ושאבתם מים בששון

ובחרת בחיים | September 30, 2026

ושאבתם מים בששון

די געוואלדיגע השפעה פונעם יום טוב סוכות

אז א איד לאזט נישט נאך זיין תשוקה צום אויבערשטן - וועט ער צום סוף נתקרב ווערן צו אים

סוכות איז משפיע פאר אידן שמחה מיטן אויבערשטן

מען שטייט יעצט אינעם זמן שמחתינו. דאס איז א זמן וואס עס ווערט נשפע פאר אידישע קינדער א שמחה מיטן אויבערשטן; ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים א, ד): "הֱבִיאַנִי הַמֶּלֶךְ חֲדָרָיו נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ" - דער אויבערשטער האט מיר אריינגעברענגט אין זיין צימער אריין, דאס גייט ארויף אויף די 'ענני הכבוד', וואס די סוכה איז דאך א זכר צו דעם, און דאס ברענגט אריין אין א איד אז ער זאל זיין "נגילה ונשמחה בך" - זיך צו פרייען מיטן אויבערשטן. פארדעם איז סוכות מיוחד מיטן ענין פון 'זמן שמחתינו' - מער פון אלע ימים טובים, כאטש וואס אין אלע ימים טובים איז דאך אויך פארהאן א מצוה פון 'ושמחת בחגך', אבער דאך זאגט מען נאר סוכות 'זמן שמחתינו'. ווייל דעמאלט איז דער זמן פון 'הביאני המלך חדריו'.

מען זעט אז דער עיקר שמחה פון סוכות, האט זיך געדרייט ארום דעם ענין פון 'שאיבת מים'; ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיה יב, ג): "וּשְׁאַבְתֶּם מַיִם בְּשָׂשׂוֹן" - מען זאל שעפן וואסער מיט א לוסטיגקייט. דארף מען דאך פארשטיין דעם ענין וואס איז דער שייכות צווישן 'שאיבת מים' מיטן ענין פון 'שמחה'? אלע ספרים פרובירן דאס מסביר צו זיין, און אודאי וויפיל מען ווייסט, איז דאס נישט קיין 'אחד מני אלף' וואס עס איז אלץ באהאלטן דערין. יעדע מצוה האט זיך דאך זיין סגולה און כח, און די מצוה פון 'שאיבת מים' האט דעם כח, משפיע צו זיין שמחה פאר אידישע קינדער, אז עס זאל זיין 'שמחו בהשם', מען זאל שפירן א שמחה אין תורה ומצוות און אין עבודת ה' - וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קיום תורה ומצוות.

די געוויין פון די מים התחתונים 'אנן בעינן למהוי קמי מלכא'

אפשר קען מען זאגן איין נקודה דערין (א חלק דערפון שטייט שוין אין ייטב לב, אבער ער ברענגט עס נישט ארויס כלפי דעם חלק פון שמחה). עס איז דאך ידוע וואס עס שטייט אויף די מצוה פון ניסוך המים, אז בשעת בריאת העולם, האט דער אויבערשטער געזאגט (בראשית א, ו): "יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם וִיהִי מַבְדִּיל בֵּין מַיִם לָמָיִם" - אז די 'מים התחתונים' זאלן ווערן אפגעטיילט פון די 'מים העליונים', די 'מים העליונים' זענען געבליבן אויבן, נאנט צום אויבערשטן, און די 'מים התחתונים' זענען געווארן דערווייטערט. אודאי מיינט דאס נישט כפשוטו אז דאס וואסער איז געווארן ווייט בגשמיות, נאר דאס מיינט ברוחניות, אז זיי זענען אנגעקומען דא אויפן גשמיות'דיגן עולם הזה, וואס איז אזוי שטארק מגושם און אזוי נידריג און אזוי ווייט פונעם 'אור פני מלך חיים'. דאס רופט זיך אז זיי זענען 'נתרחק געווארן' פונעם אויבערשטן. דעמאלט האבן די וואסערן אנגעהויבן צו וויינען: "אנן בעינן למהוי קמי מלכא" - מיר ווילן אויך זיין נאנט צום אויבערשטן! פארוואס עפעס זענען זיי געבליבן נאנט צום אויבערשטן, און מיר זענען אזוי נתרחק געווארן?! דאס איז טאקע דער ענין וואס מען זעט כסדר אז דער ים שטורעמט מיט 'גלי הים', ווייל די מים ברענגען כסדר ארויס זייער השתוקקות אויף ארויף.

