יארצייט י"ח תשרי ב' דחוה"מ הרה"ק רבינו נחמן ב"ר שמחה זי"ע, (בן פיגא) בעל ליקוטי מהר"ן, מברסלב

גרויסקייט און חשובות פון די עבודת השם פון די צדיקים הקודמים, און נישט געלייגט קיין שטארקע דגוש אויף קיין מופתים, ווייל די גדלות און קדושה פון א צדיק איז באמת וואס ווייזט די גרויסקייט פון א צדיק אמת, און די הייליגע תלמידים האבן מעיד געווען, אז דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט מתפלל געווען, אז ווען ער באווייזט א מופת, זאלן די מענטשן פארגעסן פונעם מופת, ווייל ער האט באמת געגלייבט, אז די איינציגסטע מטרה פון א איד איז תורה און עבודת השם.

ער איז געבוירן אין שטוב פונעם זיידן דער בעש"ט הקדוש זי"ע אין שטאט מעזיבוז, שבת קודש ר"ח ניסן בשנת תקל"ב.

צו זיין טאטן הרה"ק רבי שמחה זי"ע, בן הרה"ק רבי נחמן מהורדנקא זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק מזלקאווא זי"ע, מגזע הגה"ק רבינו יהודה ליווא בעל מהר"ל מפראג זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פיגא ע"ה, בת הרה"ק רבי יחיאל מיכל אשכנזי מטולטשין זי"ע, (הנקרא דער דייטשעל זי"ע), ואשתו הרבנית הצדקת מרת אדל ע"ה, חתן הרה"ק אור שבעת הימים מרן רבינו הבעש"ט הקדוש זי"ע.

דער צדיק איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע אמונה פשוטה אינעם גרויסן באשעפער, ער האט זיין עבודת השם געטון מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, אבער דער צדיק האט מקפיד געווען אז מען זאל דינען דעם באשעפער מיט א שמחה עצומה, און ביי דעם צדיק האט קיינמאל נישט געהערשט קיין עצבות, דער צדיק איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, ער האט יעדן איד ליב געהאט אהבת נפש און מלמד זכות געווען אויף יעדן איד אפילו גאר שוואכע, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען צו מחזיר בתשובה זיין אידישע נשמות צום הייליגען בורא עולם, אבער אלעס איז געווען מיט אן אהבת יתירה, ווי עס איז באקאנט די ווארט וואס דער צדיק האט געזאגט בזה"ל, "אם אתה מאמין שיכולים לקלקל, תאמין שיכולים לתקן", אויב א איד גלייבט אז מען קען ח"ו מקלקל זיין, גלייב אז מען קען אויך מתקן זיין", ורבים השיב מעון.

דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע איז געווען מפורסם אלס א איש אלוקים קדוש ונורא מאוד, ער איז געווען א בקי נפלא בתורת הנגלה והנסתר ובתורת החסידות, ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע פרישות און זיין געוואלדיגע התנהגות דקדושה, דער צדיק האט באמת נישט נהנה געווען פון די וועלט און געווען אפ געשיידט זיין גאנץ לעבן פון יעדן תענוג גשמי, עס איז באוויסט, אז דער צדיק האט דאס ביסל עסן וואס ער האט געגעסן כדי צו דערהאלטן זיין גוף קדוש לעבודת הבורא, אראפ געשלינגען גאנצערהייט, כדי ער זאל נישט עקסטער הנאה האבן פון קיין דבר גשמי, דער צדיק האט זיך גאר אסאך מסגף געווען בחייו, ער האט כסדר אפ געראכטן גלגול שלג און אויך אנדערע סיגופים, אבער אלעס איז געווען מיט א געוואלדיגע הסתר נאר מיט די ריינע כוונה למען שמו יתברך.

ווען דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע איז נסתלק געווארן בשנת תק"ך, איז די הויז פונעם הייליגען בעש"ט אריבער בירושה צו די טאכטער הצדקת מרת אדל ע"ה, וואס האט דאס שפעטער אוועק געגעבן פאר איר טאכטער הצדקת מרת פיגא מיט איר מאן הרה"ק רבי שמחה בן הרה"ק רבי נחמן מהורדענקא זי"ע.

דער הייליגער צדיק רבי נחמן זי"ע האט זוכה געווען צו זיין גאר נאנט צו די געהויבענע תלמידים פון זיין זיידן דער הייליגער בעש"ט זי"ע, און דערפאר האט ער זוכה געווען צו מקבל זיין גאר אסאך סיפורי צדיקים, אבער דער צדיק האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען דווקא צו דערציילן די

איז באקאנט האבן די צוויי ברודער מעיד געווען אויף די צדקות און ערליכקייט פון זייער שוועסטער, און די 2 הייליגע ברודער'ס האבן גערופן די שוועסטער פיגא מיטן צו נאמען, "פיגא די נביאה".

דער צדיק האט שוין פון אלס קינד פון 3 יאר אלט עוסק געווען אין סיגופים נפלאים און צובראכן זיינע תאוות גשמיות מיט א מסירת נפש ממש, ער האט שוין דאן אלס קינד אנגעהויבן מיט זיין געהויבענע דרך אין עבדות השם, פון מאכן התבודדות און השתפכות הנפש און רעדן און בעטן דעם גרויסן באשעפער אויף יעדע זאך, און מיט דעם דרך איז דער צדיק גאר שנעל געוואקסן אין תורה און צו געקומען צו גאר געהויבענע מדריגות אין דינען דעם באשעפער מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, און דאס האט ער שפעטער איבער געגעבן פאר זיינע תלמידים, אז א איד ברויך אייביג האבן א קשר מיטן באשעפער און רעדן צום באשעפער נישט קיין חילוק ווי א איד שטייט, ווייל דער באשעפער הערט אויס יעדן איד און וויל משפיע זיין קדושה און גוטס פאר א איד.

נאכן ברית איז די מאמע די צדקת מרת פיגא ע"ה צו געגאנגען צו איר הייליגע ברודער רבי ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע מיט דער קינד אין די הענט בעטן א ברכה, אז דאס קינד זאל אויסוואקסן א גדול בתורה ויראת שמים און זאל דינען דעם גרויסן באשעפער מיט א אמת, אויך האט די מאמע געבעטן א ברכה פון די ברודער, אז מען זאל נישט קריגן אויף זיין דרך, דער ברודער דער הייליגער צדיק רבי ברוך'ל האט טאקע געגעבן א ברכה פארן קינד, אינמיטן איז ער געווארן שטארק פארטראכט, און זיך אנגערופן, אז נישט קריגן אויף זיין דרך קען ער נישט צוזאגן.

וויבאלד דער צדיק איז אויפגעוואקסן אין שטוב פונעם זיידן דער הייליגער בעש"ט זי"ע, איז אים כסדר אויס געקומען שוין פון אלס קליין קינד, צו זעהן די הייליגע תלמידי בעל שם וואס פלעגן כסדר קומען קיין מעזיבוז אין דעם זעלבן הויז ווי בחיים חיותו האט דער הייליגער בעש"ט דארט געוואוינט, אזוי אויך האט ער זיך אנגעזאפט מיט דברי אלקים חיים פון די הייליגע תלמידים און געהערט אסאך סיפורי צדיקים פון זיי, אין די שפעטערע יארן האט דער צדיק רבי נחמן אסאך משבח געווען דאס הערן סיפורי צדיקים און געזאגט אויף זיך, אז דאס האט אנגעצינדען אין זיין הארץ א ברען צו עבודת השם.

