Skip to content

אום סוכות זענען מיד זוכה צו באקומען טיילווייז דעם 'דעת' פונעם 'דור המדבר'

יב -

אום סוכות זענען מיד זוכה צו באקומען טיילווייז דעם 'דעת' פונעם 'דוד המדבד'

בַּסָּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים... לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסָּכֹּת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם (ויקרא כג, מב-מג)

איר זאלט זיצן אין סוכות זיבן טעג... כדי אייערע דורות זאלן וויסן, אז איך האב אריינגעזעצט די אידן אין סוכות, ווען איך האב זיי ארויסגעצויגן פון מצרים

הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שטעלט זיך, אז לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס דער פסוק הייבט אן מיט א לשון 'נוכח' [ווי ער רעדט צו די אידן]: "בסוכות תשבו", און ער איז ממשיך "למען ידעו דורותיכם" מיט א לשון 'נסתר' [ווי ער רעדט איבער די אידן]?

נאר דער אמת איז, אז דער הייליגער דור המדבר, האבן זוכה געווען צו פארשטיין און באגרייפן, אז דער אויבערשטער פירט זיי מיט א וואונדערליכע השגחה, און זיי האבן געשפירט בחוש וווי דער אויבערשטער געבט אכטונג אויף זיי, און דורכדעם האבן זיי געשפירט א דביקות צום אויבערשטן, דעריבער האט נישט אויסגעפעלט קיין שום זאך וואס זאל זיי דערמאנען פונעם אויבערשטן, און אריינברענגען אין זיי דעם 'דעת' צו וויסן פון באשעפער און גלייבן אין אים.

אבער די פראבלעם איז געווען נאכדעם וואס דער 'דור דעה' וועט אוועקגיין, וויאזוי וועלן די קומענדיגע דורות קענען האבן א השגה און א געפיל אינעם אויבערשטן? נאר ס'איז נאך איבערגעבליבן עפעס א צייכן און א רושם פון דעם הייליגן 'דעת' פונעם דור המדבר, און דורכדעם קענען מיר אויך זוכה זיין משיג צו זיין דעם 'דעת', אין דער צייט וואס מיר זענען מקיים די מצוה פון סוכה.

דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "בסוכות תשבו" – איר [דער 'דור המדבר'] זאלט זיצן אין סוכה, "למען ידעו דורותיכם" – כדי דורכדעם זאלן אייערע שפעטערע דורות זוכה זיין אויך צו קענען האבן עפעס א 'ידיעה און א השגה אינעם אויבערשטן, ווען זיי וועלן מקיים זיין די מצוה פון סוכה, דורך די צייכן וואס וועט איבערבלייבן פון אייך.

וויבאלד אין סוכות איז דער צייט וואס מיר זענען זוכה צו א 'דעת' אינעם אויבערשטן, דעריבער איז דאס 'זמן שמחתינו', ווייל מיר פרייען זיך מיט דעם וואס מיר זענען באהאפטן און דבוק אין השי"ת".

יב וזל"ק (תורת אמת, הו"ר תר"מ): לכאורה מן הפסוק בסוכות תשבו שבעת ימים למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל נראה שגם מצוה זו הוא רק לזכר התחדשות

PDF Preview