סוכות געבט מען אוועק די גאנצע פארמעגן פארן אויבערשטן!
דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט: די דריי ימים טובים זענען קעגן די דריי זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אין פסוק (דברים ו, ה): "בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך" - דאס הארץ, די נפש, און דאס געלט.
פסח איז מען זוכה צו א ריין הארץ, ווייל דאן איז מען געווארן ריין פונעם יצר הרע, און שבועות איז מען זוכה צו שפירן א ליכטיגקייט אין נפש דורך קבלת התורה, און סוכות איז מען זוכה צו אוועקגעבן פארן אויבערשטן דאס געלט, ווייל דאן גייט מען ארויס פון די אייגענע דירה, און מען פארלאזט זיך נישט אויף זיין פארמעגן און זיין הויז, נאר מען ווארפט זיך גענצליך ארויף אויפן אויבערשטן.
ענליך צו דעם האב איך געהערט פון מיין הייליגן זיידן (דער חידושי הרי"ם זי"ע), אז די דריי ימים טובים זענען מבטל די דריי שלעכטע נאטורן: קנאה, תאוה, און כבוד. און דאס איז ענליך צו וואס ס'איז אויבן ערקלערט געווארן, ווייל קנאה איז שולט אינעם גוף און אינעם הארץ, תאוה שפירט מען אין נפש, און כבוד איז אינדרויסן פונעם גוף פונקט ווי עשירות און געלט".
ח וזל"ק (שפת אמת, סוכות, תרל"ד): ג' רגלים בכל לבבך נפשך מאודך (דברים וה) בפסח נגאלו מיצר הרע ושבועות הרגשה בנפש נפשי יצאה בדברו (שה"ש ה), ובסוכות מאודך צא מדירת קבע כמו שאמרו ז"ל (סוכה ב א), שלא לסמוך על ממונו ובנינו רק לבטוח בהשי"ת, וכן חיבת ענני הכבוד הוא חיבה יתירה כענין העשירות שחוץ לגוף. וכעין זה שמעתי ממו"ז ז"ל אשר ג'