אושפיזין דמהימנותא - די כוחות הקדושה וואס די 'אושפיזין' האבן אוועקגעשטעלט
אברהם אבינו:
כח האמונה ומסירות נפש
א לשון 'מפעיל', אז אברהם אבינו האט נישט בלויז אליין געגלייבט, נאר ער האט אויך אריינגעברענגט און משפיע געווען אמונה אין די הערצער פון אלע אידישע קינדער עד סוף כל הדורות!
דער עיקר כח וואס מיר האבן באקומען פון אברהם אבינו איז דער כח האמונה, ווי עס שטייט אויף אברהם אבינו: "והאמין בה' ויחשבה לו צדקה" (בראשית טו, ו). דער בני יששכר (מאמרי חודש כסלו מאמר ב אות ב) זאגט אז דאס ווארט 'והאמן' איז געשריבן חסר יו"ד, וואס יו"ד ווייזט אויף חכמה און שכל. דאס לערנט אונז אז די אמת'ע אמונה איז 'למעלה מן השכל' – צו האבן אמונה אין שווערע צייטן, אמונה אפילו ווען דער מענטשליכער שכל פארשטייט נישט! מיר דארפן וויסן אז מיר זענען קליינע מוחות, 'אפרוחים שלא נפתחו עיניהם'; מיר קענען נישט, מיר דארפן נישט און מיר ווילן נישט פארשטיין די וועגן פונעם באשעפער מיט אונזער באגרעניצטן שכל, נאר מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכן חשבון, און אלעס איז לטובתנו! ווי רש"י זאגט: "לך לך - להנאתך ולטובתך" (בראשית יב, א) - דאס מיינט אז אין אלע שווערע וועגן און 'לך לך'ס' וואס דרייען זיך נאר דורך אויף א איד, זאל ער שטענדיג געדענקען: עס איז לטובתך! סוף כל סוף וועט ארויסקומען דערפון א גרויסע טובה. דער רבי איז אויך מדקדק אז דאס ווארט 'והאמין' איז
דער זיידע זכרונו לברכה האט אמאל נאכגעזאגט ראש השנה א געוואלדיגן יסוד פונעם קדושת יום טוב (ראש השנה, דרוש לעקידה) איבער דעם ענין פון נסיון העקידה. דער קדושת יום טוב פרעגט: לויט די גרויסע מדרגה פון אברהם אבינו, וואס איז געווען דער חידוש פון עקידת יצחק? פאר א פשוט'ן מענטש איז דאס טאקע שווער, אבער פאר אברהם אבינו, אויף וועמען עס שטייט 'ומצאת את לבבו נאמן לפניך' (נחמיה ט, ח) און ער האט בכלל נישט געהאט קיין יצר הרע, ער איז געווען כל כולו בטל צום באשעפער וואלט דאס נישט געדארפט זיין אזא שווערער נסיון?! נאר ווען עס איז געקומען צום נסיון העקידה, האט דער אויבערשטער צוגענומען פון אברהם אבינו אלע מדרגות און השגות וואס ער האט זוכה געווען זיין גאנץ לעבן. דער באשעפער האט אים איבערגעלאזט פונקט ווי אן איש פשוט, מיט א פשוט'ע אהבה פון א טאטע צו זיין קינד.
און דעמאלט האט אים דער באשעפער געהייסן: "קח נא את בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק וגו' והעלהו שם לעולה" (בראשית כב, ב). "וירא את המקום מרחוק" (שם פסוק ד) - דרש'נט מען "מרחוק ה' נראה לי" (ירמיה לא, ב) - אברהם האט געפילט ווי ער איז ווייט פונעם באשעפער, אן קיין שום השגות און הויכע מדרגות. ווי דער רבי זכרונו לברכה פלעגט מאריך זיין אין די תקיעת שופר דרשות, אז דאס אליינס - דאס צונעמען די מדרגות - איז געווען סאך א גרעסערער נסיון ווי דער עצם עקידה אליין! א מענטש ארבעט זיין גאנץ לעבן, האראוועט אזויפיל יארן, און פלוצלינג האט מען אלעס פארלוירן, און טראץ דעם שווערן געפיל האט אברהם אבינו נישט אונטערגעבראכן, נאר ער האט געטון דעם רצון ה' - דאס איז געווען א 'נסיון אחר נסיון'.
יצחק אבינו:
התפילה
האט דער זיידע זכרונו לברכה מסביר געווען דעם ענין דערפון: אברהם אבינו האט געדארפט איבערלאזן א כח פון מסירות נפש פאר אלע אידן - נישט נאר פאר די צדיקים און בעלי השגה, נאר פאר יעדן פשוט'ן איד! ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אז אפילו די מערסט פשוט'ע אידן זענען גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פארן באשעפער. דעם כח האבן מיר בירושה פון אברהם אבינו! און טאמער וואלט אברהם אבינו געטון די עקידה בגודל מדרגתו, וואלט דער כח געבליבן נאר פאר די גרויסע צדיקים. דערפאר האט מען אים צוגענומען די מדרגות, אז ער זאל זיך מוסר נפש זיין אלס אן 'איש פשוט', און מיט דעם אוועקשטעלן דעם כח פאר יעדן פשוט'ן איד אין די שווערסטע צייטן.
