Skip to content

שמיני עצרת ווערן 'באפרייט' אלע פארווארפענע נשמות!

בַּיּוֹם הַשְׁמִינִי עֲצֶרֶת תִּהְיֶה לָכֶם (במדבר כט, לה)

אין דעם אכטן טאג [פון סוכות] זאל זיין א פארזאמלונג פאר אייך

דער הייליגער ייטב לב זי"ע ערקלערט בדרך צחות, אז ווען א קעניג פראוועט א גרויסע חתונה וכדו', באפרייט ער אלע ארעסטירטע, און מען דארף זיי צוריק ארייננעמען אינדערהיים. דאס זעלבע, אין שמיני עצרת ווערט א בחינה פון א חתונה אין די עולמות עליונים, און דאן נעמט דער אויבערשטער ארויס אלע הייליגע חלקים פון קדושה און אלע נשמות וואס זענען געווען 'ארעסטירט' און פארווארפן צווישן די קליפות, און ער באפרייט זיי, און דעריבער דארף מען זיי צוריק ארייננמען אינדערהיים.

דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "וביום השמיני עצרת תהיה לכם" – אין שמיני עצרת זאלט איר איינזאמלען די אלע פארווארפענע חלקים און נשמות, און זיי צוריק אריינברענגען אינדערהייםלי.

לד וזל"ק (ייטב פנים לשמיני עצרת, טו): ביום השמיני עצרת תהיה לכם ע"ד צחות כי כשמלך עושה שמחה של נשואין וכדומה מוציא האסורים לחפשי ולחירות וצריך לאסוף אותן הביתה והנה בשמיני עצרת זמן שמחת תורה כחתן יוצא מחפתו כביכול כידוע ליודעי חן מכוונת ברכת גשם אז מוציא הניצוצות הקדושות ונשמות דאזלין ערטלאין לחפשי וחירות וצריך לאסוף אותן הביתה וז"ש וביום השמיני עצרת לשון כנישו ואסיפה כתרגומו תהיה לכם ותבין.

PDF Preview