בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסְכֹּת.
אין איינע פון די גרויסע שטעט האט געוואוינט א איד, וועלכן מיר וועלן רופן נחום. זיין קליינע דירה איז געווען אויפן דריטן שטאק פון אן אלטן געביידע, איבער א גאס וואס האט כמעט קיינמאל נישט גערוט. ביז שפעט ביינאכט האבן זיך מענטשן געדרייט צווישן די געשעפטן, מוזיק האט זיך געהערט פון אפענע פענצטער, און ביים ווינקל האבן זיך יעדן אוונט צוזאמענגענומען זיינע חברים. דארט האט מען גערעדט, געלאכט און פארברענגט, ביז מען האט שוין נישט געדענקט ווען דער אוונט האט זיך אנגעהויבן.
נחום איז געווען איינער פון דער חברה. ער האט געקענט יעדן איינעם, און יעדער האט אים געקענט. ווען ער איז אנגעקומען, האט שוין איינער צוגערוקט א בענקל; ווען ער האט פארציילט א ווערטל, האבן אלע געלאכט. אזוי זענען אריבער טעג און וואכן, חדשים און יארן. תורה און מצוות זענען געווען ווייט פון זיין לעבן. ער האט נישט געוואוסט וויאזוי מען לערנט א בלאט גמרא, און א גאנצע תפילה אין א סידור האט ער נאך קיינמאל נישט געדאוונט.
אבער אמאל, ווען ער איז שפעט ביינאכט אהיימגעקומען און האט פארמאכט די טיר, איז אים געווארן מאדנע שטיל. דא איז שוין נישט געווען מיט וועמען צו לאכן. ער האט אראפגעלייגט די שליסלען אויפן טיש, זיך אראפגעזעצט, און געקוקט אויף די ווענט. "נאך א טאג איז אריבער," האט ער געטראכט. "און וואס איז מיר געבליבן פון דעם טאג?" ער האט נישט געהאט קיין קלארן ענטפער. צומארגנס האט מען אים ווידער גערופן, און ער איז ווידער אראפגעגאנגען צום ווינקל.
איין נאכמיטאג האט אן ארגינעזאציע וואס האט זיך באשעפטיגט מיט קירוב רחוקים אים פארגעשלאגן מיטצוקומען אויף א וואך אין א האטעל. דארט וועט פארקומען א סעמינאר, האט מען אים מסביר געווען: מען וועט קענען הערן שיעורים, פרעגן פראגן און זיך אביסל באקענען מיט אידישקייט.
נחום האט ערשט אוועקגעמאכט דעם גאנצן ענין. ער האט מורא געהאט אז מען וועט אים אנקוקן פון אויבן ביז אראפ, אים פארהאלטן אויף זיין לעבן, אדער פרעגן זאכן אויף וועלכע ער וועט נישט וויסן וואס צו ענטפערן.
דער איד וואס האט מיט אים גערעדט האט אים רואיג אויסגעהערט. "קום און הער," האט ער געזאגט. "דו מעגסט פרעגן וואס עס ליגט דיר אויפן הארצן. קיינער ערווארט נישט אז דו זאלסט שוין אלעס וויסן." נחום האט געהאלטן דעם צעטל מיט די פרטים צווישן די פינגער. א וואך אוועק פונ'ם גאס. א וואך וואו קיינער וועט אים נישט רופן צום אלטן ווינקל. ער האט זיך דערמאנט אין די שטילע נעכט אין זיין דירה, און צום סוף האט ער מסכים געווען.
ווען ער איז אנגעקומען אין האטעל, איז ער געבליבן שטיין ביים אריינגאנג מיט זיין רייזע-טאש אין דער האנט. אינעווייניג זענען געזעסן מענטשן מיט ספרים, און אין א זייט האט א איד מיט א ווארעמען שמייכל אויפגענומען די נייע געסט. נחום האט זיך געשפירט פרעמד. ער האט שוין געטראכט צי ער זאל נישט צוריקפארן. אבער דער איד איז צוגעקומען צו אים, אים באגריסט ביים נאמען און געוויזן וואו ער קען אראפלייגן זיינע זאכן. עס איז געווען עפעס אין דעם אויפנעמען וואס האט אים בארואיגט.