אן עבודה פארן אויבערשטן אויף די וועלט - א שטערקערע נאנטקייט ווי זיין אויבן

אויף דעם האט זיי דער אויבערשטער מנחם געווען מיט די מצוה פון 'ניסוך המים', וואס מען נעמט וואסער דוקא פון דא אונטן, פון די מים התחתונים, און מען גיסט עס אויפן מזבח. ווייזט אויס, אז כאטש וואס די 'מים העליונים' זענען דאך דארטן אויבן, פונדעסטוועגן דאך, דאס אז מען זאל דורך זיי דינען דעם אויבערשטן און טון אן עבודה דא אונטן, דאס איז אסאך א שטארקערע נאנטקייט צום אויבערשטן ווי די וואסער וועלכע זענען אויבן! ווי עס שטייט אין ספרים, אז צדיקים וואס דינען דעם אויבערשטן דא אונטן, זענען אסאך מער דבוק אינעם אויבערשטן ווי די מלאכי השרת וועלכע געפונען זיך דארט למעלה. דאס איז געווען א געוואלדיגע נחמה פאר די מים התחתונים, אז כאטש טאקע זיי זענען דא אונטן, אבער מיט זיי דינט מען דעם אויבערשטן דא אויף דעם עולם, וואס דאס איז אסאך א שטארקערע דביקות בה' ווי די מים העליונים, ממילא איז דאס געווען זייער טרייסט.

אז מען לאזט נישט נאך דעם רצון קומט מען צום סוף אן

מיט דעם קען מען אביסל פארשטיין דעם ענין פון 'שמחת בית השואבה'. ווייל דער ענין האט אריינגעברענגט אין אידן א געוואלדיגע שמחה, ווייל אידן האבן זיך מתבונן געווען אין דעם ענין, ווי די מים התחתונים זענען אזוי נתרחק געווארן צום אויבערשטן, כאטש וואס אין אנפאנג זענען זיי געווען אזוי שטארק נתרחק, און עס האט אויסגעזען אז מען קען זיי בכלל נישט מדמה זיין צו די מים העליונים, פונדעסטוועגן דאך, מיט דעם וואס זיי האבן ארויסגעברענגט זייער תשוקה צום אויבערשטן: "אנן בעינן למהוי קמי מלכא", און זיי האבן נישט נאכגעלאזט; ווי די גלי הים, וואס הערן זיך נישט אויף פאר קיין איין מינוט, דורכדעם האבן זיי זוכה געווען אז מען זאל זיי גיסן אויפן מזבח און זיי זאלן זוכה זיין צום גרעסטן סארט התקרבות צום אויבערשטן וואס איז נאר שייך, נאכמער ווי די מים העליונים.

דאס איז א געוואלדיגער לימוד פאר יעדן איד, אז אין וועלכן מצב ער זאל נאר נישט זיין, אפילו טאמער ער איז נתרחק געווארן, אזוי ווייט אז עס זעט אים אויס אז ער איז אזוי שטארק נתרחק ווי די 'מים התחתונים'; וואס חז"ל זאגן (תענית ז.): "מה מים יורדין ממקום גבוה למקום נמוך" - וואסער גייט אייביג אראפ צום נידריגסטן פלאץ. אבער אז דער איד לערנט זיך אפ פון די 'מים התחתונים', און ער לאזט זיך נישט נאך זיין רצון, ער ברענגט כסדר ארויס זיין תשוקה צום אויבערשטן, יעדן טאג וואס ער דאוונט פארן אויבערשטן ברענגט ער ארויס דעם 'אנן בעינן למהוי קמי מלכא', ער וויל זיין נאנט צום אויבערשטן - וועט ער זוכה זיין דורכדעם צו א געוואלדיגע התקרבות! דער יסוד ברענגט אריין א געוואלדיגע שמחה אין א איד.

יעדער איד האט ביי זיך געוואלדיגע כוחות וואס נאר ער קען צושטעלן

עס שטייט אין פסוק (משלי כ, ה): "מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה" - אין יעדן איד איז דא א בחינה פון 'מים' אין די טיפעניש פון זיין הארץ. עס איז באקאנט אז 'מים' ווייזט אויף תאוות. נאר אין 'תאוה' איז פארהאן טוב און רע, עס איז פארהאן דער 'חלק המים' וואס איז מעורר שלעכטע תאוות, אבער עס איז פארהאן א 'חלק המים' וואס ווייזט אויף תאוה צום אויבערשטן, וואס א איד גלוסט צו זיין נאנט צום אויבערשטן, 'אנן בעינן למהוי קמי מלכא'. וואס דער סארט 'מים' געפונט זיך אין יעדן איד, יעדער איד האט א תשוקה צום אויבערשטן!