ממילא איז דאס א געוואלדיגער יסוד פאר אונז פון אברהם אבינו. ער האט אריינגעברענגט אין אונז די יסודות פאר אלע כוחות הקדושה, די כוחות זיך צו קענען האלטן, יעדער איינער אין זיינע גליות, אין אדורך!
אויפן פסוק "ויעתר יצחק לה'" (בראשית כה, כא), דרש'נט די גמרא (סוכה יד.): "מפני מה נמשלה תפילתן של צדיקים כעתר, לומר לך מה עתר זה מהפך את התבואה בגורן ממקום למקום, אף תפילתן של צדיקים מהפכת דעתו של הקדוש ברוך הוא ממדת רגזנות למדת רחמנות". פרעגט דער מהרש"א (שם): פארוואס שטייט דער לימוד דוקא דא ביי יצחק אבינו? מיר געפינען דאך שוין פריער אין די תורה אסאך פלעצער וואו צדיקים האבן מתפלל געווען און זייער תפילה איז אנגענומען געווארן?! נאר יצחק אבינו איז דאך דער שורש פון מדת הדין, ווי עס שטייט (בראשית לא, מב) "ופחד יצחק". יצחק אבינו האט דא געוואלט אוועקשטעלן א כח פאר די דורות, אז אפילו דער מדת הדין זאל מען אויך קענען איבערדרייען צו רחמים. דעריבער שטייט דער ענין פון 'עתר' דוקא ביי יצחק - ווייל ער האט אוועקגעשטעלט מיט זיין כח התפילה די מדת הדין זאל קענען נתהפך ווערן לרחמים.
לויט דעם קען מען אפשר מסביר זיין, עס איז באקאנט דער יסוד וואס אלע ספרים ברענגען פונעם בעל שם טוב הקדוש (פרשת נח) אויף "משוך חסדך ליודעיך קל קנא ונוקם" (תהילים לו, יא), אז אפילו ווען עס איז חלילה דא א בחינה פון מדת הדין, קען מען נאך אלס זוכה זיין אז דער עונש זאל קומען אויף אן אופן פון רחמים וחסדים. דער בעל שם טוב האט געזאגט אויף דעם א משל: עס איז געווען א שר וואס האט חוטא געווען פארן מלך, און דער מלך האט אים געוואלט מעניש זיין. האט דער מלך געטראכט: וואס איז די גאנצע תכלית פונעם עונש? די כוונה איז דאך בלויז אז דער שר זאל איינזען זיין טעות, און קומען צו הכנעה; דער שר איז דאך א בר דעת, וועל איך טון פארקערט: אנשטאט אים צו געבן אן עונש, וועל איך אים ענדערש מער אויפהייבן און אים געבן גרויסע מתנות. ווען דער שר וועט זיך מתבונן זיין פארוואס דער מלך טוט מיט אים אזויפיל חסדים, וועט אים דאס ברענגען פיל א גרעסערע הכנעה און א געוואלדיגע בושה, 'וויאזוי האב איך מיך געקענט פארזינדיגן פארן מלך וואס טוט אזויפיל גוטס מיט מיר?!', און מהיום והלאה וועט ער שוין היטן דעם מלך'ס כבוד און מער נישט חוטא זיין.
על דרך זה, זאגט דער בעל שם טוב, זענען די וועגן פונעם באשעפער. דער עונש וואס דער אויבערשטער געבט פאר אידישע קינדער איז חלילה נישט קיין עונש לשם 'עונש'; דער תכלית איז צו ברענגען אן 'הכנעת הלב' און תשובה. ממילא, אויב דער מענטש פארמאגט דעם ריכטיגן דעת צו פארשטיין אז אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז בלויז מתנות וחסדים, קען מען זוכה זיין אז אפילו די מדת הדין זאל קומען אויף אן אופן פון חסד.
דאס ליגט אינעם פסוק 'ויעתר יצחק' - ער האט מתפלל געווען, ווי רש"י זאגט "הירבה והפציר בתפילה"; ווען א איד לעבט מיט 'תפילה', דעמאלט ווערט מקוים דעם כח וואס יצחק אבינו האט אוועקגעשטעלט: די מדת הדין אליין טוט זיך איבערדרייען, און יעדער דין ווערט נתהפך און קומט אראפ פאר כלל ישראל בלויז אויף אן אופן פון רחמים, חסדים און ישועות.