די הייליגע תלמידים האבן דערציילט, די סיבה פארוואס מען רופט דעם צדיק רבי נחמן זי"ע מיט זיין מאמע'ס נאמען, "רבינו נחמן בן פיגא", דאס איז, ווייל נאך פאר ער איז געבוירן געווארן, פלעגט זיין מאמע גיין כסדר צום ציון הקדוש פונעם זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, זיך אויסבעטן אז דאס קינד זאל אויסוואקסן א צדיק און א ירא שמים און דינען דעם באשעפער מיט א אמת, האט דער צדיק רבי נחמן געבעטן, אלס הכרת הטוב פאר זיין מאמע, "פיגא בת אדל בת הרה"ק אור שבעת הימים רבי ישראל בעש"ט זי"ע", זאל מען אים מזכיר זיין מיט די מאמע'ס נאמען.

שוין פון אלץ קליין קינד האט רבי נחמן אנגעהויבן דינען דעם באשעפער און געזוכט קרבת אלקים, און אזוי ווי דער ערשטער סעיף אין שו"ע איז שויתי י-ה-ו-ה לנגדי תמיד, האט רבי נחמן פראבירט צו אינזין האבן דעם שם פונעם באשעפער שטענדיג, און דערפאר איז אויס געקומען, אז זיצענדיג ביים מלמד האט ער נישט מיט געהאלטן די לימודים, ווייל ער איז געווען (כאילו) פאר'חלומ'ט אין זיין הייליגע עבודה, דער מלמד האט זיך געבייזערט אויף אים, אבער דער צדיק רבי נחמן פלעגט געבן פארן מלמד פון די טאשן געלט וואס זיין מאמע פלעגט אים געבן, 3 רובל פאר יעדן בלאט גמרא וואס דער מלמד האט געלערנט מיט איהם.

שוין פון אלס גאר יונג קינד איז דער צדיק געווען באוויסט אלס א גאון בתורה און א חריף און בקי בתורה, מען האט שוין דאן געזעהן אז דא וואקסט א ילד הפלא און א גאר קלוג קינד, שוין דאן האט דער קינד עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה נפלאה, דער צדיק האט ווי באוויסט נישט געהאט באמת קיין רבי אדער מורא דרך וואס האט אים אריין געברענגט אין תורה און אינעם דרך אין עבודת השם, דער צדיק איז געווען איינע פון די יחידים בדורו און אפילו נאך זיין דור, וואס האט זיך מיט זיין אייגענע כוחות ארויף געברענגט צו גאר א הויכע מדרגה אין תורה עבודת השם און גאר גרויסע קדושה.

בנוגע די געוואלדיגע התמדת הלימוד פונעם צדיק רבי נחמן זי"ע ווערט דערציילט, אז שוין אלס קינד האט ער אנגעהויבן מיט משניות, און לערנענדיג אליין האט ער בכלל נישט פארשטאנען וואס די משנה זאגט, פלעגט רבי נחמן אסאך וויינען צום באשעפער ער זאל זוכה זיין צו וויסן און פארשטיין וואס די משנה זאגט, ביז ער האט טאקע פארשטאנען, און אזוי האט ער געטון מיט די קומענדיגע לימודים גמרא, רש"י תוספות, שולחן ערוך, זוהר וכתבי אר"י און נאך, און אויף דער דרך פלעגט ער אויך אסאך בעטן דעם אויבערשטן און וויינען אז ער וויל זיין א הייליגע און ערליכע איד, און אסאך געבעטן אויף יעדע מידה באזונדער, און בכלל איז דאס געווען זיין הנהגה אויף אלעס וואס ער האט געוואלט אנקומען צו.

און נישט וויסענדיג וויאזוי מען פירט א שיף, האט ער שוין איינמאהל געשריגן מיט א אמת צום באשעפער אז די שיף זאל זיך צוריק שווימען.

איינמאל איז געקומען צום שווער באזוכן א עלטערע חשובע איד א תלמיד פונעם הייליגען מזריטשער מגיד זי"ע, און דער שווער נישט וויסנדיג די גדלות פון זיין גרויסן איידעם רבי נחמן, האט זיך אפגערעדט פאר דעם איד אויף זיין איידעם און געזאגט, געמיינט האב איך אז ער איז א גרויסער יחסן א אייניקל פון בעש"ט און רבי נחמן הורדענקער, און נאך אנדערע צדיקים, אבער ער לערנט נישט, און דאווענט נישט, ער איז ממש אן עם הארץ.

ביי די 13 יאר אלט האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת סאשיה ע"ה, בת הגביר רבי אפרים מהוסיאטין זי"ע.

דער איד האט נישט געגלייבט וואס ער הערט, האט ער צו געריפן דעם איידים רבי נחמן און פארהערט, דער איד האט ארויס גענומען א בבא קמא גמרא, און עס האט זיך אויפגעמאכט ביי פרק ב' ביי די משנה, "הכלב והגדי שקפצו מראש הגג", און דער איד האט געפרעגט פון רבי נחמן פשט אין די משנה, האט דער צדיק רבי נחמן געליינט ווי פאלגענד, "הכלב והגדי שקפצו, א כלב און א גדי וואס האבן געטאנצען א מארטש".

זיין שווער רבי אפרים איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח און אסאך גרויסע צדיקים זענען איינגאשטאן ביי אים אינדערהיים, און דער צדיק איז געווען אויף קעסט ביים שווער פאר אפאר יאר, דארט האט דער צדיק רבי נחמן זיך געפירט זייער באהאלטן, ער פלעגט זיך שפילן מיט די בחורים/קינדער פון זיין יארגאנג, אבער באהאלטענערהייט האט ער געדינט דעם באשעפער מיט א התלהבות עצומה, און קיינער אויסער די רעבעצין האט נישט געוואוסט, אפילו זיין שווער האט אויך נישט דאן געוויסט די גדלות בתורה און קדושה פון זיין גרויסן איידעם.

דער איד האט זיך זייער אויפגערעגט, און דערלאנגט פאר רבי נחמן א פאטש אין פנים, און דערביי אים אנגעזידלט, היתכן, דו שעמסט זיך נישט, די בוסט א אייניקל פון בעש"ט הקדוש און נאך צדיקים, און דיין שווער האט זיך געלאזט קאסטן א גרויסן נדן ווייל די ביסט א יחסן, אבער לערנען לערנסטו נישט קיין אות אחת און דו דאווענסט נישט, ווי אזוי פאסט דאס פאר א יחסן ווי דיר זאל זיך אזוי אויפירן, דער צדיק רבי נחמן האט גארנישט געענטפערט, נאר דער צדיק האט געוויינט און געוויינט מיט ביטערע טרערן.

אלס פרישער אינגערמאן זייענדיג נאר 13 יאר אלט, ווען ער האט געוואוינט אין דעם שטעטל הוסיאטין אויף קעסט ביי זיין שווער, פלעגט ער אסאך מאהל גיין צום טייך ביים עק פון שטאט, און זיך אריין זעצן אין א שיפל און אויף בינדן דעם שיף, די שיף האט זיך גענומען שווימען אין טייך אריין, און דארט אויפ'ן שיף האט רבי נחמן געהאט זיין התבודדות און אסאך געשריגן צום באשעפער, אין די שפעטערע יארן האט רבי נחמן געזאגט, אז דארט אויפן שיף האט ער זיך אויסגעלערנט וואס מיינט דאווענען מיט א אמת צום באשעפער, ווייל זייענדיג אליין אויף דעם שיף אינמיטן די וואסער,

דער אינגער רבי נחמן וואס ער האט אפאר טעג צוריק אנגעזידלט און געשלאגן.