פונקט ווי וואסער וואס וואו מען גראבט נאר אין דער ערד - טרעפט מען וואסער, אמאל איז עס פון אויבנאויף, אמאל איז עס טיף אונטער דער ערד, און אמאל איז עס נאך טיפער, אבער אלעמאל קומט מען אָן צום סוף צו וואסער, ווייל איבעראל איז דא וואסער. אזוי איז אויך מיטן רוחניות'דיגן מים, אין יעדן איד איז דא געוואלדיגע כוחות פון רוחניות וואס נאר ער קען דאס צושטעלן! א צווייטער קען דאס נישט צושטעלן! אבער א מענטש הייבט בכלל נישט אָן צו וויסן אז ער פארמאגט עס. דערפאר זאגט דער פסוק: "ואיש תבונה ידלנה" - א מענטש וואס האט שכל, פארשטייט דאס וואס חז"ל זאגן (סנהדרין לז.): "חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם" - דער אויבערשטער האט מיר ספעציעל באשאפן! און די גאנצע בריאה איז געווען כדאי פארן אויבערשטן בלויז פאר דאס וואס איך דארף צושטעלן פארן אויבערשטן! ווייל פאר יעדן איד אליינס איז כדאי געווען די גאנצע בריאת העולם! דאס איז דער 'ואיש תבונה ידלנה', אז דער וואס פארשטייט דאס - ווייסט אז ער דארף פון זיך ארויסברענגען די באהאלטענע כוחות.

מיטן כח פון שמחת בית השואבה קען יעדער איד ארויסשעפן זיינע באהאלטענע כוחות

ביי 'שמחת בית השואבה', בשעת ווען מען האט מקיים געווען דעם 'ושאבתם מים בששון', איז ארויסגעברענגט געווארן פאר יעדן איד, אז יעדער איד באזונדער קען ארויסברענגען פון זיך זיין 'מים עמוקים עצה בלב איש'! זיינע כוחות הקדושה וואס ליגט באהאלטן בפנימיות לבו - קען ער זוכה זיין יעצט ארויסצושעפן פון זיך! דאס איז פשט אין חז"ל (ירושלמי סוכה פ"ה ה"א): "משם שאבו רוח הקודש" - ביי שמחת בית השואבה האט מען געשעפט 'רוח הקודש'. דאס מיינט, א רוח פון קדושה, וואס אויף דעם זאגט דער פסוק (תהלים נא, יג): "וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי". יעדער איד האט אין זיך א רוח פון קדושה, און מיטן כח פון שמחת בית השואבה ווען מען האט געשעפט די 'מים' - האט יעדער איד געקענט ארויסנעמען פון זיך אליינס דעם 'מים עמוקים עצה בלב איש'. און דאס ווערט נתעורר יעדעס יאר אינעם זמן פון שמחת בית השואבה - וועלכע איז א געוואלדיגע שמחה. א איד טאר זיך קיינמאל נישט שפירן פארפאלן! קיינמאל זיך נישט מייאש זיין! נאר וויסן אז ער האט געוואלדיגע כוחות הקדושה וואס ער קען פון זיך ארויסברענגען.

ביי שמחת בית השואבה באקומט א איד א 'שמחה של מצוה' זיך צו קענען שלאגן מיטן יצר הרע

צוויי סארטן צדיקים: וואס האבן נסיונות און זענען זיך מתגבר - און די וואס האבן שוין בכלל נישט קיין נסיונות

עס שטייט אין דער משנה (סוכה נא.): "לא היתה חצר בירושלים שלא היתה מאירה משמחת בית השואבה" - עס איז נישט געווען קיין חצר וואס האט נישט געלאכטן פון שמחת בית השואבה. האט דער זיידע זכרונו לברכה געטייטשט א שיינעם פשט אין דעם: עס שטייט אין ייטב לב (פרשת וירא) אויף דער גמרא אין מסכת תענית (טו.): די גמרא שטעלט זיך אויפן פסוק (תהלים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", זאגט די גמרא: "לא הכל לאורה" - נישט יעדער האט די מדרגה פון אורה, "ולא הכל לשמחה" - נישט יעדער איז זוכה צו דער מדרגה פון שמחה, "אלא צדיקים לאורה" - נאר 'צדיקים' זענען זוכה צו דער מדרגה פון לעכטיגקייט, "וישרים לשמחה" - און בלויז 'ישרים' זענען זוכה צו דער מדרגה פון שמחה. דארף מען דאך פארשטיין פשט דערין: וואס מיינט 'אורה' און וואס מיינט 'שמחה'? און וואס זענען די צדיקים אנדערש ווי די 'ישרים'?