דאס בעט מען: 'משוך חסדך ליודעיך'; דעמאלט 'ליודעיך' מיינט פאר די וואס פארמאגן דעם 'דעת' מכיר צו זיין אז אלעס וואס דער אויבערשטער געבט איז א מתנת ה' וחסדים. פאר די מענטשן, אפילו ווען עס איז א מצב פון 'קל קנא ונוקם' - ווען דער מדת הדין פאדערט אז מען זאל געבן א 'שאקל' פארן מענטש אים אויפצואוועקן און מעורר זיין - מוז עס נישט קומען אויף אן אופן פון אן 'עונש' און צער, נאר עס קען קומען דורך אן אופן פון חסדים נגלים, וואס דורכדעם וועט זיך דער מענטש מתבונן זיין אין די טובות ה' און אים ברענגען צו אן אמת'ע הכנעה פארן באשעפער. אבער אין וואס ווענדט זיך דאס טאקע? וויאזוי קען מען האבן דעם ריכטיגן 'דעת' מקבל צו זיין די השפעות אויף דעם אופן? דאס ווענדט זיך אין וויפיל דער מענטש איז דבוק אין תורה ותפילה!
יעקב אבינו:
כה האחדות ודיבודי קדושה בגלות
די גמרא דרש'נט (ברכות כו:) אויפן פסוק (בראשית כח, יא) "ויפגע במקום וילן שם כי בא השמש", אז "יעקב תיקן תפילת ערבית'. דעמאלט ווען ער איז אנטלאפן קיין חרן צו לבן הארמי, האט ער מתקן געווען תפילת מעריב. שטייט אין ספרים הקדושים: וואס מיינט 'תפילת ערבית'? דער גלות איז דאך דומה צו א פינסטערע נאכט, ווי עס שטייט אין מדרש אז 'בית לבן' איז מרמז אויפן שווערן עול הגלות. יעקב אבינו האט דא געזען מיט זיין רוח הקודש אז די אידישע קינדער אין די קומענדיגע דורות וועלן דארפן דורכגיין שווערע און פינסטערע גליות.
אברהם און יצחק האבן מתקן געווען תפילת שחרית און מנחה - וואס גייען אויף די לעכטיגע זמנים, ווען עס איז טאג, ווען עס איז גרינגער זיך צו עפענען דאס הארץ און מתפלל זיין. אבער יעקב אבינו האט מתקן געווען תפילת ערבית, צו לערנען פאר יעדן איד: אפילו ווען עס איז נאכט און פינסטער, ווען מען פילט נישט קיין שום לעכטיגקייט צוליב דעם תוקף הגלות, זאל זיך א איד נישט מייאש זיין און טראכטן 'וואס האט מיין דאווענען יעצט א ווערד?'. האט יעקב אוועקגעשטעלט דעם יסוד: ניין! אפילו אינעם גרעסטן חושך זאלסטו רעדן דיבורי תפילה! ווי עס איז באקאנט דער כלל אז 'הקול מעורר הכוונה' (חינוך מצוה טז) - די עצם דיבורים פון קדושה ותפילה האבן א כח צו מעורר זיין דאס הארץ! אפילו אינעם שטערקסטן חושך קען מען זאגן דיבורי תורה ודיבורי תפילה!
ווייטער שטייט דארט אין די פרשה ווען יעקב אבינו האט גענומען די שטיינער צו לייגן ארום זיין קאפ, זענען אלע אבנים געווארן איין שטיין (חולין צא:). שטייט אין די ספרים אז יעקב האט געמאכט א סימן: אויב די שטיינער וועלן זיך פאראייניגן צו איין שטיין, וועל איך וויסן אז איך וועל מצליח זיין אוועקצושטעלן די י"ב שבטים; און אז נישט - נישט.
דער פשט דערפון איז: אויפצושטעלן די שבטים מיינט אוועקצושטעלן אן אייביגן קיום פאר כלל ישראל פאר אלע דורות. וואס איז דער סוד הקיום אין די שווערע זמנים? דער כח פון אחדות! אז די אידישע קינדער זענען צוזאמגענומען, און עס איז דא דער 'אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו' (מלאכי ג, טז), אידן זענען באחדות און רעדן דיבורי קדושה איינער צום צווייטן - קענען זיי זיך האלטן פעסט אפילו 'באחרית הימים'; דעם כח פון דיבורי קדושה אין די שווערע זמנים - האט יעקב אבינו אוועקגעשטעלט.