ביים ערשטן שיעור איז נחום געזעסן אין דער לעצטער רייע, נאנט צו דער טיר. ער האט געוואלט קענען ארויסגיין ווען עס וועט אים ווערן אומבאקוועם. אבער דער מגיד שיעור האט גערעדט אזוי פשוט און קלאר, אז נחום האט זיך צוגעכאפט דערצו. מען האט גערעדט פון א אידישער נשמה, פון דעם באשעפער, און פון דעם קשר וואס א איד קען האבן מיט אייבערשטער. נחום האט געקוקט אויף די אנדערע צוהערער. אויך זיי זענען געזעסן שטיל. קיינער האט נישט געמאכט קיין ווערטל.
נאכן שיעור איז ער צוגעגאנגען צום מגיד שיעור. ער האט אנגעהויבן מיט א קליינער פראגע, און דערנאך האט ער געפרעגט נאך איינס. ווען דער זאל איז שוין כמעט ליידיג געווארן, זענען זיי נאך אלץ געזעסן ביים טיש. דער רב האט אים נישט געאיילט. ער האט אים געלאזט אויסרעדן, און נחום האט צום ערשטן מאל ארויסגעזאגט זאכן וואס ער האט שוין יארן געטראגן אין זיך. "קען א מענטש ווי איך נאך אנהייבן?" האט ער ענדליך געפרעגט. "נאך אזויפיל פארלוירענע יארן?"
דער רב האט אים אנגעקוקט מיט א ווארעמען בליק. "דו קענסט אנהייבן," האט ער געענטפערט. "מיר וועלן דיר העלפן לערנען, טריט נאך טריט." נחום האט אראפגעלאזט די אויגן. ער האט זיך גערישט אויף א לאנגע תוכחה, און דא זיצט איינער קעגן אים און רעדט צו אים מיט אזא געדולד. יענע נאכט איז ער גאר שפעט ארויף אין זיין צימער. ער האט געעפנט דעם קליינעם סידור וואס מען האט אים געגעבן, און לאנג געקוקט אויף די ווערטער וואס ער האט נאך קוים געקענט ליינען.
פון טאג צו טאג איז ער געווארן מער צוגעצויגן. ער איז שוין נישט געזעסן ביים ארויסגאנג. פאר דעם שיעור האט ער צוגעגרייט זיין בענקל ביים טיש, און ווען ער האט נישט פארשטאנען, האט ער געפרעגט. ער האט זיך געלערנט צו מאכן א ברכה, ער האט געהערט וואס שבת מיינט, און האט אנגעהויבן פארשטיין אז אין זיין לעבן פעלט עפעס פיל טיפער ווי נאך א פארוויילונג. עס האט זיך דערוועקט אין אים א רצון צו ווערן אן אנדערער מענטש, א איד וואס לעבט מיט תורה און מצוות.
דער ערשטער שבת אינעם האטעל האט אים שטארק בארירט. די געדעקטע טישן, די ליכט, דער קידוש, די ניגונים וואס האבן זיך געהערט פון אלע זייטן, האבן אים געגעבן א געפיל וואס ער האט נישט געקענט אויסדריקן. ער איז געזעסן צווישן מענטשן וועלכע זענען אים מיט עטליכע טעג פריער געווען אינגאנצן פרעמד, און דא האט ער געשפירט אז ער האט א פלאץ. ווען איינער האט אים געוויזן וואו מען האלט אינעם זמירות, האט ער אריין געקוקט אין ספר און שטיל מיטגעזונגען וויפיל ער האט געקענט.
אינ'ם לעצטן טאג האט נחום אריינגעלייגט זיינע זאכן אין זיין טאשקע. דעם סידור האט ער נישט אריינגעשטופט צווישן די קליידער; ער האט אים געהאלטן באזונדער, אויבן, אז ער זאל אים גרינג קענען ארויסנעמען. איידער ער איז אוועקגעפארן, איז ער אריין צום רב זיך געזעגענען. "איך מיין עס ערנסט," האט ער געזאגט. "איך וויל לערנען. איך וויל היטן שבת. איך וויל נישט צוריקגיין צו דעם לעבן וואס איך האב געפירט ביז יעצט. זאגט מיר, מיט וואס זאל איך אנהייבן?"