מער האט דער צדיק וקדוש רבי נחמן געזאגט, אז ווען ער וואלט אין די אינגערע יארן געוואוסט ווי שטארק די כח התפילה איז, וואלט ער זיך נישט אויפיל מסגף געווען זיין גוף, נאר וואלט אויס געניצט די צייט צו מתפלל זיין און נענטער ווערן צום גרויסן באשעפער.

אבער דער אינגערמאן רבי נחמן איז געווען אזוי פאר'דבק'ט, אז ער האט גארנישט געשפירט אז איינער האט אויף געדעקט זיין פנים, האט דער איד צו געווארט ביז רבי נחמן האט געענדיגט דאווענען, און ער האט זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט רבי נחמן מסכים געווען צו מוחל זיין אויף די בזיונות, אבער נאר מיט איין תנאי, אז ער וועט קיינעם נישט דערציילן וואס ער האט דא געזעהן כל זמן ער רבי נחמן לעבט, דאס איז געווען זיין עניוות און זיין געוואלדיגע דרך אין עבודת השם, אז ער האט באמת נישט געוואלט אז מען זאל וויסן זיין גדלות און קדושה מיט וואס ער האט זיך געפירט.

ווי באקאנט איז תפילה און התבודדות געווען פון די שטערקסטע עבודות אין ברסלב, און דאס האט דער צדיק וקדוש רבי נחמן אוועק געשטעלט פאר זיינע תלמידים דאן און אויך לדורות עולם, אז עס איז אויך פאר פשוטע מענטשן, און אז יעדער קען אנקומען צו די העכסטע מדריגות, דורך אמת'דיג מתפלל זיין און זיך מתבודד זיין און רעדן צום גרויסן באשעפער.

אזוי ווי פריער דערמאנט, האט דער צדיק וקדוש רבי נחמן חתונה געהאט ביי די 13 יאר אלט, ביום חופתו ביי שחרית האט ער אנגעטראפן א עלטערע אינגערמאן מיטן נאמען רבי שמעון, און דער חתן האט געכאפט א שמועס מיט דעם רבי שמעון בתכלית מה חובת האדם בעולמו, און זיי האבן פארברענגט אין דעם שמועס א גאנצן טאג ביז צו די חופה.

אמאל האט דער צדיק רבי נחמן געהערט, ווי זיינע מענטשן רעדן צווישן זיך אויף די גרויסקייט פון זייער רבי, און זיי האבן געזאגט, אז עס מוז זיין אז ער איז אנגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט א הויכע נשמה און ער איז א יחסן, האט רבי נחמן זיך אנגערופן און געזאגט, אז נישט וועגן זיין נשמה אדער ייחוס איז ער אנגעקומען צו די אלע מדרגות, נאר ווייל ער האט גאר אסאך געהאראוועט און מתפלל געווען, און אז יעדער איד אפילו א גאר פשוטע איד קען אויך אנקומען צו די מדריגות.

דער רבי שמעון איז דעמאלסט נאך דעם שמועס געווארן דער ערשטער חסיד פונעם צדיק רבי נחמן מברסלב, און איז אויך געווען זיין משמש פאר יארן, און דער רבי שמעון האט עטליכע מאל געבעטן פון זיין גרויסן רבין, אז רבי נחמן זאל אים צו זאגן אז ער וועט זיין משמש אויך לעתיד לבוא, אבער רבי נחמן האט דאס נישט געוואלט אים נאך געגעבן, ביז איינמאל איז געווען א מעשה פון מסירות נפש פון רבי שמעון, און דעמאלט האט רבי נחמן אים צו געזאגט, אז ער וועט אים קענען משמש זיין אויך לעתיד לבוא.

זיין התמדת התורה איז געווען עד אין לשער, דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע האט קיינמאל נישט גע'בטל'ט קיין צייט, אויף אזוי ווייט, אז ווען ער פלעגט קומען אין שוהל צו שחרית, ביז מען האט זיך געגרייט צו דאווענען און מען האט זיך למעשה געשטעלט דאווענען, האט דער צדיק שוין אריין געכאפט לערנען 4 דפים שולחן ערוך.

עס ווערט דערציילט גאר אסאך מעשיות וואס ברענגען נאר אביסל ארויס די הייליגע עבודה און הארעוואניע פונעם צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע, ווי ער האט יעדע מינוט פון זיין לעבן געהארעוועט צו נענטער ווערן צום גרויסן באשעפער, אבער מיט דעם אלעם האט ער עטליכע מאל געזאגט און זיינע שפעטערע יארן, אז מען קען אנקומען צו די אלע מדריגות אסאך גרינגער מיט תפילה און התבודדות אליין, און נאך

הַמִּדְרָשִׁים כְּלָּם, וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ, וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה".

וויבאלד די דרך פונעם צדיק איז דאן געווען א חידוש בעולם החסידות, האט דאס ארויס גערופן התנגדות פון אסאך צדיקי הדור.

מען זעהט די לשון וואס דער צדיק האט געזאגט "עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִיק", און דער צדיק האט טאקע געמיינט צו זאגן כפשוטו, אז א מענטש זאל האבן קביעות עיתים לתורה און אויך א ציל וויפיל צו לערנען, און ער זאל זיך שטעלען א ציל וואס ער קען עס כמעט נישט אניאגן, און אזוי אויף דעם דרך פלעגט דער צדיק טאקע טון, אפילו ווען ער האט שוין געהאט א עדה חסידים, און ער איז געווען פארנומען מיט זיינע מענטשן, האט ער כסדר געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה.

אבער דער צדיק האט זיך פאר גארנישט אפ געשטעלט וויסענדיג אז ער ארבעט זיך אליין צו ברענגען נענטער צום גרויסן באשעפער, און אויך האט ער מיט דעם דרך אסאך אידן מקרב געווען צום באשעפער און זיי ארויף געברענגט צום דרך האמת ווי אזוי מען ברויך דינען דעם באשעפער, אבער ווי עס איז באקאנט האבן רוב גדולי הדור שפעטער מודה געווען, אז דער צדיק איז געווען א עובד השם באמת און האבן שפעטרע יארן מפליא געווען זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה מיט וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן געפירט.

אויך האט דער הייליגער צדיק רבי נחמן זי"ע געהאט אן עבודה גדולה אין זיך אויף פירן מיט א געוואלדיגע פשטות, און ער האט דאס אריין געברענגט ביי זיינע תלמידים, ווי צום ביישפיל אין לקוטי מוהר"ן תורה ק"ד (תנינא) שטייט הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת שֶׁל סְתָם בְּנֵי־אָדָם, הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים, וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים, כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן־עַם הַכְּשֵׁרִים. וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַבֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת, וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַבֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי־שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת, כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר, בְּלִי שׁוּם חָכמוֹת, כַּמְבֹאָר אֶצְלֵנוּ כְּבָר כַּמָּה פְּעָמִים. וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ, זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל־יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה, כָּל יָמָיו הָיָה מְזַבֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת. ווייל זיין עבודה איז געווען בתמימות און מיט א געוואלדיגע פשטות.

דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט געהאט גרויס השתוקקות און מסירות נפש אנצוקומען קיין ארץ ישראל, און טאקע בשנת תקנ"ט האט דער צדיק מחליט געווען און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל, קודם איז דער צדיק אנגעקומען קיין איסטנבול, און דארט האט זיך דער צדיק אויף געהאלטן פאר א שטיק צייט, ערב ראש השנה בשנת תקנ"ט איז דער צדיק אנגעקומען קיין חיפה.