שפעטער (בראשית כט, ב) ווען יעקב אבינו קומט אן קיין חרן, איז געווען 'והאבן גדלה על פי הבאר, ונאספו שמה כל העדרים וגללו את האבן', און נאכדעם שטייט (שם פסוק י) 'ויגש יעקב ויגל את האבן מעל פי הבאר'. דער ישמח משה (פרשת ויצא) איז מסביר דעם ענין: אויבן אין הימל איז דא א 'באר' פון וואו עס ווערט נשפע אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע השפעות טובות פאר כלל ישראל. אבער אויף דעם באר ליגט א שווערע שטיין - די מקטריגים, און כלל ישראל דארף אראפנעמען דעם שטיין דורך דעם יסוד פון 'אתערותא דלתתא איתער לעילא' - וואס מיר טוען דא אינעם עולם הזה, עפענט אויף דעם עולם העליון. יעדע אידישע הארץ איז פונקט ווי א באר, ווי דער פסוק זאגט: 'מים עמקים עצה בלב איש ואיש תבונות ידלנה' (משלי כ, ה), יעדער איד פארמאגט אין זיין פנימיות א מורא'דיגע תשוקה צום באשעפער. אבער עס איז דא אן 'אבן גדולה על פי הבאר' - א 'לב האבן' וואס פארשטאפט דאס הארץ, און מאכט אז דער מענטש אליין זאל נישט שפירן זיין אייגענע הייליגע תשוקה.
וואס איז די עצה? וויאזוי נעמט מען אראפ דעם שווערן שטיין? זאגט דער ישמח משה: 'ונאספו שמה כל העדרים' ווען אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות מיט דיבורי קדושה, תורה ותפילה, ברענגט דאס 'וגללו את האבן' - מען טוט מגולל זיין דעם לב האבן! און אז דער באר עפענט זיך דא אונטן - עפענט עס אויך דעם באר ההשפעות למעלה.
לויט דעם קען מען צולייגן, אז ווען יעקב אבינו האט געזען די צאן לבן, שטייט אין די ספרים אז אלע נשמות פון כלל ישראל אין די צוקונפטיגע דורות זענען געווען אין די צאן לבן. יעקב האט צוגעקוקט צו די אלע דורות העתידים וואס וועלן זיצן אינעם חושך הגלות, האט ער גלייך 'ויגל את האבן' - ער האט אריינגעגעבן א כח אין די הערצער פון די אידישע קינדער אז זיי זאלן קענען אראפנעמען דעם שטיין און ארויסנעמען דעם תשוקה דקדושה, און דאס גייט צו דורך דעם 'ונאספו שמה כל העדרים' - מען נעמט זיך צוזאם און מען איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן.
דאס איז דער עיקר יסוד וואס יעקב אבינו האט אונז אוועקגעשטעלט, און דאס האלט אונז אויף אין די שווערע צייטן: 'אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו' - צו האבן א קשר מיט חברים דורך דיבורי קדושה און עניני עבודת ה'! עס איז אמאל דא א בחינה פון אן 'ענווה פסולה' - א פאלשע ענווה, וואס מען קוקט זיך אן און מען טראכט: 'ווער בין איך בכלל צו רעדן חסידות אדער ערנסטע זאכן?'. מענטשן מיינען בטעות אז א קשר צווישן חברים מוז נאר געבויט ווערן אויף נארישקייטן און פוסטע שמועסן. אבער דער אמת איז, אז ווען מען הערט א ווארעם חסיד'יש ווארט אדער א נקודה פון עבודת ה' און מען זאגט עס איבער פאר זיין חבר, צינדט דאס אן דעם קוואל פונעם חבר, די הייליגע דיבורים וועקן אויף די 'מים עמוקים' וואס ליגן באהאלטן אין יעדן איד, מיר ווערן נתחזק אינאיינעם, און דורך דעם קשר של קדושה איז מען זוכה צו די בחינה פון די 'ענני הכבוד'.
דער רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין פרשת יתרו (עמוד ל) אויף "שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו" (קהלת יא, א), ברענגט ער פונעם קדושת יום טוב (פרשת ויחי), וואס ברענגט דעם מדרש (בראשית רבה פצ"ח ס"ד): "אתה חטאת במים, יבא משוי ממים ויקרבך". 'משוי ממים' מיינט דאך משה רבינו, וואס ער האט געטראגן דעם נאמען משה "כי מן המים משיתיהו" (שמות ב, י). דאס קומט אונז לערנען: אז עס איז דא א 'חטא' וואס איז אזויווי 'מים', קומט דער כח פון משה רבינו - וואס ער איז 'משוי ממים', 'ויקרבך' - און ער טוט צוריק מקרב זיין דעם מענטש צום אויבערשטן.
