וויאזוי האט דאס פאסירט
אין קכה רייוון
אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א פריוואטע קליינע קבלה פון אן איינצלנעם איד בינו לבין קונו, וואס איז אויפאמאל פארוואנדלט געווארן אין א ריזיגע זיכוי הרבים באוועגונג, וואס האט ב"ה געברענגט צענדליגער טויזנטער אידן, בחורים יונגעלייט און בעלי בתים פון אלע יארגענג, זאלן זיך אפשטעלן אויף א מינוט פון התבוננות און נעמען אויף זיך אומצאליגע גוטע קבלות אויף למעשה.
פון הר"ר אהרן יודא ראזענטהאל הי"ו, וויאזוי דער געניאלער געדאנק איז געבוירן געווארן, וויאזוי מ'האט זוכה געווען צו אזא השפעה לטובה אויף ישראל קדושים פון אלע שיכטן און קרייזן, און וואס זענען די אפקלאנגען פון דעם הייליגן אונטערנעמונג
ווען איז דער געדאנק געבוירן געווארן?
במשך די יארן איז מיר עטליכע מאל אויסגעקומען צו ליינען אין דעם 'טהור עינים' גליון ווי אידן האבן געשריבן אן עצה טובה אויף שמירת עינים, אז יעדעס מאל וואס מען האלט זיך צוריק פון א ראי' אסורה, זאל מען זיך אוועקלייגן א קליינע סכום געלט, אלץ א מתנה אויף די אייגענע התגברות.
דער געדאנק איז מיר זייער געפאלן, און כ'האב עס אנגעהויבן טון למעשה. יעדעס מאל ווען ס'איז מיר אויסגעקומען זיך צו מתגבר זיין אויף א שלעכטן בליק, גייענדיג אויפ'ן גאס, אדער זיצנדיג ביים רעדל אויפ'ן ראוד, האב איך אוועקגעלייגט ממש קליין געלט. מ'רעדט פון גאר א קליינעם סכום. דער עיקר איז דאך נאר דער רעיון דערפון, אז מ'זאל מחשיב זיין די התגברות.
ס'איז אריבער א תקופה, און כ'האב זיך דערזען אז ס'האט זיך צאמגעזאמלט א שיינעם סכום פון עטליכע הונדערט דאלער! ס'איז טאקע געווען גאר א קליינע סומע פאר יעדע התגברות, אבער 'פרוטה פרוטה מצטרפת' און ס'איז געווארן דערפון א סכום הגון. כ'האב געשפירט אז דאס איז הייליגע געלט וואס מ'דארף נוצן פאר עפעס א גוטע מטרה, און כ'האב געטראכט, לאמיר עס נוצן צו מזכה זיין נאך אידן מיט שמירת עינים.
וואס ליגט הונטער דעם נאמען 'עיני'?
זייער פשוט. מיר האבן געוואלט ארויסברענגען די נקודה פון 'עיני' - ס'איז מיינע אויגן. נישט דער יצר הרע איז באלעבאס אויף מיינע עינים! ב"ה אז דער גאנצער קאמפיין איז ב"ה ארויסגעקומען זייער קלאר און מיט'ן ריכטיגן טעם. און מ'דארף טאקע דערמאנען מוה"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו פון 'מארקעטינג', אינאיינעם מיט 'ארטיסטיסק גראפיקס', וואס האבן אנגעפירט מיט'ן מארקעטינג חלק, און ארויסגעברענגט דעם מעסעדזש שארף און ציענדיג.
ווי ס'געדענקט זיך איז צוערשט בלויז געווען א שמירת עינים דרייוו פאר תלמידי הישיבות?
ריכטיג. דאס איז געווען פאראיאר זומער שנת תשפ"ה. כ'האב אנגערופן הר"ר אלי' טורנהיים הי"ו פון 'טהור עינים', און ער האט זיך צוגעכאפט צו דעם געדאנק... מיר האבן אויסגעארבעט א שטיקל פלאן, אז מ'וועט מאכן א גורל פאר בחורים וואס נעמען זיך אונטער קבלות טובות. ס'איז נישט געווען קיין גרויסער קאמפיין, מען האט עס בלויז געמאלדן אינעם 'טהור עינים' גליון אויף א קליינעם פארנעם, און ס'איז טאקע געווען געצילט נאר פאר בחורים - תלמידי הישיבות הק', מיט'ן חשבון אז כ'וועל קענען דעקן א גורל פון הונדערט דאלער א וואך.