ווי עס ווערט געברענגט פון די תלמידים, האט דער צדיק שפעטער דערציילט, אז ער האט דארט אין ארץ ישראל גאר אסאך אויף געטון אין דברים נשגבים, און ווי דער צדיק האט זיך כמה פעמים אליין אויס געדריקט ווען ער איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל איבער די גרויסקייט פון זיין אין ארץ ישראל, ווי מען זעהט ווי דער צדיק דריקט זיך אויס בזה"ל, "כל מקום שאני הולך, אני הולך לארץ ישראל", אויך האט דער צדיק זיך איינמאל אויס געדריקט בזה"ל, "מי שרוצה להיות יהודי, אי אפשר כי אם על ידי ארץ ישראל".

בשנת תק"ן נאכן פטירה פון זיין שווער, האט זיך דער צדיק רבי נחמן אריבער געצויגן צום שטאט מדבדיבקה, דארט האבן זיך שוין גאר אסאך אידן יראים ושלימים מדבק געווען אינעם צדיק און זענען געקומען מקבל זיין א דרך אין עבודת השם, דער צדיק האט מיט א מסירת נפש דארט געדינט דעם באשעפער און עוסק געווען בתורה און אויך אין זיין גרויסע עבודה פון התבודדות בשם, און דאס האט ער אריין געלייגט אין די אידן וואס זענען געקומען מיט האלטן זיין עבודה, און

ער האט שוין משיג געווען די הויכע מדריגות וואס ער האט געוואלט משיג זיין.

געווען אין דעם עניין צו ברענגען א תיקון פאר די וואס דארפן עס, אבער זיי זענען נישט אנגעקומען צו דעם בשלימות, אבער ער האט זוכה געווען דערצו צוליב זיין עבודת הקטנות ומסירת נפש, און צוליב וואס ער האט ליידער פארלוירן די ווייב און עטליכע קינדער יונגערהייט רח"ל.

נאכן צוריק קומען פון ארץ ישראל איז דער צדיק קודם צוריק געפארן קיין מדבדיבקה, און נאך א יאר האט זיך דער צדיק אריבער געצויגן קיין זלאטיפאלע, דארט אין שטאט האט דאן געוואוינט דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע, אבער ליידער האט דארט אויס געבראכן א מחלוקה צווישן רבי נחמן און די חזנים פון שטאט, און דאס האט געמאכט א שטיקל פירד צווישן דעם צדיק רבי נחמן און דער הייליגער שפאלער זיידע, אבער צדיקים האבן מעיד געווען, אז דאס איז געווען העכערע זאכן וואס אונז פשוטע מענטשן קענען נישט משיג זיין, ובמקום גדולים על תעמוד, און די צדיקים בדורו האבן מעיד געווען, אז דער הייליגער שפאלער זיידע האט אליין מעיד געווען אויף הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, אז ער איז א צדיק וקדוש.

אויך נאכן צוריק קומען פון ארץ ישראל האט דער צדיק אנגעהויבן רעדן פון דעם עניין פון ראש השנה, וואס כידוע איז ראש השנה געווען די העכסטע זמן ביים צדיק וקדוש רבי נחמן זי"ע, און ער האט געזאגט אז, "קיין גרעסערס דערפון איז נישט דא ווי צו זיין ביי מיר אויף ראש השנה", אויך האט דער צדיק געזאגט, "ראש השנה דארפן אלע זיין", און דער הייליגער צדיק רבי נחמן האט געזאגט, אז דעם עניין פון ראש השנה האט ער באקומען א מתנה פונעם באשעפער, און אז ער האט דאס נישט באקומען בירושה אדער דורך עבודות און השגות, נאר דער גרויסער באשעפער האט דאס אים געגעבן א מתנה אז ער זאל וויסן וואס ראש השנה איז, און דער צדיק רבי נחמן האט געזאגט, אז אפילו נשמות וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאהר, איז ער ראש השנה אלעמען מתקן.

בערך בשנת תקס"ב האט זיך דער צדיק רבי נחמן געצויגן צום שטאט ברסלב, און דארט האט דער צדיק אנגעהויבן פירן זיין חסידות וואס איז ביז היינט באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע חסידות'ער, דארט האבן זיך אנגעהויבן מדבק זיין צום צדיק אידן גדולים וקדושים בדורו ובתוכם איז געווען איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים הרה"ק רבי נתן שטרנהרץ הנקרא בפי כל ר' נתן מברסלב זי"ע, און דארט האט דער צדיק געוואוינט כמעט ביז צו זיין הסתלקות, און עס איז מקובל אז דארט אין שטאט ברסלב האט דער צדיק איבער געגעבן גאר אסאך דרשות און שיחות וואס זענען שפעטער פארשריבן געווארן דורך זיין גרויסן תלמיד רבי נתן מברסלב זי"ע, אויך איז מקובל די מנהג, אז די תלמידים זענען געקומען בקביעות צו זייער רבין רבי נחמן מברסלב זי"ע אויף דריי זמנים אין יאר, ראש השנה, שבת חנוכה, שבועות, וואס די דריי זמנים זענען געווען גאר געהויבענע זמנים ביים צדיק.

עס איז געבליבן אסאך דברי תורה און חיבורים נפלאים פון דעם צדיק ובתוכם.

  • ספר ליקוטי מוהר"ן, תורותיו,
  • ספר המידות, ערכים על ספרות חז"ל,
  • סיפורי מעשיות, סיפורי צדיקים סיפור ע"י רבינו זי"ע משנים קדמוניות,
  • שיחות הר"ן, קובץ שיחות מרבינו זי"ע,
  • מגילת סתרים, לגבי ביאת המשיח,
  • הספר הנשרף והסתר הגנוז,
  • סדר תיקון הכללי, ליקוט של עשרה פרקים מספר תהילים,
  • שבחי הר"ן, שבחיו של רבי נחמן זי"ע,
  • חיי מוהר"ן,
  • ליקוטי עצות.

נאכדעם וואס דער צדיק רבי נחמן איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל, האט דער צדיק אנגעהויבן רעדן און טוהן אין תיקון נשמות, אזוי אויך האט ער אנגעהויבן רעדן וועגן דעם עניין פון תיקון הכללי, אויף דעם עניין פון תיקון הכללי האט רבי נחמן געזאגט, אז אסאך צדיקים האבן עוסק

ער האט געהאט זיינע הייליגע קינדער.

בתו הצדקת מרת אדל ע"ה, בזיווג ראשון אשת הרה"ק רבי יוסף יוסקא אויערבאך זי"ע, בן הרה"ק רבי אברהם דב מחמלניק זי"ע, חתן הרה"ק רבי

יעקב יוסף בעל תולדות יעקב יוסף מפולנאה זי"ע, בזיווג שני אשת הרה"ק רבי יצחק אייזיק רובין מדוברובנה זי"ע,

ער אמאל דורך דעם שטאט, און דאן האט דער צדיק דערציילט, אז בערך 70 יאר צוריק האבן די רשעים די קאזאקין ימ"ש אפ געראכטן א שרעקליכע שחיטה אין דעם שטאט אומאן, און זיי האבן רח"ל אויס גע'הרג'ט 30 טויזענט אידן צדיקים וקדושים, און די צדיקים זענען געקומען לקבר ישראל אין א קבר אחים אויפן ביה"ח אין שטאט אומאן, און דער צדיק האט דאן קלאר געזאגט, אז ער וויל אויך דארט ליגן לאחר מאה ועשרים.