איז דער ייטב לב מסביר: עס זענען פארהאן צוויי סארטן עובדי ה': עס איז פארהאן אזעלכע צדיקים וועלכע האבן שוין זוכה געווען אינגאנצן איבערצודרייען זייערע כוחות היצר צום גוטן, זיי האבן נישט קיין שום משיכה צו שלעכטס - דאס זענען די גרויסע צדיקים, ווי למשל אברהם אבינו און דוד המלך; ווי עס שטייט (תהלים קט, כב): "וְלִבִּי חָלַל בְּקִרְבִּי". די סארט צדיקים ווערן אנגערופן 'ישרי לב', ווייל זיי האבן בלויז איין הארץ, לב אחד לאבינו שבשמים. ווידער אבער איז פארהאן אזעלכע אידן וועלכע דינען אויך דעם אויבערשטן, אבער זיי האבן נאך א מלחמת היצר, זיי שטייען אויס א שטענדיגע מלחמה מיטן יצר הרע וואס לאזט קיינמאל נישט נאך, וויפיל זיי שלאגן זיך - איז ער ווייטער דא! זיי דארפן זיך כסדר שלאגן. די אידן ווערן אנגערופן 'צדיקים', פונעם לשון 'צדיק בדינו' - ער איז גערעכט מיט זיין הכרעה, דאס הייסט, ער הערט אויס סיי דעם יצר טוב און סיי דעם יצר הרע, און דערנאך איז ער מכריע, ער איז זיך מתגבר און נעמט אן דעם יצר טוב.

דערפאר זאגט די גמרא: "צדיקים לאורה" - די צדיקים וועלכע האבן נאך א מלחמת היצר, ביי זיי איז ליכטיג! ווייל ליכטיגקייט איז נאר שייך, ווען עס איז דא א פינסטערניש; ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תצוה קפד.): "לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא", ווען עס איז דא כוחות היצר וואס שלעפן אויף שלעכטס און דער מענטש איז זיך מתגבר אויף דעם, דאן ווערט אים ליכטיג. אבער, זאגט די גמרא: "ולישרים שמחה" - די צדיקים וואס האבן שוין נישט קיין יצר הרע, ביי זיי איז דא אמת'דיגע שמחה! ווייל 'אין שמחה כהתרת הספיקות', דער צדיק וואס האט שוין נישט קיין שום ספיקות, ער האט נישט קיין שום בלבולים וואס שלעפן אים אויפן פארקערטן וועג, ער איז באמת פרייליך!

ביי שמחת בית השואבה האט יעדער באקומען כוחות זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע

לויט דעם האט דער זיידע געטייטשט: ביי שמחת בית השואבה זענען דאך געווען די כהנים און גרויסע צדיקים וואס זיי זענען שוין געווען ביי דער בחינה פון 'ולישרי לב שמחה'. זאגט אבער די משנה: דו זאלסט נישט מיינען אז נאר די גרויסע מענטשן האבן געהאט פון דעם שמחת בית השואבה, נאר זיי האבן געשפירט דעם 'הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך' און נאר זיי האט די שמחת בית השואבה מיטגעצויגן מיט זיך, אבער די אידן וואס האבן זיך געדארפט מוטשען מיט זייער יצר הרע, זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות צו דער שמחה, ווייל זיי זענען דאך נאכנישט אין דער מדריגה פון 'שמחה', דערפאר זאגט די משנה: ניין! "לא היתה חצר בירושלים" - עס איז נישט געווען קיין 'חצר' - וואס דאס איז א רמז אויף די וואס זענען אין א שוואכערע מדרגה, זיי שטייען אינדרויסן און קענען נאכנישט אריינגיין אינעווייניג - "שלא היתה מאירה" - וואס האבן נישט באקומען קיין כח זיך צו באלייכטן מיט אן 'אורה', מיט א 'נהורא דנפיק מגו חשוכא', זיך צו קענען שלאגן מיטן יצר הרע און עס זאל אים ווערן ליכטיג! די שמחה וואס איז געווען דארטן ביי שמחת בית השואבה, האט געגעבן פאר אידישע קינדער כח זיך צו קענען שלאגן מיטן יצר הרע! ווייל ביי שמחת בית השואבה האט יעדער איד ארויסגענומען דעם אור לפום דרגא דיליה.

מקור חיים

וכבר כתבתי אהא דכתיב (תהלים צז, יא) אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה, ואמרו חז"ל (תענית טו:) צדיקים לאורה, ישרים לשמחה. ביאור הדבר, מי שיש בו נטיה לרע ומתגבר עליו וכובש את יצרו נקרא צדיק, כי האור שבו דוחה החשך שבמזגו וטבעו. אבל מי שזכה להסיר כח הרע ממנו לגמרי, על דרך שאמר בדוד (תהלים קט, כב ע"פ בבא בתרא יז.) ולבי חלל וגו', וכל שכן באברהם שנאמר לבבו נאמן, הפכו לטוב, ואין בלבו שום נטיה לרע ולא שום עקמימות, כי אם כולו זך וישר קודש לה', זה נקרא ישר. וזהו שאמרו צדיקים לאורה, כי לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא (זוהר תצוה קפד.), אבל שמחה אין אתו, כי כל זמן שיש בו יצר הרע איננו בטוח שלא ישוב יצרו ויתגבר עליו. ולישרי לב, שהוסר יצר הרע מהם לגמרי, זוכה לשמחה, שכבר מצא מנוחה מאור הפנימי:

קדושת לוי, מגילת איכה

שמחה של מצוה - די כלי זיין קעגן יצר הרע

שמחה של מצוה איז פון די גרעסטע כוחות אז א מענטש זאל קענען מנצח זיין דעם יצר הרע; ווי עס איז באקאנט פאר יעדן דעם ליקוטי אמרים - תניא (פרק כ"ו - דאס איז פון די פאר פרקים אין תניא וואס זענען למעשה'דיגע פרקים, און מען פלעגט עס לערנען כסדר), ווי ער רעדט ארום אז פונקט ווי צוויי שונאים וואס אמפערן זיך ארום און זיי ראנגלען זיך איינער מיטן אנדערן, און יעדער איינער זוכט אראפצואווארפן דעם צווייטן, טאמער איינער וועט ווערן נאכגעלאזט, טרויעריג, צובראכן אדער מיואש - וועט ער ווערן 'מנוצח בקל', ער וועט באלד דורכפאלן. אבער דער וואס האט א 'שמחה', ער ווייסט אז ער האט טאקע א מלחמה - און אסאך מאל א שווערע מלחמה - אבער ער איז שטארק און רואיג, ווייל ער ווייסט אז ער טוט א גרויסע זאך מיט דער מלחמה - אזא איינער וועט מנצח זיין די מלחמה! אזוי זאגט דארט דער תניא.

ממילא, פארשטייט מען לעניננו, אז די שמחת בית השואבה וועלכע האט אריינגעברענגט דעם ענין פון שמחה בה', דאס האט געברענגט דעם כח פון 'נהורא דנפיק מגו חשוכא', אז א איד זאל קענען האבן די כוחות ער זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף זיין יצר הרע מיטן כח פון שמחה.

מקור חיים

ברם כגון דא צריך לאודועי כלל גדול, כי כמו שנצחון לנצח דבר גשמי, כגון שני אנשים המתאבקים זה עם זה להפיל זה את זה, הנה אם האחד הוא בעצלות וכבדות, ינוצח בקל ויפול, גם אם הוא גיבור יותר מחברו. ככה ממש בנצחון היצר, אי אפשר לנצחו בעצלות וכבדות הנמשכות מעצבות וטמטום הלב כאבן, כי אם בזריזות הנמשכת משמחה ופתיחת הלב וטהרתו מכל נדנוד דאגה ועצב בעולם:

ליקוטי אמרים תניא, פרק כ"ו

שמחת בית השואבה - געבט דעם כח צו עומד זיין אין די אלע נסיונות

איינער פון די רמזים וואס עס שטייט אויף די ד' מינים איז: דער אתרוג - קעגן דעם הארץ. די הדסים - קעגן די אויגן. ערבה - קעגן דעם מויל. דער לולב - קעגן די שדרה. דאס ווייזט אויף די אלע עיקר אברים פונעם מענטש, אז אלעס זאל משועבד זיין צום אויבערשטן. זעט מען פון דעם, אז דאס וואס א מענטש שלאגט זיך אינעם מלחמת היצר - וואס דער עיקר איז דאך טאקע אין די אויבנדערמאנטע איברים פונעם מענטש - גייט צוזאמען מיטן זמן שמחתנו; ווי געשמועסט, אז די שמחת בית השואבה - דאס האט געגעבן דעם כח צו עומד זיין אין די אלע נסיונות.

דאס איז טאקע מרומז אין פסוק (ויקרא כג, מ): "וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל" - מען זאל נעמען די ארבע מינים, וואס דאס ווייזט אז מען דארף משעבד זיין די אלע אברים פארן אויבערשטן. זאגט אבער דער פסוק: פון וואו וועט מען נעמען דעם כח אויף דעם?! וויאזוי וועט מען טאקע קענען מנצח זיין דעם מלחמת היצר?! ענטפערט דער פסוק: "וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים" - דורכן 'שמחת בית השואבה' וואס עס איז געווען אין בית המקדש זיבן טעג סוכות - וואס די שמחה ווערט כסדר נשפע פאר אידישע קינדער אויך היינטיגע צייטן - דאס גיבט אריין דעם כח אז מען זאל קענען משעבד זיין די אלע אויבנדערמאנטע אברים צום אויבערשטן! אז יעדער איינער זאל קענען מנצח זיין אין זיין מלחמה!