דער רב האט אים געבעטן זיך אראפצוזעצן. "נחום, איך פריי זיך מיט דיין רצון," האט ער געזאגט. "אבער יעצט דארפן מיר רעדן פון דיין אהיימקומען. וואו גייסטו צוריק?" נחום האט אים געזאגט דעם נאמען פון זיין גאס. דער רב האט ווייטער געפרעגט: ווער זענען דיינע נאענטע חברים, וואו פארברענגסטו די אוונטען, און ווער דיר העלפן ווען די וועסט האבן א שאלה? נחום האט געענטפערט אויף יעדע פראגע, אבער ער האט נאך נישט פארשטאנען וואוהין דער רב וויל אנקומען.
דער רב האט אביסל געשוויגן. דערנאך האט ער געזאגט מיט גרויס ערנסטקייט: "דו דארפסט זיך זוכן א נייע סביבה. דיין פרישער אנהייב דארף האבן א פלאץ וואו די זאלסט קענען וואקסן." נחום האט זיך צוגעבויגן. "א נייע סביבה? איך מיינט איך זאל זיך אוועקציען פון דארט?" דער רב האט צוגעשאקלט. "מיר וועלן דיר העלפן טרעפן א פלאץ צווישן אידן וואס לעבן דאס לעבן צו וועלכן דו שטרעבסט. דארט וועסטו האבן מיט וועמען צו דאווענען, מיט וועמען צו לערנען, און ביי וועמען צו פרעגן."
נחום איז שטיל געווארן. פאר אזא זאך האט ער זיך נישט גערישט. זיין דירה איז געווען באקוועם, די געגנט האט ער געקענט, און זיינע חברים זענען נישט געווען קיין פרעמדע מענטשן. "איך האב דאך אליין באשלאסן זיך צו טוישן," האט ער געזאגט. "איך וועל זיי מסביר זיין אז איך פיר זיך יעצט אנדערש." דער רב האט אים אויסגעהערט. "דיין החלטה איז טייער," האט ער געזאגט. "דו דארפסט זיך אבער היטן, אויך ווען דו וועסט שוין נישט שפירן דעם ווארעמקייט פון דא."
"דא פרייט מען זיך ווען דו פרעגסט א שאלה," האט דער רב ווייטער געזאגט. "וואס וועט זיין ווען דארט וועט איינער לאכן פון דיין פראגע? דא קומט א חבר דיר רופן צום שיעור. וואוהין וועלן דיינע אלטע חברים דיר רופן? דו ביסט יעצט אזוי פול מיט התלהבות, אז עס דאכט זיך דיר אז גארנישט קען דיר שטערן. אבער עס וועלן קומען געווענליכע טעג, מידקייט, שוועריקייטן. דעמאלטס דארפסטו האבן נעבן דיר מענטשן וואס וועלן דיר העלפן בלייבן ביי דיין החלטה."
נחום האט צוגעזאגט צו טראכטן דערוועגן. דער רב האט אים געגעבן א טעלעפאן-נומער און געזאגט אז מען האט שוין א מעגליכע דירה פאר אים אין א פאסיגע געגנט. נחום האט אריינגעלייגט דעם צעטל אין סידור. אויפן וועג אהיים האט ער געקוקט דורכן פענצטער. די שטאט איז געווארן נענטער, און מיט איר זענען צוריקגעקומען די באקאנטע גאסן, די געשעפטן, די מענטשן. ער האט זיך געשטארקט: ער ווייסט דאך וואס ער וויל. א גאנצע וואך האט ער געהערט און פארשטאנען. דאס וועט ער נישט פארגעסן.
ער איז נאך נישט אנגעקומען צו זיין הויז, און שוין האט זיך געהערט א רוף פונעם ווינקל. "נחום! וואו ביסטו געווען א גאנצע וואך?" איינער פון די חברים איז צוגעקומען, און גלייך דערנאך נאך צוויי. נחום האט זיי באגריסט. ער האט געוואלט דערציילן וואו ער איז געווען און וואס ער האט געהערט, אבער נאך איידער ער האט געענדיגט דעם ערשטן זאץ, האט איינער באמערקט די קאפל אויף זיין קאפ. דער חבר האט אים אנגעקוקט פון אויבן ביז אונטן און אויסגעבראכן אין א געלעכטער.
