ווילאנג דו האלטס זיך גרויס, קענסטו נישט אויפשטיין פון דיינע נפילות!
ב
ווילאנג דו האלטס זיך גרויס, קענסטו נישט אויפשטיין פון דיינע נפילות!
הרה"ק רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געזאגט: דאס ווארט סוכ"ה איז ראשי תיבות ס'ומך ו'עוזר ל'כל ה'נופלים, דאס מרמז אז די טעג פון יום טוב סוכות קומט אראפ א ספעציעלע השפעה פון הימל, וואס דאס איז מסוגל אז יעדער מענטש זאל זוכה זיין זיך אויפצוהייבן פון אלע זיינע נפילות און נידעריגע מצבים, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
דאס איז אבער נאר בתנאי אז דער מענטש איז בענוה ושפלות, ער קוקט זיך טאקע אן ווי א 'נופל' און ער שפירט ווי ער איז גארנישט, דעמאלטס איז ער זוכה אז השי"ת וועט אים אונטערלאנען און אויפהייבן, אזויווי חכמינו ז"ל זאגן (עירובין יג:) 'מי שמשפיל עצמו הקב"ה מגביהו', דער וואס האלט זיך קליין הייבט אים השי"ת אויף. און דאס איז א גרויסע כלל, אז דוקא דורך ענוה ושפלות איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע נפילותי.
ב אמרי פנחס לסוכות (ד"ה הרחמן): 'סוכה' נוטריקון ס'ומך ו'עוזר כ'ל ה'נופלים. וזה דוקא למי שבעיניו נופל בבחינת אין, וחושב שהוא שופל, הקב"ה מגביהו ועוזרו, כמ"ש בגמרא (עירובין יג:) מי שמשפיל עצמו הקב"ה מגביהו, וזה כלל גדול.