בתו הצדקת מרת שרה ע"ה, אשת הרה"ק רבי יצחק אייזיק רובין מדוברובנה זי"ע,

בתו הצדקת מרים ע"ה, נתארסה להרה"ק רבי שמואל ב"ר משה זי"ע, בן הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע, אבל נפטר קודם החתונה, אשת הרה"ק רבי פנחס פייבוש הורוויץ זי"ע, בן הרה"ק רבי לייבוש מוולוצ'סיק זי"ע,

בתו הצדקת מרת חי' ע"ה, בזיווג ראשון אשת הרה"ק רבי זלמן לוברסקי מקרמנצ'וג זי"ע, ובזיווג שני אשת הרה"ק רבי אהרן קלוצקער זי"ע, נכד הבעל התניא זי"ע,

בתו הצדקת מרת פיגא ע"ה, נפטר בילדותה,

בנו הצדיק שלמה אפרים ע"ה, נפטר בילדותו,

בנו הצדיק יעקב ע"ה, נפטר בילדותו.

ווי באקאנט איז דאס חסידות ברסלב דאס איינציגסטע חסידות וואס די רבי האט נישט איבער געלאזט קיין ממלא מקום וואס זאל ווייטער פירן דאס רבנות, אבער בדרך נפלא האט זיך דאס חסידות פארשפרייט נאכן הסתלקות פונעם צדיק צו איינע פון די גרעסטע חסידות'ער אין די וועלט, זיין דרך אין עבודת השם איז נתקבל געווארן אין די גאנצע וועלט, און טויזענטער אידן ווערן טאג טעגליך נתקרב צום גרויסן באשעפער מיטן כוח של אותו זקן דער הייליגער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע.

ליידער האט דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע גאר אסאך צער מיט געמאכט אין זיין לעבן, קודם האט ער ליידער פארלוירן זיין רעבעצין די צדקת יונגערהייט, דערנאך האט דער צדיק פארלוירן קינדער יונגערהייט, אויך האט דער צדיק גאר אסאך מיט געמאכט צער און יסורים נוראים, אבער דאס אלעס האט דעם צדיק בכלל נישט מבטל געווען פון זיין עבודת הקודש, דער צדיק האט זיין גאנצע לעבן געלעבט מיט זיין שטארקע אמונה אינעם גרויסן באשעפער און דאס אלעס איז געווען מיט א שמחה עצימה.

און ווי די צוואה וואס דער הייליגער צדיק רבי נחמן זי"ע האט איבער געלאזט בזה"ל, "הראש השנה שלי עולה על הכל. והיה פלא אצלי, מחמת שהמקורבים אלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקורבים אלי שיהיו כולם על ראש השנה, איש לא יעדר, כי כל עניין שלי הוא רק ראש השנה. והזהיר לעשות כרוז שכל מי שסר למשמעתו ומקורב אליו יהיה על ראש השנה אצלו, לא יחסר איש. ומי שזוכה להיות על ראש השנה ראוי לו לשמוח מאוד מאד. "אכלו מעדנים ושתו ממתקים כי חדוות ה' היא עוזכם" וזה נאמר על ראש השנה". ועוד הוסיף, "לא מבעיא אתם, אלא כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי".

ליידער די לעצטע יארן האט דער צדיק וקדוש מיט געמאכט גאר שווערע יסורים, אבער די גאנצע צייט האט דער צדיק מצדיק געווען דעם דין און געדינט דעם גרויסן באשעפער מיט א שמחה, פאר בערך 8 חדשים האט זיך דער צדיק געצויגן קיין לעמבערג לצורך רפואה, אבער ליידער האבן די דאקטורים נישט געקענט העלפן דעם צדיק, אויך האט דאן באטראפן דעם צדיק נאך א צרה, ווען זיין ביהמ"ד און זיין הויז איז ליידער ארויף אין פלאמען אין שטאט ברסלב און אינגאנצן חרוב געווארן.

אויך איז באקאנט, אז דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע האט צו געריפן ממש בעפאר ער איז נסתלק געווארן, זיינע צוויי גרויסע תלמידים הרה"ק רבי אהרן מברסלב זי"ע און הרה"ק רבי נפתלי מנמירוב זי"ע, און זיי גענומען אלס עדות אז זיי זאלן איבער געבן די ווערטער, "שכל מי שיבוא לקברו, ויתן שם פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו, ויאמר שם את עשרת המזמורים שבתיקון הכללי, אזי, אפילו אם גדלו ועצמו עוונותיו וחטאיו מאוד מאוד, חס ושלום, אזי

אתאמץ ואשתדל לאורך ולרוחב להושיעו ולתקנו", והוסיף "רק שיקבל על עצמו להבא שלא ישוב אל דרכו הרעה",

פרייטאג צונאכט ביי קידוש די בעכער אראפ געפאלן און זיך אויסגעגאסן, האט דער צדיק רבי נחמן זי"ע זיך אנגערופן בזה"ל, "היינט האבן מיר איינגעפלאנצט דעם נאמען ברסלב, און אונזערע מענטשן וועלן שוין אויף אייביג גערופן ווערן אויפן נאמען פון דעם שטאט ברסלב".

"אז ווער עס וועט זיך משתדל זיין צו קומען אויף זיין ציון הקדוש, און ער וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לעילוי נשמתו, און ער וועט זאגן די 10 קאפיטלעך פון תיקון הכללי, דאן אפילו ער וועט ח"ו זיין א בעל עבירה פיל מיט גרויסע חטאים, וועט ער דער צדיק זיך משתדל זיין אויף די לענג און די ברייט צו העלפן דעם איד, אבער דער צדיק האט מוסיף געווען, אז מען זאל זיך מקבל זיין מכאן ולהבא נישט צו זינדיגן".

בעפאר דער צדיק איז קומען וואוינען קיין ברסלב, האט דער צדיק וקדוש רבי נחמן זי"ע געוואוינט אין זלאטיפאלע, ער איז געקומען וואוינען אין זלאטיפאלע ממש פאר ראש השנה, און די שטאט מענטשן האבן געהערט, אז עס איז געקומען צו זיי אין שטאט א נייע רבי וואוינען, און זיי האבן שוין געהאט געהערט בעפאר, אז ביי דעם רבי איז די יו"ט ראש השנה א גרויסע טאג און אלע זיינע מענטשן קומען צו אים לכבוד ראש השנה, זענען זיי געגאנגען לאדענען דעם רבי'ן, אז ער זאל קומען דאווענען אלע תפילות ימים נוראים אין די שטאטישע שול, און זיי וועלן אים איבערגעבן אלעס, ער וועט קענען צושיקן זיינע בעלי תפילות וכו'.

אויך איז באוויסט גאר אסאך מאמרים פונעם צדיק וועגן דינען דעם באשעפער מיט א שמחה, און אז א איד טאר קיינמאל נישט אויף געבן אפילו מען איז ליידער גאר ווייט אוועק פונעם דרך האמת, ווייל א איד איז קיינמאל נישט פארלוירן, ובתוכם האט דער צדיק געזאגט.

  • "מצווה גדולה להיות בשמחה תמיד".
  • "אין שום יאוש בעולם כלל".
  • "כל העולם כולו גשר צר מאוד, והעיקר לא להתפחד כלל".
  • "אם אתה מאמין שיכולים לקלקל, תאמין שיכולים לתקן".
  • "כשאדם יודע שכל מארעותיו הם לטובתו, זאת הבחינה היא מעין עולם הבא".