"וואס איז דא געשען? נחום איז געווארן א צדיק!" האט ער אויסגערופן צו די אנדערע. איינער האט געמאכט א ווערטל, א צווייטער האט צוגעגעבן נאך איינס. נחום האט פראבירט צו שמייכלען, אבער עס איז אים נישט געלונגען. ער האט אנגעהויבן מסביר זיין אז ער האט געהערט זייער ערנסטע זאכן. "יא, יא," האט איינער אים איבערגעהאקט. "מיר וועלן אויך הערן. קום נאר, זעץ דיך צו. דו ביסט דאך נאך אלץ אונזער נחום." מען האט צוגערוקט דעם באקאנטן בענקל.
נחום איז געבליבן שטיין מיט דער טאש אין דער האנט. דאס איז געווען דער זעלבער בענקל אויף וועלכן ער איז געזעסן אזויפיל אוונטן. די זעלבע קולות, די זעלבע ווערטלעך. ער האט געשפירט ווי שווער עס איז אים צו זאגן אז ער גייט יעצט אהיים. קיינער האט אים נישט געצוואונגען צו בלייבן, אבער אלע האבן געווארט אז ער זאל זיך אראפזעצן. פאר א רגע האט ער געטראכט אז ער קען דאך זיצן בלויז עטליכע מינוט. וואס קען שוין געשען פון א קורצן שמועס?
ער האט אראפגעלייגט די טאש. איינער האט אים געקלאפט אויפן אקסל און אנגעהויבן פארציילן וואס ער האט אלץ פארפעלט די וואך. נחום האט זיך שוין כמעט אראפגעזעצט, ווען זיין בליק איז געפאלן אויף דעם סידור וואס האט זיך ארויסגעשטעקט פון דער טאש. ער האט זיך דערמאנט אין דעם רב'ס פראגע: "וואוהין וועלן דיינע אלטע חברים דיך רופן?" א קעלט איז אים דורכגעלאפן. ער איז קוים צוריק אויף דעם גאס, און שוין שעמט ער זיך מיט דעם וואס איז אים נעכטן געווען אזוי טייער!
ער האט צוריק אויפגעהויבן די טאש. "איך דארף יעצט ארויפגיין," האט ער געזאגט. מען האט אים נאכגערופן, נאך א ווערטל, אבער ער איז ווייטער געגאנגען. אויף די טרעפ האט ער געהערט ווי דאס געלעכטער ווערט שטילער. ווען ער איז אריין אין דער דירה, האט ער פארמאכט די טיר און איז געבליבן שטיין. די ווענט זענען געווען די זעלבע. אויפן טיש זענען געלעגן די זאכן וואס ער האט איבערגעלאזט פאר דער רייזע. אלעס האט געווארט אז ער זאל ווייטער לעבן פונקט ווי פריער.
נחום האט ארויסגענומען דעם סידור און געעפנט ביים צעטל. ער האט געהאלטן דעם טעלעפאן-נומער און געטראכט וועגן דעם בענקל אונטן. "איך וויל באמת," האט ער שטיל געזאגט. "אבער יעצט פארשטיי איך פארוואס איך דארף הילף." ער האט אנגערופן דעם רב. ווען ער האט געהערט די באקאנטע שטימע, האט ער נישט געדארפט לאנג מסביר זיין. "איך בין אהיימגעקומען," האט ער געזאגט, "און איך האב שוין פארשטאנען. אויב די מעגליכקייט איז נאך דא, וויל איך קומען."
אין די קומענדיגע טעג האט מען אים געהאלפן זיך אריבערציען. זיין נייע דירה איז געווען קלענער, און א טייל זאכן זענען אים געווען אומבאקוועם. ער האט געדארפט זיך צוגעוואוינען צו נייע גאסן און נייע שכנים. אבער דעם ערשטן אוונט האט א שכן געקלאפט אין דער טיר און געפרעגט צי ער וויל מיטגיין דאווענען מעריב. נחום איז מיט אים געגאנגען. נאכן דאווענען האט מען אים געוויזן א פלאץ ביים טיש, און איינער האט געעפנט פאר אים א ספר.