משה רבינו:
תשוקה דקדושה
זאגט דער קדושת יום טוב, אז דער ענין פון 'אתה חטאת במים' מיינט דאס וואס די גמרא זאגט (תענית ז.): "מה מים יורדין ממקום גבוה למקום נמוך". די זעלבע זאך איז מיט די חטאים; אויב חלילה מען פירט זיך נישט בקדושה, שלעפט דאס אראפ דעם מענטש 'ממקום גבוה למקום נמוך'. א איד מצד נשמתו געפינט זיך שטענדיג אין א 'מקום גבוה'; ער איז מקושר מיט זיין נשמה וואס קומט פון גאר א הויך פלאץ. מכח דעם וואס א איד איז ריין און אפגעהיטן, איז ער זוכה צו אן 'הרגש דקדושה' - צו האבן א געפיל צום אויבערשטן! די "רשפיה רשפי אש שלהבתקה" (שיר השירים ח, ו) וואס געפינט זיך אין א אידיש הארץ, מאכט אים שפירן אז ער געפינט זיך אין א מקום גבוה.
אפילו ווען ער דרייט זיך דא אויף דער וועלט איז עס גלייך צו אן 'אילן', א בוים, וואס איר עיקר שטייט 'במקום טהרה, ונופו נוטה למקום טומאה' (עי' קידושין מ:). דאס הייסט, אז אפילו דער גוף דריידט זיך וואו דער אויבערשטער פירט אים, אבער 'בשרשו' געפינט ער זיך אין א מקום גבוה, אין א מקום טהור וקדוש, ווי עס איז באקאנט דער לשון פונעם בעל שם טוב: 'במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא'. אבער חלילה דורך די חטאים ווערט מען אראפגעשלעפט 'ממקום גבוה למקום נמוך', עס פארלירט זיך נעבעך דער הרגש דקדושה, און מען ווערט זייער נידריג.
וואס איז די עצה דערצו? זאגט דער קדושת יום טוב: 'יבא משוי ממים ויקרבך'; ער ברענגט פונעם ייטב לב (ייטב פנים, מאמר קדישין אות יט) וואס ער האט געטייטשט דעם פסוק 'שפכי כמים לבך נוכח פני ה": א איד דארף זיך שטענדיג פירן אזויווי די 'מים התחתונים' וואס זענען נתרחק געווארן ביי בריאת העולם און וויינען כסדר 'אנן בעינן למהוי קדם מלכא' (תקוני זוהר תקון מ), און נישט נאכלאזן, ווייל נאר אויף דעם אופן איז מען זוכה צוריק נתקרב צו ווערן צום אויבערשטן! דאס איז דער רמז אין מדרש: 'יבא משוי ממים'. משה רבינו האט געהייסן משה ווייל 'כי מן המים משיתיהו', ווייל ער האט אריינגעבאקן ביי די אידן נאך אין מצרים אז אפילו זיי געפינען זיך שוין אזוי לאנג אין דעם טיפן גלות, זאלן זיי נאכאלץ נישט נאכלאזן, און עס זאל צוריק נתעורר ווערן די תשוקה פון 'שפכי כמים לבך נוכח פני ה". ובכח זה האבן זיי זוכה געווען צו די גאולה.
פאר אידישע קינדער, אז אויב זיי וועלן זיך אין דעם אנכאפן, דורך דעם וועט קענען זיין דער בירור הניצוצין בשלימות און עס וועט קומען די גאולה שלמה.
דער זיידע זכרונו לברכה אין ברך משה (פרשת האזינו) איז מוסיף דערצו, אז נישט נאר ביי 'דברי תורה' איז שפתותיו דובבות, נאר אויך ביי 'תפילות', אז ווען מען איז מתפלל א תפילה וואס א געוויסער צדיק האט מחבר געווען, שאקלען זיך אויך די ליפן פון יענעם צדיק. מיט דעם האט דער זיידע פארענטפערט דאס וואס מען זאגט ביים 'יהי רצון' בעפאר תהילים: "יהא נחשב כאילו אמרם דוד המלך עליו השלום בעצמו זכותו יגן עלינו" - עס זאל זיין זיין אזוי חשוב ביים אויבערשטן כאילו דוד המלך אליינס האט עס מתפלל געווען. לכאורה איז דאס א גרויסע פלא: א פשוט'ער איד שטעלט זיך אוועק זאגן תהלים, און ער בעט אזא מין מדרגה אז זיין תהלים זאל זיין אזוי חשוב ווי דוד המלך'ס תהלים?! ווי קען מען זיך ערלויבן אזא מין ברייטקייט?! נאר דער פשט איז, וויבאלד דער גאנצער תהילים איז דאך אלעס דיבורים וואס דוד המלך האט געזאגט, דעריבער ווען א איד זאגט תהלים, שאקלט זיך דוד המלך'ס ליפן בפועל ממש! עס איז כאילו דוד המלך איז ממש מתפלל מיט אים צוזאמען! דעריבער קען יעדער פשוט'ער איד בעטן: "כאילו אמרם דוד המלך עליו השלום בעצמו", ווייל דוד המלך זאגט דאך יעצט מיט מיר צוזאמען, ממילא בעט איך דיר אז בזכותו זאל דאס נתקבל ווערן אויבן.
