אומאויפהעדליכע סייעתא דשמיא צו זיין ריין פון שלעכטע מחשבות!
הקפה ו'
יַקִיר אֱמוֹר לְצָרוֹתַי דִי, נוֹהֵג כְּצאן יוֹסֵף הוֹסִיף מַחֲמַדִי,
יַסֶד בְּצִיוֹן אֵל חַי יִקְרַת יְסוֹדִי, וְנַחֲלַת עָרִיצִים שַׁדַ"י
באליבטער באשעפער, זאג פאר מיינע צרות: "גענוג"; באשעפער וואס דו פירסט כלל ישראל (וואס ווערן אנגערופן 'יוסף') פונקט ווי שאף - פארמער מיינע גלוסטענישן [די גלוסטיגע לאנד ארץ ישראל]; לעבעדיגער באשעפער, בוי אויף און באפעסטיג די טייערע יסודות פון דעם בית המקדש, און דאן וועלן די רשעים ירש'ענען זייער פארדינטע שטראף פונעם אויבערשטן
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטעלט זיך, פארוואס נוצט ער דעם לשון "אֱמוֹר לְצָרוֹתַי דִי" [זאג פאר מיינע צרות - גענוג], לכאורה וואלט מער געפאסט צו זאגן "תאמר לצרותי די" [דו זאלסט זאגן פאר מיינע צרות – גענוג]?
נאר די טיפע כוונה פון דער בקשה איז, אז מיר זאלן זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן פון שלעכטע מחשבות, און זיין ריין אין דעם ענין פון 'קדושת היסוד', און אויף דער מידה פון 'יסוד' פאדערט זיך א שטענדיגע סייעתא דשמיא, אז מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן אין שלעכטע מחשבות, דעריבער דרוקט ער זיך אויס מיט א לשון 'אמור', וואס דאס ווייזט אויף א 'לשון הווה' – א זאך וואס גייט אן שטענדיג, און דאס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, ווייל אויף דעם ענין דארף מען האבן סייעתא דשמיא אלעמאל אן אפשטעל.
לויט דעם קען מען ערקלערן דעם המשך פון דעם פיוט, אז דאס וואס ברענגט צו דעם מענטש צו פוגם זיין חלילה אין דעם ענין, איז דער ענין פון 'גלוסטן', אז ער גלוסט צו שלעכטס. און ווילאנג א מענטש שפירט אז ס'קומט אים אריין אין הארץ שלעכטע תאוות, דארף ער זיך מתגבר זיין זיי צו פארטרייבן, אז זיי זאלן בכלל נישט אריינקומען ביי אים אין הארץ, אבער ווען א מענטש איז זוכה צו דער מדריגה פון יוסף הצדיק, אז ער איז שוין גענצליך ריין אין דער מידה פון 'יסוד', דאן דארף ער זען, ארויפצוברענגען די אלע גלוסטענישן וואס קומען אים אריין אין הארץ, און זיי צוריקברענגען צו די קדושה, אז ער זאל זיי נוצן צו גלוסטן צום אויבערשטן, און צו טון מצוות.
דאס איז מרומז אין דעם המשך פון דעם פיוט: "נוֹהֵג כְּצאן יוֹסֵף" – ווען מען איז שוין זוכה צו דער מדריגה פון יוסף הצדיק, דאן: "הוֹסִיף מַחֲמַדַי" – דארף מען מוסיף זיין די גלוסטעניש, און דאס ארויפברענגען צו די קדושה.
און ער פירט אויס: "יַסֶד בְּצִיוֹן אֵל חַי יִקְרַת יְסוֹדַי" – דורכדעם וואס מען וועט זיך מתגבר זיין זיך צו רייניגן אין דעם ענין פון 'יסוד', וועט מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ווי ס'איז באקאנט, אז די גאנצע גאולה איז געוואנדן אין דעם. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז מיר זאלן זוכה זיין בקרוב צו די גאולה שלימהלי.
לו וזל"ק (חידו"ת מהרי"ט, לסוכות, עמ' קכ, שנת תשי"ז): עוד אפשר לומר דלכאורה יש לדקדק למה לא אמר תאמר לצרותי די כמו שאומרין כן בכל התפלות לשון כזה אמנם הנה מדה זו מדת יסוד צריכין סייעתא דשמיא תמיד שלא להכשל במחשבות רעות ע"כ אמר יקיר אמור לשון הוה כמו זכור ושמור מפני שתמיד בלי הפסק צריכין סייעתא דשמיא בענין זה ע"כ מבקשין יקיר אמור תמיד לצרותי די היינו שננצל ממחשבות רעות תמיד. והנה יסוד מדה זו היא חמדה
והאדם צריך להתגבר תמיד שלא יבוא בלבו החמדה כלל אמנם כשבא האדם בעזהשי"ת למדת יוסף הצדיק היינו שמשלים עצמו במדת יסוד אז צריך לראות להעלות מדת החמדה ולהוסיפה אל הקדושה וז"ש נוהג כצאן יוסף דכשבא למדריגת יוסף הצדיק אז הוסיף מחמדי צריך לראות להוסיף מדת החמדה אל הקדושה יסד בציון א' חי יקרת יסודי שזה הוא יסוד הגאולה שנקרא קיבוץ נדחים כידוע והגאולה שלימה תלוי בזה, השי"ת יזכנו לגאולה שלימה במהרה.