עס זענען אויך דארט געווען שווערע טעג. אמאל האט ער נישט פארשטאנען דאס לערנען, און אמאל האט ער געפילט ווי ווייט ער איז נאך פון דעם וואס ער וויל זיין. אבער ווען ער האט געפרעגט, האט אים איינער געענטפערט. ווען ער איז געווארן צעבראכן, האט אים א חבר מחזק געווען. מיט דער צייט האט ער געהאט א קביעות צום לערנען, א פלאץ אין שול, און מענטשן וואס האבן זיך געפרייט מיט יעדן קליינעם טריט וואס ער האט געמאכט. זיין החלטה האט באקומען א פלאץ אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
עטליכע וואכן שפעטער איז דער רב געקומען אים באזוכן. נחום האט אים אריינגעבעטן און צוגערוקט א בענקל צום טיש.
אויף דער פאליצע זענען געשטאנען עטליכע ספרים, און דער קליינער סידור איז געלעגן אפן נעבן זיין פלאץ. "ווי גייט עס?" האט דער רב געפרעגט. נחום האט געשמייכלט. "איך האב נאך אסאך צו לערנען," האט ער געזאגט. "אבער דא העלפט מען מיר לערנען." דערנאך האט ער צוגעגעבן מיט א שטילער ערנסטקייט: "יענע וואך האט מיר געגעבן דעם רצון. דא לערן איך וויאזוי צו לעבן מיט אים."
טייערע אידן, דער משל עפנט אונז אויף א טייערן געדאנק אין דער עבודה פון סוכות, וואס רבי שמשון פינקוס זצ"ל לערנט אונז. אין דעם סדר פון יום טוב זענען פאראן די זיבן טעג סוכות, און דערנאך שמיני עצרת. דער דאזיגער געדאנק באלייכט די עבודה פון די זיבן טעג:
נאך ראש השנה און יום כיפור גייט א איד ארויס פון זיין שטוב און אריין אין דער סוכה. ער נעמט מיט זיין פרישן רצון צו דינען דעם אייבערשטן, און באקומט א הייליגע סביבה אין וועלכער דער רצון זאל זיך קענען האלטן.
דא קומט די פראגע וואס דער רב האט געפרעגט נחום: וואו גייסטו צוריק? אין וועלכע סביבה וועלן דיינע קבלות אנקומען? אפשר ווארט שוין אויף דיר דער זעלבער שמועס וואס שלעפט אוועק דעם גאנצן אוונט. אפשר זיצט דארט איינער וואס מאכט א געלעכטער פון יעדן ערנסטן ענין. אפשר זענען די אלטע געוואוינהייטן אזוי פעסט איינגעפירט, אז אן קיין באזונדערן באשלוס פאלט מען צוריק אין זיי. מען האט זיך אויפגעוועקט אין בית המדרש, אבער אינדערהיים ליגט נאך אלעס אויפן זעלבן פלאץ.
דער בענקל ביים ווינקל האט נישט געדארפט רעדן צו נחום. זיין פלאץ אין דער אלטער חברה איז געווען גרייט. אזוי קען אויך א איד טרעפן זיין אלטן פלאץ גלייך נאכדעם וואס ער האט באשלאסן זיך צו טוישן. מען רופט אים צו צום זעלבן פארברענגען, און ווען ער זאגט אז ער וויל גיין לערנען, הערט ער א שמייכל: "וואס איז געשען מיט דיר? דו ביסט פלוצלינג געווארן אזא צדיק?" איין ווארט פון ליצנות קען אים מאכן זיך שעמען מיט דער קבלה אויף וועלכער ער האט נעכטן געוויינט.
דאס איז די סכנה וואס שטייט אונז פאר די אויגן. א מענטש קען מיינען אז וויבאלד ער וויל באמת, איז ער שוין גענוג שטארק. אבער ער דארף נאך לערנען וויאזוי צו היטן דעם רצון.
נחום האט אינעם האטעל נישט געקענט פארשטיין פארוואס מען רעדט מיט אים וועגן א נייע דירה. ער האט דאך געהאט אזא קלארע החלטה! ערשט ביים אלטן ווינקל האט ער געשפירט וויפיל כח די סביבה האט אויף אים. די הכרה האט אים געברענגט צו נעמען דעם נויטיגן טריט.