דער צדיק רבי נחמן זי"ע האט טאקע אנגענומען די איינלאדענונג פון די שטאט מענטשן און אלעס איז געפארן כשורה, אבער יום הקדוש איז צו געגאנגען איינער פון די שטאט מענטשן אהן דעם וואס דער רבי זאל אים צושיקן צום עמוד צו שחרית, און יענעמס שווער איז צו געגאנגען צום עמוד ביי מוסף, און עס האט זייער געשטערט דעם רבין, ווייל דער צדיק האט דאן פארארבעט גרויסע זאכן און פראבירט מבטל זיין א גזירה וואס האט ליידער דאן געשוועבט אויף כלל ישראל.

אויך האט דער צדיק גאר שטארק מדגיש געווען, אז התקרבות צו צדיקי אמת איז איינע פון די יסודות פאר איד, ווייל דורך זיך מדבק זיין אין צדיקי אמת קומט מען אן צו דעם אמת'ן אמונה טהורה אינעם גרויסן באשעפער.

מעשיות

לפלא איז דער וואס איז צו געגאנגען צום עמוד פאר מוסף פלוצלינג שטים געווארן, און ער האט נישט געקענט ארויס זאגן א ווארט, און בלית ברירה איז ער אוועק געגאנגען פון דעם עמוד, און דער צדיק רבי נחמן זי"ע האט צו געשיקט זיין בעל תפילה צום עמוד, און מיט דעם האט דער צדיק מבטל געווען די גזירה, מוצאי יום הקדוש האט דער רבי געזאגט, אז די חזנים וואס זענען היינט צוגעגאנגן זענען געווען אזוי ווי די מטבע פון אברהם אבינו ע"ה, וואס ווי באקאנט זאגן חז"ל, אז די מטבע וואס אברהם אבינו האט געמאכט, איז געווען אויף די מטבע אויס געקריצט "בחור

ובתולה" פון איין זייט, און "זקן וזקנה" פון די אנדערע זייט, אזוי אויך די חזנים דער אינגערמאן פון שחרית און דער עלטערער פון מוסף האבן ביידע פשוט געוואלט געפעלן זייערע ב"ב אין די עזרת נשים.

אבער ער האט זיך נישט בעגניגט מיטן בלויז ארויסנעמען דעם מידה פון כעס, נאר ער האט געארבעט ביז עס זאל אין הארץ נישט בלייבן קיין קפידא, און אין ארץ ישראל האט ער זוכה געווען צום גמר התיקון, ביז אפילו ווען איינער האט אים וויי געטון, האט זיך אין אים נישט אויפגעוועקט קיין בייזקייט.

נאכן וואוינען 2 יאהר אין זלאטיפאלע ווי ער האט געליטן געפערליכע רדיפות און די מחלוקת אויף רבי נחמן האט זיך ליידער געשטארקט פון טאג צו טאג דארט אין זלאטיפאלע, איז דער צדיק רבי נחמן אריבער וואוינען קיין ברסלב, און רבי נחמן האט געזאגט אויף זיך, אז ער איז שוין פטור פון גיהנום, ווייל די גמרא זאגט דאך אז משפט רשעים בגיהנום איז פאר 12 חדשים, און ער האט שוין געהאט דעם גיהינום פאר דאפעלט 2 יאר.

אין ספר שבחי הר"ן ווערט דערציילט, אז ווען דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט באשלאסן צו פארן קיין ארץ ישראל אין יאר תקנ"ח, האט ער נישט געהאט קיין געלט אויף די הוצאות פון די וועג, זיין רעבעצין האט אים געפרעגט מיט טרערן וויאזוי ער קען פארלאזן די שטוב ווען עס איז ממש נישט דא קיין ברויט פאר די קינדער, האט דער צדיק רבי נחמן געענטפערט מיט א שטארקע תמימות, אז די גרעסערע קינדער קענען גיין דינען אין הייזער, די קלענערע קינדער וועט מען מוזן געבן פאר גוטע לייט וואס וועלן זיך מרחם זיין אויף זיי, און די מאמע וועט אויך טרעפן עפעס א פרנסה. און דער צדיק האט געזאגט פארן רעבעצין, אז ער מוז פאלגן דעם רצון השם און פארן קיין ארץ ישראל אפילו אויב עס קאסט דאס גאנצע לעבן, אויפן שיף איז געווען א שרעקליכע סכנה ווען דער צדיק האט גאר אסאך געליטן און עס איז געווען גרויסע שטורם ווינטען און די שיף איז געווען אין א גרויסע סכנה פון זינקען, אבער רבי נחמן האט זיך מוסר נפש געווען אויף יעדן טריט ביז ער איז אנגעקומען צום הייליגן לאנד, וואו ער האט געזאגט, "אז ווי נאר ער האט געטראטן פיר אמות אין ארץ ישראל האט ער שוין משיג געווען דאס וואס ער האט געברויכט משיג זיין".

דער הייליגער צדיק רבי יעקב יוסף בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע, איז כידוע געווען דער עלטסטער תלמיד פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע, ער איז געווען בערך דעם זעלבן יארגאנג פונעם הייליגען בעש"ט, און דער הייליגער תולדות איז שוין אין די יארן נאכן הסתלקות פונעם בעש"ט נישט געקומען קיין מעזיבוז, נאר פון מאל צו מאל פלעגן די תלמידי הבעש"ט פארן קיין פולנאה צו באזוכן דעם הייליגן תולדות.

אין שבחי הר"ן ווערט געברענגט, אז ביי די נסיעה פונעם צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע קיין ארץ ישראל, איז דער צדיק אריבער גאר אסאך שווערקייטן און די וועג איז נישט אנגעקומען אזוי בנחת, אבער דער צדיק האט כסדר מרמז געווען, אז ער האט דעם גאנצן נסיעה גענומען אויף זיך צו אויפטון גאר הייליגע ענינים.

איינמאל האט דער צדיק רבי נחמן אלס קינד געהערט, ווי די הייליגע תלמידי בעש"ט ווילן פארן צום תולדות, האט ער אויך געוואלט מיט פארן, אבער עס איז געווען א לאנגע וועג פון בערך 60 מייל, און בימים ההם איז מען געפארן מיט א פערד און וואגן, האבן די תלמידי בעש"ט אים נישט געוואלט מיט נעמען צוליב דעם טיטול הדרך, ווען רבי נחמן האט געזעהן אז קיינער וויל נישט נעמען קיין אחריות אויף אים, וויבאלד זיין טאטע דער צדיק רבי שמחה זי"ע איז געווען א צדיק נסתר און נישט געהאט קיין אפיציעל פארקער מיט די אלע צדיקים, ווייל ער פלעגט דינען דעם אויבערשטען באהאלטן פון מענטשן.

חול המועד סוכות זענען אלע געגאנגען צו מערת אליהו הנביא, דער עולם האט געטאנצט דארט מיט גרויס שמחה, אבער רבי נחמן זי"ע איז געזעסן מיט הכנעה און א צעבראכן הארץ, אויך

אין דעם ברענענדיגן אויוון.

מיט גרויס יגיעה, און האט זיי אריינגעווארפן גלייך אבער ער האט זיך נישט בעגניגט מיטן בלויז ארויסנעמען דעם מידה פון כעס, נאר ער האט געארבעט ביז עס זאל אין הארץ נישט בלייבן קיין קפידא, און אין ארץ ישראל האט ער זוכה געווען צום גמר התיקון, ביז אפילו ווען איינער האט אים וויי געטון, האט זיך אין אים נישט אויפגעוועקט קיין בייזקייט.

