סוכות וועדט נתגלה אז דער אויבערשטער פאדדופט זיין נאמען אויף אונז, און דודכדעם זענען מיד באשיצט פון אלעם שלעכטס
לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסִּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם (ויקרא כג, מג)
[איר זאלט זיצן אין סוכה] כדי אייערע דורות זאלן וויסן, אז איך האב אריינגעזעצט כלל ישראל אין סוכות, ווען איך האב זיי ארויסגעצויגן פון לאנד מצרים
דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט: די טיפע כוונה פון דעם פסוק איז, אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי זוכה געווען, אז דער אויבערשטער האט ארויפגעלייגט זיין נאמען אויף זיי, אז ער ווערט אנגערופן 'דער באשעפער פון כלל ישראל', און אט דאס – אז דער אויבערשטער פאררופט זיך אויף אונז – דאס איז אויך די פנימיות פון 'מצות סוכה', ווייל דורכדעם ווערן מיר באשיצט פון אלעם בייזן, פונקט ווי א סוכה וואס באשיצט פון רעגן און פון די זון. און אט דאס דינט ווי א קלייד פאר יעדן איד. דעריבער זאגט דער פסוק אז דער טעם פון סוכה איז א זכר צו 'יציאת מצרים', ווייל דורך סוכה זענען מיר מקבל דעם ליכטיגקייט צו וואס מיר האבן זוכה געווען ביי יציאת מצרים – אז דער אויבערשטער פאררופט זיין נאמען אויף אונז.
ימים תחוג וכו' כי יברכך י"י אלקיך בכל תבואתך ובכל וכו' הנה שמחה היא אבל צריכין אנחנו כעת ג"כ לששון בבטחונינו על יום המקווה כי עדיין לא השגנו שלימותינו, והנה הבטיחנו יוצרינו כאשר שבעת ימים תחוג וכו', אזי והיית אך שמח, תזכה לזמן המקווה אשר לא תצטרך אז לששון רק לשמחה, כי יושלם מאווייך ותאמר זה י"י קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו.
אום ראש השנה האבן מיר מקבל געווען א פרישער חיות פונעם לעבעדיגן באשעפער, און יעדעס מאל ווען א מענטש באקומט פון אויבן א נייע השפעה פון ליכטיגקייט, דארף ער האבן א 'קלייד' דאס צו קענען מקבל זיין, און ער זאל זיך קענען אנקליידן דערמיט, און אט דער 'מלבוש' באקומען מיר אום סוכות"*.