מען קען נישט זוכה זיין צו 'ענני כבוד' - אויב מען מוטשעט זיך נישט פארדעם מיט מלחמת היצר

ביידע זענען אמת: סיי די 'ענני הכבוד' און סיי די 'סוכות ממש'

די גמרא (סוכה יא:) ברענגט א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אליעזר, צי אין מדבר איז געווען 'סוכות ממש' - אויפגעשטעלטע סוכות, אדער עס איז געווען 'ענני הכבוד'. דער טור (או"ח סימן תרכה) ברענגט אראפ דעם טעם פון רבי אליעזר, אז אונזערע סוכות זענען א זכר צו די 'ענני הכבוד' וואס זענען געווען אין מדבר. פרעגן די פוסקים, אז געווענליך פסק'נען מיר דאך ווי רבי עקיבא, און ער האלט 'סוכות ממש', פארוואס ברענגט דער טור אראפ דעם טעם פון רבי אליעזר?

ברענגט דער רבי זכרונו לברכה (סוכות עמוד יח) פונעם חיי אדם (כלל קמו) און פונעם רוקח (הל' סוכה סימן ריט): עס איז 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים', עס זענען געווען ביידע סארט סוכות, סיי ענני כבוד און סיי סוכות ממש, ווייל כאטש וואס אידישע קינדער זענען כסדר געווען ארומגענומען מיט די 'ענני הכבוד', אבער דאך האט אויסגעפעלט אויך סוכות ממש, ווייל בשעת די אידישע קינדער האבן געפירט מלחמות מיט די גוים - צי מלחמת עמלק, צי מלחמת סיחון ועוג - פלעגן זיי ארויסגיין פון די ענני הכבוד און האבן זיך אריינגעזעצט אין בודקעס, סוכות ממש, און פון דארטן האבן זיי לוחם געווען, דערפאר דארף מען מאכן א זכר אויף ביידע. ער טייטשט עס אריין אין פסוק (ויקרא כג, מג): "כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי" - לשון רבים, אז מען דארף געדענקען ביידע סוכות, סיי די 'ענני הכבוד' און סיי די 'סוכות ממש'. דער רבי פרעגט דארט וואס איז דער ענין פון דעם, פארוואס מען דארף מאכן א זכר אויף ביידע? מילא די ענני הכבוד, פארשטייט מען דאך אז מען מאכט א זכר, ווייל דאס ווייזט דאך אויף דער גרויסער מתנה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אידישע קינדער, אבער די סוכות ממש - דאס איז דאך לכאורה א פשוט'ע זאך וואס יעדער קען זיך מאכן, איז וואס איז דער ענין צו מאכן א זכר דערויף?

די מלחמות פונעם דור המדבר זענען געווען רוחניות'דיגע מלחמות מיט די כוחות הקליפה

אבער לויט ווי מען רעדט ארום - אז די שמחה פון סוכות גיבט אריין א כח פאר א איד, אז ער זאל קענען לוחם זיין מיטן יצר הרע - פארשטייט מען דאס זייער גוט. די אלע מלחמות וואס אידן האבן לוחם געווען קעגן עמלק און סיחון ועוג - רעדן שוין די ספרים, אז דאס זענען נישט געווען בלויז פשוט'ע גשמיות'דיגע מלחמות, ווייל די אלע אומות זענען געווען גרויסע קליפות וואס מען האט געדארפט מכניע זיין. אידישע קינדער זענען דאך דעמאלט געווען אויף א הויכער מדריגה, דער 'דור המדבר' איז געווען א גרויסער דור מיט געוואלדיגע כוחות הקדושה. ממילא, ווילאנג זייערע כוחות הקדושה זענען געווען בשלימות - האט קיינער נישט געקענט האבן קיין גשמיות'דיגע שליטה אויף זיי.

נאר דער גאנצער אופן וויאזוי זיי האבן געקענט קומען און לוחם זיין מיט זיי, איז געווען דורך א 'מלחמת היצר', דורכדעם וואס זיי האבן געזוכט זיי מחטיא צו זיין חלילה און דורכדעם צונעמען די כוחות הקדושה; ווי עס שטייט ביי עמלק (דברים כה, יח): "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ" - ער האט זיי מכשיל געווען, דאס איז געווען דער עיקר מלחמת עמלק און די זעלבע שטייט אויך אויף סיחון ועוג. חכמינו ז"ל דרש'ענען דאך דעם פסוק (במדבר כא, כז): "עַל כֵּן יֹאמְרוּ הַמֹּשְׁלִים בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן תִּבָּנֶה וְתִכּוֹנֵן עִיר סִיחוֹן", דרש'נט מען דאס (בבא בתרא עח:) אויף 'מלחמת היצר', "בואו ונחשוב חשבונו של עולם", זעט מען אז מלחמת סיחון ועוג גייט צוזאמען מיטן ענין פון מלחמת היצר. פארשטייט זיך, אז ביי זיי איז דאס געווען לויט זייער הויכע דרגא - די ענינים וואס די קליפות האבן געזוכט זיי מחטיא צו זיין, איז געווען דקות'דיגע חטאים. אבער על כל פנים, עס איז געווען א גרויסע שווערע מלחמה, און דער עיקר וואס אידן האבן זיך אויף זיי מתגבר געווען בגשמיות - איז אויך געווען דורך די מלחמות וואס זיי האבן געפירט ברוחניות קעגן דעם קליפה, דאס איז געווען דער ענין פון די 'סוכות ממש'.