זיין שטוב מענטשן האבן דאס געזען און זענען געווארן איבערראשט, און האבן פארשטאנען, וויאזוי ער קען פארברענען אזעלכע גרויסע חידושים, האט דער צדיק רבי נחמן זיי געענטפערט מיט גרויס ערנסקייט, "יעדעס מאל וואס א מענטש שטייגט אויף א העכערע מדרגה אין עבודת השם, דארף ער פילן ווי ער האט נאך גארנישט אנגעהויבן, און די אלטע פארשטאנד איז גארנישט קעגן די נייע לעכטיגקייט וואס גאט באווייזט אים יעצט", און דער צדיק האט נישט געוואלט בלייבן צוגעבונדן צו זיינע נעכטיגע מדרגות, נאר אלעמאל אנהייבן פון פריש.

אין ספר שבחי הר"ן ווערט דערציילט, אז ווען דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט באשלאסן צו פארן קיין ארץ ישראל אין יאר תקנ"ח, האט ער נישט געהאט קיין געלט אויף די הוצאות פון די וועג, זיין רעבעצין האט אים געפרעגט מיט טרערן וויאזוי ער קען פארלאזן די שטוב ווען עס איז ממש נישט דא קיין ברויט פאר די קינדער, האט דער צדיק רבי נחמן געענטפערט מיט א שטארקע תמימות, אז די גרעסערע קינדער קענען גיין דינען אין הייזער, די קלענערע קינדער וועט מען מוזן געבן פאר גוטע לייט וואס וועלן זיך מרחם זיין אויף זיי, און די מאמע וועט אויך טרעפן עפעס א פרנסה. און דער צדיק האט געזאגט פארן רעבעצין, אז ער מוז פאלגן דעם רצון השם און פארן קיין ארץ ישראל אפילו אויב עס קאסט דאס גאנצע לעבן, אויפן שיף איז געווען א שרעקליכע סכנה ווען דער צדיק האט גאר אסאך געליטן און עס איז געווען גרויסע שטורם ווינטען און די שיף איז געווען אין א גרויסע סכנה פון זינקען, אבער רבי נחמן האט זיך מוסר נפש געווען אויף יעדן טריט ביז ער איז אנגעקומען צום הייליגן לאנד, וואו ער האט געזאגט, "אז ווי נאר ער האט געטראטן פיר אמות אין ארץ ישראל האט ער שוין משיג געווען דאס וואס ער האט געברויכט משיג זיין".

אין ספר שבחי הר"ן ווערט דערציילט, אז אין די יונגע יארן איז דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע, אין זיינע יונגע יארן איז דער צדיק רבי נחמן זי"ע אסאך געגאנגען צום ציון פונעם זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע אין מעזיבוז, און בעטן פונעם זיידן, אז ער זאל אים העלפן נאנט ווערן צום אייבערשטן, ער פלעגט גיין ביינאכט, אפילו אין די גרעסטע ווינטער-קעלט, און נאכן לאנג זיין ביים ציון איז ער געגאנגען א ווייטן וועג צום מקוה, און כאטש עס איז געווען א ווארעמער מקוה אינעם באד, האט ער אויסגעקליבן דעם קאלטן מקוה אינדרויסן און זיך מוסר נפש געווען אויף טהרה,

אין שבחי הר"ן ווערט געברענגט, אז ביי די נסיעה פונעם צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע קיין ארץ ישראל, איז דער צדיק אריבער גאר אסאך שווערקייטן און די וועג איז נישט אנגעקומען אזוי בנחת, אבער דער צדיק האט כסדר מרמז געווען, אז ער האט דעם גאנצן נסיעה גענומען אויף זיך צו אויפטון גאר הייליגע ענינים.

ווען דער צדיק רבי נחמן זי"ע האט געוואוינט ביים שווער און געוואלט איבערגעבן א בקשה פארן זיידן דער בעל שם טוב זי"ע, איז מעזיבוז געווען צו ווייט, פלעגט ער גיין מיט א תמימות צום ציון פון הרה"ק רבי ישעיה מיאנוב זי"ע אין סמילא, וואס איז געווען נענטער, און דארט האט ער געבעטן רבי ישעיה זי"ע ער זאל זיין א שליח און איבערגעבן זיין בקשה פארן זיידן דער בעל שם טוב זי"ע, מיט אזא פשוטע אמונה האט ער זיך פארבונדן מיט די צדיקים פון פריערדיגן דור.

חול המועד סוכות זענען אלע געגאנגען צו מערת אליהו הנביא, דער עולם האט געטאנצט דארט מיט גרויס שמחה, אבער רבי נחמן זי"ע איז געזעסן מיט הכנעה און א צעבראכן הארץ, אויך

ווען מען האט אים געפרעגט, וואס ער טוט א גאנצן טאג אן ספרים, האט ער געענטפערט, אז ער לערנט דורך אין קאפ גאנצע מסכתות אין ש"ס מיט די פירוש המשניות פונעם רמב"ם און אלע ראשונים, און ער פלעגט איבער'חזר'ן גאנצע בלעטער גמרא ווארט ביי ווארט פונעם זכרון, און האט מחדש געווען דערויף גאר טיפע חידושים, וואס שפעטער האט ער זיי אריינגעדרוקט אין ספר ליקוטי מוהר"ן, דאס האט געוויזן פאר יעדן, אז די גאנצע תורה איז געווען איינגעקריצט אין זיין מוח אן צו דארפן קוקן אין א ספר.

סודות אין ליקוטי מוהר"ן, פילט באמת אין זיין הארץ, אז ער איז בלויז אן ארימאן וואס שטייט ביים טיר און בעט אויף רחמים.

אין ספר שיחות הר"ן ווערט דערציילט, אז אין די אפט אוועקגיין פון די חסידים און זיך אריינזעצן אין די קליינע שטיבלעך פון די שניידערס, שוסטערס און וואסער-טרעגער, און ער פלעגט שמועסן מיט זיי איבער זייער שווערע טאג-טעגליכע ארבעט, און פרעגן וויאזוי עס גייט זיי מיט פרנסה, און הערן זייערע פשוטע שמועסן.

אין ספר שבחי הר"ן ווערט דערציילט, אז ווען דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע איז אנגעקומען קיין סטאמבול אויפן וועג קיין ארץ ישראל, האט ער באשלאסן זיך אינגאנצן אפצושאקלן פון סיי וועלכע גינוני כבוד אדער רעביסטעווע, ער האט אויסגעטאן די שיינע חסידישע קליידער, אנגעטאן א צעריסענע מלבוש אן א גארטל, און איז ארומגעגאנגען בארוועס אין די גאסן אן א הוט ווי א פשוטער ארימאן.

ווען עמיצער האט אים געפרעגט, פארוואס ער פארברענגט אזויפיל צייט מיט פשוטע מענטשן אנשטאט זיצן מיט גרויסע לומדים, האט רבי נחמן געענטפערט מיט אן אויפריכטיגן שמייכל, "די תמימות און די ערליכקייט פון א פשוטן איד וואס עסט זיין ברויט מיט שווייס און דאנקט דעם באשעפער אן קיין חכמות, דאס איז דער גרעסטער שיעור אין ענווה וואס א מענטש קען לערנען", און דער צדיק רבי נחמן האט קיינמאל נישט געקוקט אויף זיך העכער פון קיין שום באשעפעניש.