דערפאר גיט אונז דער אייבערשטער די הייליגע מצוה פון סוכה. דער אייבערשטער זאגט אונז: איך זענט אריבער ראש השנה און יום כיפור, איך האט זיך דערנענטערט, איר ווילט אנהייבן פון פריש; יעצט טוישט אייער וואוינונג, גייט אריין אין דער סוכה. גיט דעם נייעם רצון א נייע סביבה. לעבט די טעג אויף אן ארט וואס וועט אייך העלפן ווייטער אנגיין מיט דער עבודה. דער טויש ווערט עפעס וואס מען טוט למעשה, מיטן גאנצן מענטש.
און פון דער סוכה דארף א איד מיטנעמען דעם געדאנק אויף ווייטער. מיט וועמען קען איך מאכן א קביעות? ווער וועט מיר העלפן ווען איך וועל ווערן שוואכער? וועלכער שמועס נעמט מיר אוועק דעם טעם פון לערנען, און וועלכער חבר גיט מיר חשק צו ווערן בעסער? נחום האט אין זיין נייע דירה אויך געהאט שוועריקייטן. אבער ער האט שוין געהאט צו וועמען זיך צו ווענדן. דאס איז דער גרויסער כח פון א גוטער סביבה: אויך ווען די התלהבות ווערט שוואכער, בלייבט די הילף נעבן דיר.
א איד טראגט אריין דעם טיש, גרייט צו זיין פלאץ און זעצט זיך עסן אין דער סוכה. זיין געווענליכע שטוב בלייבט דארט וואו זי איז געווען, אבער זיין לעבן ווערט יעצט געפירט אונטערן סכך. ער האט זיך אוועקגערוקט פון דעם איינגעוואוינטן פלאץ. דערמיט קען ער ארייננעמען אין זיך די דערמאנונג: איך וויל טאקע היטן דאס וואס איך האב באקומען אין די ימים נוראים. מיינע קבלות דארפן האבן א פלאץ ביים טיש, אינעם שמועס, אינעם סדר היום, אין דעם לעבן וואס איך פיר.
די מעשה פון נחום דארף אונז דעריבער געבן חיזוק. ווען א איד זעט אז א נסיון ווערט אים שווער, דארף ער נישט גלייך אפמאכן אז זיין תשובה איז נישט געווען אמת. ער קען נעמען דעם סידור, ארויסנעמען דעם צעטל און זוכן די הילף וואס וועט אים האלטן. ער קען זיך דערנענטערן צו א גוטן חבר, זיך קובע זיין א שיעור און אוועקרוקן פון א סביבה וואס שוואכט אים אפ. זיין אויפריכטיגער רצון איז ווערט אז ער זאל טון עפעס ממשות'דיג אים צו באשיצן.
און ווער זענען די נייע חברים אין דער דאזיגער הייליגער סביבה? די הייליגע אושפיזין: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף און דוד. דאס זענען די הייליגע געסט מיט וועלכע דער אייבערשטער ברענגט אונז צוזאמען אין דער סוכה! דער איד וואס האט זיך פריער געדרייט צווישן השפעות וואס ציען אים אראפ, ווערט יעצט אריינגענומען אין א סביבה פון קדושה. די נאענטקייט צו די הייליגע אושפיזין דארף אים העלפן פארזעצן דעם וועג אויף וועלכן ער איז ארויף אין די ימים נוראים.
דאס לערנט אונז די סוכה אין די טעג נאך יום כיפור. דער אייבערשטער גיט אונז א הייליגן פלאץ און הייליגע געסט, כדי מיר זאלן קענען ווייטער וואקסן מיט דעם פרישן אנהייב. לאמיר אריינגיין מיט אונזערע קבלות און זיי געבן א פלאץ אינעם לעבן. לאמיר אויסקלויבן די שמועסן, די חברים און די קביעות'ן וואס וועלן אונז העלפן זיי מקיים זיין. ראש השנה און יום כיפור האבן אויפגעוועקט דעם הארץ. אין דער סוכה לערנען מיר זיך צו לעבן מיט דעם אויפגעוועקטן הארץ, און מיט די ריכטיגע חברים גיין ווייטער א גאנץ יאר.
לאמיר זיך פארשטעלן דעם חילוק. נחום שטייט מיט זיין סידור פאר די אלטע חברים, און איינער לאכט. ער קומט רבי שמשון פינקוס זצ"ל