אהרן הכהן:
פנימיות הלב
אהרן הכהן האט דאך געדארפט אנצינדן די מנורה יעדן טאג. אויף "בהעלותך את הנרות" (במדבר ח, ב) שטייט אין נועם מגדים (פרשת בהעלותך), אז די נרות מיינט 'נר מצוה'. דאס הייסט, אז אלע מצוות וואס א איד טוט זאלן זיין מיט א פנימיות, מען וויל עס מעלה זיין אז די מצוות זאלן זיין ווי עס דארף צו זיין פארן אויבערשטן. וואס איז די עצה אז מען זאל קענען מקיים זיין די מצוות מיטן פנימיות? אויף דעם זאגט די תורה: "אל מול פני המנורה יאירו" - אז דו וועסט עוסק זיין אין די תורה - וואס די מנורה איז רומז אויף די תורה הקדושה - דאס וועט דיר אנצינדן דאס הארץ אז עס זאל זיין דער פנימיות הלב, און די מצוות זאלן זיין מיט א פנימיות און נישט בלויז חיצוניות'דיג.
זאגט אבער דער רבי אויף דעם ענין: דאס גייט נישט אזוי אויף איין מאל, עס גייט נישט אין איין טאג. עס איז א בחינה פון 'שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו' - אז דו וועסט מתפלל זיין איין מאל און נאכאמאל, און דו וועסט נישט נאכלאזן, וועט דער סוף
יוסף הצדיק:
קדושה
דער אמרי נועם (פרשת וישב) ברענגט אויף דעם וואס רש"י זאגט דארטן ביי דעם נסיון פון יוסף הצדיק, אז דער אויבערשטער האט געזאגט: "אביך מתאבל ואתה מסלסל בשערך, אני מורה בך את הדוב מיד" (רש"י בראשית לט, יא), אז 'מסלסל בשערו' ווייזט אויף פלפול התורה און עיון התורה, ווי חז"ל זאגן אז שווערע הלכות רופן זיך 'כהררים התלויים בשערה' (חגיגה י.). 'מסלסל בשערו' מיינט דעם עסק התורה און דעם כח התורה וואס יוסף הצדיק האט געהאט דארטן אין מצרים, אין ערות הארץ. זאגט ער: ווען נישט וואס יוסף הצדיק וואלט געהאט אזא שטארקן כח התורה, וואלט מען אים נישט געקענט שיקן אזעלכע שטארקע נסיונות. דורכדעם וואס עס איז געווען דעם כח התורה פון מסלסל בשערו, דורכדעם זאגט דער אויבערשטער 'אני מורה בך את הדוב', ווייל ווי שטערקערע כוחות הקדושה א מענטש האט, אלס שטערקערע נסיונות קען מען אים געבן, כדי ער זאל קענען מתקן זיין שטערקערע ניצוצי קדושה. מילא דער כח וויאזוי אידישע קינדער זענען מתקן די ניצוצי קדושה, יעדער איינער וואס ער דארף צו פאררעכטן, איז אלעס דורך דעם כח הקדושה פונעם עסק התורה.
דאס איז אויך דער ענין וואס דער ישמח משה (פרשת בלק) זאגט אויף "כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה" (במדבר רבה פכ"א), אז יעדע מצוה ברענגט טאקע קדושה, אבער נישט אייביג איז דער מענטש זוכה צו שפירן די קדושה. ווען א איד איז זיך אבער מתגבר אויפן יצר הרע אין בעניני קדושה, דעמאלט 'אתה מוצא קדושה' - שפירט ער גלייך אן אפענע קדושה! איינע פון די טעמים פארוואס ער שפירט אזא שטארקע קדושה, ווייל יעדעס מאל וואס ער איז זיך מתגבר אויפן יצר אין עניני קדושה, ברענגט דאס דאך ארויס שטארקע ניצוצי קדושה, ווי דער פנים יפות זאגט (פרשת וישב), אז דאס ברענגט אים א שטארקע קדושה. פארדעם שטייט "ובית יוסף להבה" (עובדיה א, יח); 'להבה' ווייזט אויף א שטארקע התלהבות דקדושה. בכח דעם ענין פון קדושה וואס יוסף הצדיק האט אוועקגעשטעלט, ווען א איד כאפט זיך אן אין דעם מיט א 'להבה', איז ער זוכה צו א שטארקן פלאם און צו א התלהבות דקדושה, ווייל עס איז 'אתה מוצא קדושה' - דורך די ניצוצי קדושה וואאס ער נעמט ארויס דורך זיין פירן זיך בקדושה.
