכות צו זיין אן אכסניא פארן מלך אליינס, דאס ברענגט אים א געוואלדיגע שמחה.

על כל פנים זעט מען פון דעם, אז אין גלות, ווען אידישע קינדער לעבן מיט דעם און גלייבן מיט אן אמת'ע אמונה אז אפילו אינעם חושך הגלות איז דא דער ענין פון "השוכן אתם בתוך טומאתם" (ויקרא טז, טז) אז די שכינה הקדושה איז עמהם, דעמאלט ווייסט מען אז יעדע מצוה וואס א איד טוט איז דער אויבערשטער מיט אים, און דאס אליין ברענגט די גרעסטע שמחה, ווי עס שטייט: "עוז וחדוה במקומו" (דברי הימים-א טז, כז). אז א איד לעבט מיט אמונה אז דער אויבערשטער איז מיט אים, און אז ווען ער איז עוסק בתורה איז ער זוכה - ווייל די תורה דאס איז דער אויבערשטער אליינס, און ווען ער טוט א מצוה איז ער דבוק אינעם באשעפער, דאס ברענגט אים די ריכטיגע און אמת'ע שמחה.

איז במילא די מצוה פון סוכות, וואס דאס איז דאך אריינברענגען אין די הערצער פון אידישע קינדער אז א איד איז א 'פלטרין של מלך', און אז עס איז דא דער ענין פון השראת השכינה אינעם איד אליין, דאס איז וואס ברענגט די שמחה. ממילא זענען די אלע מצוות פון סוכה און די ד' מינים מקושר מיט שמחה. און נאך מער ביי שמחת תורה וואס מיט דעם ענדיגן זיך די אלע ימים הקדושים, ווייל ביי שמחת תורה לעבט מען מיט דעם יסוד אז "אורייתא וקודשא בריך הוא חד הוא" (זוה"ק ח"ג עג.). אז א איד איז זוכה דבוק צו זיין אין די תורה הקדושה, דעמאלס איז ער כסדר דבוק אינעם אויבערשטן אליינס, און דאס איז די העכסטע שמחה וואס באגלייט אונז אויפן גאנצן יאר.

הקפות

דער ענין פון "וישכם אברהם בבוקר" (בראשית כב, ג), דאס איז דער ענין וואס אברהם אבינו האט דאך אוועקגעשטעלט אויף לדורות פאר אידישע קינדער, פון "יתגבר כארי לעמוד בבוקר לעבודת בוראו" (שולחן ערוך או"ח סימן א סעיף א). דאס איז נישט קיין לייכטע זאך, א מענטש דארף זיך שטארק מתאמץ זיין אויף דעם, כידוע וואס דער ייטב לב זאגט ביי די מאמרים אויף די הקפות (ייטב פנים, מאמר אור המקיף אות יב) אויף דעם וואס מען זאגט אינעם פיוט (ספר חרדים): "קדושיך בניך בין העמים, מסרו נפשם כמו עולות ושלמים, לרצון שנת עינם נדדה". ער רעכנט אויס די מעלות פון כלל ישראל אז זיי זענען זיך מוסר נפש פארן באשעפער, און זיי געבן אוועק דעם שלאף און זיי זענען מקיים דעם 'יתגבר כארי לעמוד בבוקר לעבודת בורא'. דאס ווערט אויסגערעכנט אינאיינעם אין איין שורה.

זאגט דער ייטב לב: מען זעט פון דעם אז זיך ארויסרייסן אינדערפרי לתורה ולתפילה צו דינען דעם אויבערשטן, דאס איז א בחינה פון מסירת נפש! עס האט די זעלבע מעלות פון מסירת נפש. 'נפש' איז דאך א לשון פון 'רצון' (רש"י בראשית כג, ח; רש"י חולין קכ.), און אז א מענטש געבט אוועק זיין אייגענעם רצון און זיין באקוועמליכקייט פארן באשעפער, דאס איז די אמת'ע מסירת נפש. ווען א מענטש הייבט אן אזוי דעם טאג, געבט דאס אים די כוחות אויף א גאנצן טאג צו זיין מוכן אוועקצוגעבן זיין רצון פארן אויבערשטן.

PDF Preview