נאר דורך די מלחמות מיטן יצר הרע איז מען זוכה צו די ענני הכבוד

קומט אויס, אז די ענני הכבוד, דאס ווייזט אויף דער גרויסער מדרגה וואס אידישע קינדער זענען געווען, אז זיי זענען געווען אזוי נאנט צום אויבערשטן מיט אזא חביבות. ווידער אבער, די 'סוכות ממש' ווייזט אויף זייערע מלחמת היצר, אז אפילו אין אזעלכע גרויסע זמנים, נאך וואס אידישע קינדער האבן גענומען די תורה און זענען געווען אין מדבר, געגעסן הייליגע מן און געטרינקען הייליגע וואסער פונעם באר, ארומגענומען מיט די הייליגע ענני הכבוד - מיט די גרויסע מדרגות און די גרעסטע סארט התקרבות וואס אידישע קינדער האבן נאר אמאל געהאט - פונדעסטוועגן דאך זענען שפעטער אנגעקומען זמנים פון שווערע מלחמות היצר! זמנים פון חשכות! זמנים פון נסיונות! וואס עס האט אויסגעזען ווי אלע גרויסע מדרגות זענען פארלוירן געגאנגען. אבער וויבאלד זיי האבן זיך נישט נאכגעלאזט, נאר זיי האבן לוחם געווען מיטן יצר הרע, מיט דעם האבן זיי מנצח געווען די מלחמה.

דערפאר דארף מען מאכן א זכר אויך צו די 'סוכות ממש', כדי עס זאל זיך נישט דאכטן פאר קיינעם אז עס קען עקזיסטירן אזא זאך ווי 'ענני הכבוד', מען איז נאנט צום אויבערשטן - וואס עס זאל קומען פון זיך אליינס. נישטא אזא זאך! די 'ענני הכבוד' גייט נאר צוזאמען מיט 'סוכות ממש'! נאר דורך די מלחמות וואס דער מענטש גייט דורך און ער איז זיך מתאמץ לוחם צו זיין מיטן יצר הרע - דורכדעם איז ער זוכה צו די ענני הכבוד! דורכדעם איז ער זוכה צום 'הביאני המלך חדריו'! ווי חז"ל זאגן (אבות פ"ד מ"ט): "כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימו מעושר" - דער וואס איז מקיים די תורה ווען ער איז ארים, וועט ער צום סוף עס מקיים זיין מיט א רייכקייט. 'עוני' - מיינט 'עניות הדעת'.

ווען א מענטש איז צובראכן, עס גייט אים נישט לייכט און ער פילט אז ער איז פארלוירן, ער איז נישט דערביי - צי איז דאס ביים לערנען, צי איז דאס ביים דאווענען, צי איז דאס מיט נסיונות וואס ער דארף זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, צי וואס עס זאל נאר נישט זיין - און ער איז זיך מתאמץ, קען ער זיין זיכער אז "סופו לקיימו מעושר" - דער התגברות וועט אים ברענגען צו 'עושר' - דאס מיינט 'עשירות הדעת', עס וועט אים ווערן ליכטיג.

דער 'זמן שמחתינו' פון סוכות, דארף אריינגעבן א כח אין א איד, אז א גאנץ יאר זאל ער זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע. דערפאר דארף מען געדענקען די 'סוכות ממש' וואס אידישע קינדער האבן געהאט בשעת די מלחמות, וואס דאס האט זיי צוגעברענגט אז זיי זאלן קענען זוכה זיין צו די ענני הכבוד. עס קען נישט זיין בלויז 'ענני הכבוד' און עס קען נישט זיין בלויז 'סוכות ממש', ווייל איינס גייט געבינדן מיטן צווייטן, די 'ענני הכבוד' האט זיי אריינגעגעבן די שמחה און כח אז זיי זאלן קענען לוחם זיין מיטן יצר הרע, און די מלחמות וואס זיי האבן לוחם געווען מיטן יצר הרע - המקיים את התורה מעוני - דאס האט זיי געגעבן די זכיה אז זיי זאלן קענען זוכה זיין צו די ענני הכבוד - סופו לקיימו מעושר.