יענער ערשטער קליינער קאמפיין האט ב"ה געהאט א אסאך א גרעסערע הצלחה ווי מ'האט זיך גערישט. ממש הונדערטער בחורים פון אומעטום האבן זיך אנגעשלאסן און גענומען הייליגע קבלות. ס'איז דאך אזוי שיין געווען צו זען וויאזוי אידישע קינדער ווילן זיין ערליך, מ'דארף נאר געבן א קליינעם שטופ, און ישראל קדושים שליסן זיך אן מיט אזא ווארעמקייט.
בנוסף לזה איז עס געווען פאר מיר פערזענליך א געוואלדיגע חיזוק צו זען וואס איז דא געווארן. א מענטש מיינט אמאל, וואס קען מען שוין אויפטון ווען מ'מאכט א קליינע קבלה, אבער שטעלט זיך ארויס אז ווען מ'טוט עפעס פאר'ן אויבערשטן, האט מען שפעטער א געוואלדיגע סייעתא דשמיא. השי"ת זאל העלפן ווייטער.
ווען איז עס געווארן א גלאבאלער קאמפיין פאר'ן גאנצן ציבור?
ווי געזאגט איז דער ערשטער שמירת עינים דרייוו פאר בחורים געווען אן אויסטערלישע סוקסעס, אבער די גרעסטע 'טענה' וואס מ'האט צוריקגעהערט פון אלע זייטן, איז געווען פון אידן אין אלע יארגענג וועלכע האבן געפרעגט: "למה נגרע... פארוואס עפעס נאר בחורים?"... דעריבער, ווען ס'איז געקומען היי-יאר האט מען אנגעהויבן טראכטן פון מאכן א ברייטערן קאמפיין, וואס זאל אנשליסן אידן פון אלע עלטער - יעדער איינער וואס וויל נעמען א קבלה.
כו, וואס זענען געווען די רעזולטאטן?
לכתחלה, ווען מ'איז אריינגעגאנגען דערינען, האבן מיר געהאט א וויזיע אז אויב מ'וועט אנקומען צו צען טויזנט קבלות, וועט עס זיין א שטארקע דערגרייכונג. מיר האבן זיך געראכטן אויף אזעלבע נומערן, מער ווייניגער, און מ'האט געהאפט אז מ'וועט אנקומען דערצו.
אבער וואס ס'האט דאן פאסירט איז געווען עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן... גלייך ווען מ'האט געמאלדן איבער דעם 'עיני' קבלה דרייוו אינעם טהור עינים גליון, און אויף די ווענט פון בתי מדרשים, האט אנגעהויבן אריינצושטראמען טויזנטער קבלות וואס האט זיך פשוט נישט אפגעשטעלט. ביים צווייטן גורל האט מען שוין געהאט נאנט צו צוואנציג טויזנט! און יעצט ווען איך רעדט האלט מען שוין ביי העבער דרייסיג טויזנט! ממש ס'לאזט זיך נישט גלייבן וואס פארא פלאם פייער פון גוטע קבלות האט ארומגענומען דעם ציבור.
הר"ר אהרן יודא ראזענטהאל הי"ו, באשיידענער איניציאטאר פונעם 'עיני' דרייוו, שילדערט אונז א בליק אריין אין דעם הייליגן פראיעקט וואס האט געטוישט דאס לעבן פון טויזנטער אויף אייביג
חוץ מזה לאזן מענטשן בסדר איבער הפלא'דיגע מעשיות פון אפענע ישועות וואס זיי האבן געזען נאכ'ן נעמען א קבלה־קארטל. אלע קבלות ווערן געציילט און באקומען א נאמבער, און א ספעציעלער פראגראם קלויבט אויס דעם געווינער פון צווישן אלע נאמבערס. אזוי קען יעדער איינער, מיט איין קבלה, האבן א שאנס צו געוואונען בעז"ה יעדע צוויי וואכן.
וויאזוי ארבעט דער 'עיני' דרייוו למעשה?