דאס איז דער רמז אין דעם וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו: "אנכי ארד עמך מצרימה" (בראשית מו, ד) - די שכינה הקדושה גייט מיט אין גלות כדי מען זאל קענען מתקן זיין די ניצוצות, "ואנכי אעלך גם עלה" - דאס איז אן הבטחה פאר יעדן איד, אז אויב א איד וויל, איז ער זוכה אז עס זאל זיין 'אעלך גם עלה', ער זאל קענען מעלה זיין די אלע ניצוצי קדושה וואס ער דארף צו פאררעכטן און ממלא זיין זיין תפקיד! אבער וויאזוי באקומט מען דעם כח? אויף דעם ענדיגט דער פסוק: "ויוסף ישית ידו על עיניך" דורכדעם כח פון יוסף הצדיק, דעם כח הקדושה וואס ער האט אוועקגעשטעלט פאר אידן אין אלע גליות צו קענען זיין אפגעהיטן. אז אידן כאפן זיך אן אין דעם כח, דורך דעם קענען זיי ממלא זיין זייער תפקיד, יעדער איינער וואס ער דארף צו טון.
דער רמז פון 'ויוסף ישית ידו על עיניך' איז אויך רומז אויף דעם ענין פון קדושת עינים. וויאזוי איז מען טאקע זוכה צו דעם כח פון יוסף הצדיק אז מען זאל קענען ממלא זיין יעדער זיין תפקיד? דאס איז דורך דעם ענין פון שמירת עינים. עס שטייט דאך ביי יוסף הצדיק: "בנות צעדה עלי שור" (בראשית מט, כב); דער יסוד הקדושה וואס יוסף הצדיק האט אוועקגעשטעלט איז דאך געווען דער ענין פון שמירת עינים. און עס שטייט דאך אז די התגברות פון די קליפות אויף אידישע קינדער אין טומאת מצרים איז אויך געווען אינעם ענין פון די עינים. דער רבי זכרונו לברכה רעדט פון דעם, און דער זיידע זכרונו לברכה אין ברך משה (פרשת שמות) האט אויך א גאנצע תורה אויף דעם, אז דאס וואס עס שטייט דארטן פאר גאולת מצרים האט פרעה געזאגט: "לא תאספון לתת תבן לעם ללבן הלבנים כתמול שלשם, הם ילכו וקוששו להם תבן" (שמות ה, ז), און דערנאך שטייט "ויפץ העם בכל ארץ מצרים לקושש קש לתבן" (שם פסוק יב). וואס איז געווען דא דער ענין? נאר די מצריים האבן געזען אז מען האלט שוין אזוי נאנט צו די גאולת מצרים, וואס דאס איז דאך די בירור הניצוצין, דאס אלעס איז תלוי אין קדושה, האט פרעה פרובירט אז מיט דעם וואס די אידן וועלן זיך דארפן דרייען אין די גאסן פון די מצריים, וועט דאס חלילה צונעמען די קדושת עינים פון אידישע קינדער, און אויף דעם אופן וועט נישט קענען זיין די גאולה. דאס איז געווען זיין גאנצע תכלית אז ס'זאל זיין דער 'ויפץ העם בכל ארץ מצרים'.
און אויף דעם האט משה רבינו געזאגט פארן אויבערשטן: "למה הרעות לעם הזה" (שם פסוק כב) - פארוואס זאלן אידן דארפן האבן אזעלכע שווערע נסיונות זיך צו דרייען אין אזעלכע שמוציגע גאסן? אויף דעם האט אים דער אויבערשטער געענטפערט: "עתה תראה" (שם ו, א) - טאקע ווען עס איז דא שטארקע נסיונות אין קדושה און זיי זענען זיך מתגבר, טאקע דאס ענדיגט דעם בירור הניצוצות. און טאקע דורך דעם וואס אידן האבן עומד געווען בנסיון אפילו מיט דעם שווערן מצב, דאס האט צוגעענדיגט און מברר געווען די טומאת מצרים! דאס איז דער רמז אין 'ויוסף ישית ידו על עיניך' - יוסף הצדיק וועט אוועקשטעלן א כח פון קדושת העינים
דער ישמח משה זאגט (פרשת תולדות) אויף דאס וואס די גמרא (מגילה טו.) זאגט: "אמר רבי אלעזר אמר רבי חנינא כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי" - יעדער וואס זאגט נאך א מימרא אין נאמען פונעם בעל המימרא, ברענגט א גאולה אויף דער וועלט. דערנאך ברענגט די גמרא נאך א מימרא: "ואמר רבי אלעזר אמר רבי חנינא צדיק אבד לדורו אבד משל לאדם שאבדה לו מרגלית כל מקום שהיא מרגלית שמה לא אבדה אלא לבעלה" - ווען א צדיק גייט פון דער וועלט, איז עס א בלויז א שאדן פאר די וועלט און נישט פארן צדיק אליינס. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס האט איין מימרא מיטן צווייטן?! זאגט דער ישמח משה מורא'דיגע ווערטער: 'שפתותיו דובבות בקבר', איז נישט סתם א בחינה, נאר מען דארף גלייבן אז בשעת מען זאגט נאך א דבר תורה פון א תלמיד חכם, רעדט ער טאקע בפועל ממש! פונקט ווי א מענטש וואס לעבט און שאקלט זיינע ליפן, ממש אזוי רעדט דער תלמיד חכם און שאקלט זיינע ליפן אין קבר! איי, ער איז דאך שוין געשטארבן, נו, וויאזוי קען ער רעדן?! נאר דעמאלט גיבט מען אים צוריק א רוח חיים אז ער זאל קענען שאקלען די ליפן און רעדן דעם מימרא!