האבן שכל אויסצונוצן די געהויבענע טעג

זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל זוכה זיין צו נעמען שמחה פון דעם הייליגן יום טוב, מען זאל נעמען דעם 'נגילה ונשמחה בך', כסדר שמחה און נאך שמחה, תורה און עבודת ה' מיט א שמחה. און מיר זאלן וויסן כסדר, אז וואו מען איז נאר - איז מען 'בצילא דמהימנותא'! מיר זענען נאנט צום אויבערשטן און דער אויבערשטער איז נאנט צו אונז! מען זאל זוכה זיין צו דער בחינה פון סוכה, פון 'סוכה ברוח הקודש', מען זאל קענען כסדר זען דעם אויבערשטן כביכול. מען זאל זוכה זיין אז די אלע מצוות זאלן אונז באלייכטן און געבן כח אויף א גאנץ יאר. מיר זאלן זוכה זיין אויסצונוצן די פאר טעג וואס זענען געבליבן - ווי עס דארף צו זיין. מען זאל האבן שכל און וויסן אז יעדע מינוט פון אזעלכע הייליגע טעג איז א מרגליות טובה. און נישט חלילה זיך נאכלאזן, אז פון די שמחה זאל חלילה ווערן א מצב פון פריקת עול. נאר די שמחה וואס מען טאנצט, זאל זיין מיט א התבוננות פנימית, א בחינה פון "שִׂמְחוּ בַה'" (תהלים לב, יא), א בחינה פון "נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ" (שיר השירים א, ד), שמחה פון תורה ומצוות, און מיטצונעמען שמחה אויף א גאנץ יאר. די תפילות דארפן ארויסברענגען די אמונה, ארויסצוברענגען דעם 'אנן בעינן למהוי קמי מלכא'; ווי מען האט פריער גערעדט. אזוי אויך זאלן די סעודות פון די טעג ווערן אויסגעניצט - ווי עס דארף צו זיין.

אין דעם זכות זאל מען זוכה זיין צו די אלע השפעות טובות פון דעם הייליגן יום טוב, צו כסדר קענען דינען דעם אויבערשטן מתוך נחת ושמחה, ביז מען וועט זוכה זיין צום 'הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת', דער בנין בית המקדש השלישי בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

תוצאות חיים

  • א. מיטן כח פון 'שמחת בית השואבה' קען יעדער איד ארויסשעפן זיינע באהאלטענע כוחות און די טיפע תשוקה צום אויבערשטן. פונקט ווי די 'מים התחתונים' האבן זוכה געווען צוריק נתעלה צו ווערן דורך זייער כסדר'דיגע תשוקה, אזוי אויך קען יעדער איד זוכה זיין ארויסצוברענגען זיינע באהאלטענע 'מים עמוקים' - די כוחות הקדושה וואס ליגן אין אים - נישט קיין חילוק אין וועלכן נידריגן מצב ער זאל זיך נאר געפינען. א איד טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, נאר ער דארף כסדר ארויסברענגען די אינערליכע בענקשאפט און תשוקה, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ער וועט זוכה זיין דערצו.
  • ב. אפילו ווען א איד געפינט זיך נאך אינדרויסן - בבחינת 'חצר' - טאר ער זיך נישט לאזן פאלן אינמיטן דעם שווערן מלחמת היצר. דער גרעסטער און שטערקסטער כח צו קענען מנצח זיין דעם יצר הרע, איז דער ענין פון 'שמחה של מצוה'. דער כח האט אריינגעגעבן די 'שמחת בית השואבה', און דאס ווערט נשפע יעדעס יאר פונדאסניי; דורך דעם באקומען מיר דעם געוואלדיגן כח אריינצוברענגען אן 'אורה' אינעם חושך, און אינגאנצן משעבד צו זיין די אלע אברים - דעם הארץ, די אויגן, דעם מויל און די שדרה - צום קענען טון דעם רצון הבורא, מתוך שמחה וטוב לבב.
  • ג. די 'ענני הכבוד' - דער רוחניות'דיגער תענוג און די השפעות - קומען נישט פון זיך אליינס, נאר מען דארף האראווען דערויף דורך די 'סוכות ממש' - די שווערע מלחמות און נסיונות וואס א מענטש גייט דורך אין די זמני החשכות. ווען א איד איז לוחם און ער לאזט נישט נאך, ברענגט דאס אים צו אן אמת'דיגע 'קרבת אלקים'. די עבודה למעשה פון דעם יום טוב איז אויסצונוצן יעדע מינוט מיט א התבוננות, כדי מיטצונעמען די שמחה און דעם כח המלחמה אויף א גאנץ יאר.
PDF Preview