מ'האט צוגעשטעלט עטליכע גרינגע אופנים וויאזוי צו אויסקלויבן קבלות טובות, אויפ'ן טעלעפאן, דורך טעקסט און דורך אימעיל. אין אסאך בתי מדרשים זענען געווען גבאים צו זאמלען די קארטלעך, און אויך האבן זיך געמאלדן אומצאליגע ישיבות וואו רובא דרובא בחורים האבן זיך אונטערגענומען הייליגע קבלות. באזונדער האט מען געמאכט ספעציעלע קבלה־ קארטלעך, צוזאמען מיט די הארציגע אידישע תפילה אויף שמירת עינים פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א.
יעדע קבלה וואס קומט אריין ווערט אריינגעפירט אין איין צענטראלע ליסטע. עס מאכט נישט אויס צי עס איז אריינגעקומען דורכ'ן טעלעפאן, טעקסט, אימעיל, אדער א קבלה־קארטל. אלע קבלות ווערן געציילט און באקומען א נאמבער, און א ספעציעלער פראגראם קלויבט אויס דעם געווינער פון צווישן אלע נאמבערס. אזוי קען יעדער איינער, מיט איין קבלה, האבן א שאנס צו געוואונען בעז"ה יעדע צוויי וואכן.
צום שלוס, וואס איז אייער פערזענליכער לימוד פון דעם דרייוו?
די שטארקסטע לעקציע וואס איך האב זיך געלערנט פון דעם געוואלדיגן קידוש ה', איז אז מ'קען אנהייבן מיט א קליינע קבלה, און מ'ווייסט נישט וואס מ'קען אלץ אויפטון מיט דעם. דער גאנצער פראיעקט האט זיך דאך אנגעהויבן פון איין קליינע התגברות אויף אמאל, און צום סוף האט זיך עס געענדיגט מיט אזא ריזן זיכוי הרבים.
האט איר צוריקגעהערט פידבטק פונעם ציבור?
דאכט זיך אז די גרעסטע פידבעק איז דער עצם אומגלויבליכער פאקט אז העבער דרייסיג טויזנט אידן! האבן זיך אונטערגענומען אזויפיל הייליגע קבלות זיך אפצוהיטן די אויגן בקדושה ובטהרה. דער חידוש איז נאכמער, אז ווען מ'רעדט צו אידן הערט מען צוריק וויאזוי ממש יעדער וואס האט גענומען א קבלה, האט זיך אפגעשטעלט און אריינגעטראכט מיט א ישוב הדעת: "וואו איז מיין נסיון, ביי וועלכן זאך קען איך נוצן א התחזקות? און וועלכע ענין דארף איך נעמען אויף זיך?" אידן האבן ממש מקבל געווען אויף זיך מיט אזויפיל ערנסטקייט זיך צו פארבעסערן. יעדע קבלה פאר זיך איז דאך אזא אוצר און אזא מליצה ישרה פאר כלל ישראל. דאס אליין איז ווערד כל הון דעלמא. אשרינו מה טוב חלקינו.
מ'דארף פשוט זיך אוועקשטעלן מיט א ישוב הדעת, נעמען איין ממשות'דיגע זאך, עפעס וואס מ'קען טאקע אנהאלטן, און מ'זאל עס פרובירן צו אויספירן מיט א תפלה און מיט אן ערנסטקייט. מ'האט דאך נישט קיין השגה וויפיל קדושה און התעלות דאס ברענגט אריין פאר די נשמה! יעדע התגברות איז אזוי חשוב ביים אויבערשטן, און צוביסלעך קען מען אזוי שטייגן, שטאפל נאך שטאפל, אסאך מער ווי מ'האט זיך אמאל פארגעשטעלט.
ומכאן הקריאה יוצאת אז ווער ס'האט זיך נאך נישט איינגעשריבן, קען זיך נאך מיטכאפן. דער קומענדיגער גורל וועט זיין דינסטאג פרשת בראשית, און דער לעצטער גורל וועט זיין דעם דינסטאג פרשת לך הבעל"ט, און מ'קען נאך רואיג זיך אנשליסן מיט די צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן שוין מקיים געווען דעם 'עולמך תראה בחייך'. - ויהי' חלקינו עמהם!