מיט דעם זאגט דער ישמח משה א געוואלדיגע בחינה: מען ווייסט דאך אז א צדיק וועלכער לעבט יעצט אין דעם דור, איז מגין אויפן גאנצן דור, אבער א צדיק פון פריערדיגן דור וועלכער איז שוין נסתלק געווארן, האט שוין נישט דעם זעלבן כח פון מגין זיין אויפן דור, הגם זיין זכות קומט אודאי צוניץ, אבער דאך איז עס שוין נישט אויפן זעלבן אופן ווי א צדיק וועלכער לעבט אין דעם דור. אבער ווען מען זאגט נאך א דבר תורה פונעם צדיק, גיבט מען דאך צוריק אריין א רוח חיים פאר דעם צדיק כדי ער זאל מיטזאגן דעם מימרא אין קבר, נו אויב אזוי, איז עס פונקט ווי ער לעבט נאך אינעם היינטיגן דור! יעדעס מאל וואס זיינע ליפן שאקלען זיך, איז דער פשט אז ער לעבט דא אויף דעם עולם און ווערט ער גערעכנט ווי איינער פון דעם דור, ממילא, איז ער געהעריג מגין אויפן גאנצן דור פונקט ווי בחיים חיותו!
מיט דעם טייטשט ער דעם קשר צווישן די צוויי מימרות: "צדיק אבד לדורו אבד" - ווען א צדיק גייט פון דער וועלט פארלירט דער דור איינער וואס זאל מגין זיין אויפן דור, אויף זאגט די גמרא ווייטער אן עצה דערצו, "כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה" - טאמער וועט מען נאכזאגן די דברי תורה פונעם צדיק, וועט ער דאך זיין 'שפתותיו דובבות', ער וועט ווערן צוריק לעבעדיג, אויב אזוי וועט עס ווייטער גערעכנט ווערן ווי גלייך ער לעבט נאך אינעם דור, דעריבער איז ער 'מביא גאולה לעולם', ווייל אין זיין זכות קען דער גאנצער דור געהאלפן ווערן מיט אלערליי ישועות און זוכה זיין צו א גאולה - פונקט ווי ווען דער צדיק האט זי געפונען דא אויף דעם עולם.
דער זיידע זכרונו לברכה אין ברך משה (פרשת האזינו) איז מוסיף דערצו, אז נישט נאר ביי 'דברי תורה' איז שפתותיו דובבות, נאר אויך ביי 'תפילות', אז ווען מען איז מתפלל א תפילה וואס א געוויסער צדיק האט מחבר געווען, שאקלען זיך אויך די ליפן פון יענעם צדיק. מיט דעם האט דער זיידע פארענטפערט דאס וואס מען זאגט ביים 'יהי רצון' בעפאר תהילים: "יהא נחשב כאילו אמרם דוד המלך עליו השלום בעצמו זכותו יגן עלינו" - עס זאל זיין זיין אזוי חשוב ביים אויבערשטן כאילו דוד המלך אליינס האט עס מתפלל געווען. לכאורה איז דאס א גרויסע פלא: א פשוט'ער איד שטעלט זיך אוועק זאגן תהלים, און ער בעט אזא מין מדרגה אז זיין תהלים זאל זיין אזוי חשוב ווי דוד המלך'ס תהלים?! ווי קען מען זיך ערלויבן אזא מין ברייטקייט?! נאר דער פשט איז, וויבאלד דער גאנצער תהילים איז דאך אלעס דיבורים וואס דוד המלך האט געזאגט, דעריבער ווען א איד זאגט תהלים, שאקלט זיך דוד המלך'ס ליפן בפועל ממש! עס איז כאילו דוד המלך איז ממש מתפלל מיט אים צוזאמען! דעריבער קען יעדער פשוט'ער איד בעטן: "כאילו אמרם דוד המלך עליו השלום בעצמו", ווייל דוד המלך זאגט דאך יעצט מיט מיר צוזאמען, ממילא בעט איך דיר אז בזכותו זאל דאס נתקבל ווערן אויבן.