ער פלעגט זיך שפילן מיט די קליינע קינדער אין די גאסן און געלאזט מענטשן מיינען אז ער איז אן אומבאקאנטער וואנדערער, ווען אידן פונעם ארטיגן שטעטל האבן אים באגעגנט און געשמועסט מיט אים, האט ער גערעדט מיט אזא פשטות אז קיינער האט נישט געקענט טראכטן אז דאס איז אן אייניקל פונעם בעל שם טוב הקדוש. און א גאר הייליגער איד, שפעטער האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים, "אז ער האט דאס געטון בכוונה, כדי צו ברעכן יעדן טראפ גאוה און צוצוקומען צו דער מדרגה פון אמת'ע שפלות פארן באשעפער".

אין ספר חיי מוהר"ן ווערט דערציילט, אז דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט אין זיין לעבן מיטגעמאכט גאר ביטערע יסורים מיט זיינע אייגענע קינדער, ווען רוב פון זיי זענען נפטר געווארן אלס קליינע עופעלעך בחייו, באזונדער איז געווען שווער די פטירה פון זיין באליבטן קליינעם זון שלמה אפרים, אויף וועמען ער האט געזאגט גרויסע זאכן פאר דער וועלט, דאס קינד איז ליידער קראנק געווארן אויף דער שווערער קראנקייט אסכרה, און האט געליטן מורא'דיגע שמערצן ביז ער איז אויסגעגאנגען פאר זיינע אויגן אין שטעטל זאסלאוו.

אין ספר חיי מוהר"ן ווערט דערציילט, אז זיין חשובער תלמיד רבי נתן מברסלב זי"ע האט אמאל געשריבן, אז דער רבי פלעגט אפט זאגן פאר זיינע נאנטע מקורבים "איר מיינט אז איך בין שוין עפעס א גרויסער צדיק אדער א בר הכי, איך שווער אייך אז איך שפיר מיין גאנצע חיות בלויז ווי א קליין קינד וואס הייבט יעצט אן עפענען די אויגן".

דער צדיק רבי נחמן האט זיך צעוויינט מיט א ביטער געוויין וואס האט צעריסן די הערצער פון אלע אנוועזנדע, אבער טראץ דעם שרעקליכן חורבן הבית און די טיפע וואונדן אין זיין הארץ, האט ער גלייך דערנאך מקבל געווען דעם דין שמים מיט א פולקאמע ליבשאפט און תמימות, און געזאגט, "אז דער מענטש טאר קיינמאל נישט האבן קיין טענות אויפן באשעפער אפילו ווען דאס אייגענע בלוט ברענט".

מיט הייסע טרערן צום באשעפער, און זאגן, "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אנהייבן דינען דיר פונדאסניי, ווייל ביז היינט האב איך נאך גארנישט אפגעטאן", די תלמידים האבן געזען ווי דער גרעסטער מנהיג הדור, וואס האט אנטפלעקט טיפע

געזעסן טיף אין וואלד און מתפלל געווען מיט גרויס געוויין, אינמיטן האבן זיך באוויזן אפאר קליינע גויישע פאסטעכער וועלכע האבן אים געזען שרייען און וויינען צום הימל.

געקלאפט די נעגל האט אמאל געזען, ווי דער קעניג גייט מיט די גאלדענע קרוין אויפן קאפ, און ער האט זיך דערשראקן און געטראכט צו זיך, וואס איז דען מיין פשוטע ארבעט ווערד קעגן דעם וואס מאכט די הערליכע קרוין.

די קינדער האבן אנגעהויבן לאכן פון אים און געווארפן שטעקנס און שטיינער אויף אים כדי אים צו שטערן, דער צדיק רבי נחמן האט זיך אבער אפילו נישט ארומגעדרייט און האט ווייטער ממשיך געווען זיין תפילה מיט א ברענענדיגע דביקות כאילו קיינער איז נישט דארט, שפעטער האט ער פארציילט פאר זיינע מקורבים, אז פון דעם האט ער געלערנט א טיפע הנהגה פארן לעבן, אז ווען א מענטש וויל דינען דעם באשעפער טאר ער זיך נישט דערשרעקן פון קיין שום שפאט אדער שטרויכלונגען וואס קומען אים אין וועג.

האט דער מלך אים געלאזט וויסן, אז אויב די שוך וועלן נישט זיין גוט פארראכטן וועט דער מלך נישט קענען גיין אויף די פיס, און ממילא איז זיין קליינע מלאכה אזוי וויכטיג ווי די גרעסטע זאך, און מיט דעם האט רבי נחמן געוואלט אויפמונטערן יעדן פשוטן איד, אז אפילו א קליינע מצוה אדער א קורצע תפילה פונעם הארצן, איז גאר טייער און חשוב ביים גרויסן הייליגען באשעפער.

אין חיי מוהר"ן ווערט דערציילט, אז ווען דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע איז געווען שטארק קראנק אויף די לונגען אין זיינע לעצטע יארן, איז ער געפארן קיין לעמבערג זיך צו היילן ביי די גרעסטע דאקטוירים, איינער פון די בארימטע פראפעסארן האט אים אונטערגעזוכט און געזען אז די לונגען זענען כמעט אינגאנצן פארדארבן לויט די טבע פון דער רפואה, און דער דאקטאר האט זיך שטארק געוואונדערט און געפרעגט דעם רבי'ן, וויאזוי ער קען בכלל אטעמען און לעבן מיט אזעלכע קראנקע לונגען.

אין ספר שיחות הר"ן ווערט דערציילט, אז עס איז געווען א יונגערמאן וואס איז געקומען צו לויפן צום רבי'ן דער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע מיט גרויס צער, ווייל ער האט פארלוירן דעם שליסל צו זיין געשעפט אדער שאנק, און ער קען נישט עפענען די טיר און ער פארלירט זיין פרנסה, און דער יונגערמאן האט געבעטן א ברכה אדער א מופת צו טרעפן דעם שליסל.

דער צדיק רבי נחמן האט אים געענטפערט מיט א רואיגקייט, "א מענטש לעבט נישט בלויז פון די פליישיגע לונגען, נאר פון די אמונה און די לעבעדיגע כח פונעם בורא עולם וואס גיסט אריין חיות אין דעם גוף", דער דאקטאר איז געבליבן פארציטערט פון זיינע ווערטער און האט געזאגט פאר די ארומיגע, "דאס איז נישט קיין געווענליכער מענטש נאר א מלאך וואס שטייט העכער די טבע".

דער צדיק רבי נחמן האט אים געקוקט מיט רחמנות און געזאגט, "דו זוכסט דעם שליסל פון דיין געשעפט, אבער ביסטו אמאל געווען אזוי באזארגט איבער דעם שליסל פון דיין הארץ", און ער האט אים מסביר געווען, אז דער באשעפער געבט יעדן מענטש א הארץ וואס קען זיך עפענען צו תורה און תפילה, נאר אסאך מאל פארלירט דער מענטש דעם וועג וויאזוי עס צו עפענען און דאס הארץ בלייבט פארשלאסן מיט א שלאס, און רבי נחמן האט אים אנגעווארימט אז ער זאל מאכן התבודדות און רעדן פשוט צום אייבערשטן, ווייל תפילה מעומק הלב איז דער ריכטיגער שליסל וואס עפנט אויף אלע פארשלאסענע טירן פון דער נשמה.

אין ספר שבחי הר"ן ווערט דערציילט, אז אין די יונגע יארן פלעגט דער צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע כסדר שרייבן אסאך טיפע השגות און סודות התורה אויף קליינע צעטלעך און קונטרסים, איינמאל איז ער געזעסן ביינאכט און געלערנט ביז שפעט, פלוצלונג האט ער צונויפגענומען א גאנצע בינטל פון זיינע אייגענע הייליגע כתבים וואס ער האט געארבעט דערויף

PDF Preview