Skip to content

ווילסט אז די ברכה זאל דיך באגלייטן שטענדיג? היט דיינע אויגן!

ווילסט אז די ברכה זאל דיך באגלייטן שטענדיג? היט דיינע אויגן!

דער הייליגער בית אברהם מסלאנים זי"ע ברענגט בשם זיין טאטע [דער הייליגער דברי שמואל זי"ע], וואס האט געטייטשט דעם פסוק (בראשית כד א) "וה' ברך את אברהם בכל", אז דאס ווארט 'בכל' איז ראשי תיבות "ב'רית כ'רתי ל'עיני" [איך האב געשניטן א בונד איבער מיינע אויגן] (איוב לא א). און דאס איז א רמז, אז איך וואס גיבט אכטונג אויף זיינע אויגן, און ער קוקט נישט דארט ווי די תורה לאזט נישט, איז ער זוכה צו האבן א ברכה 'בכל' - אין אלע זיינע זאכן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

דאס איז אויך מרומז אין דאס וואס חז"ל זאגן (תענית ח:) 'אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין', אז די ברכה איז נאר דא ביי א זאך וואס איז פארהוילן פון אויג. וואס דאס איז מרמז אז כדי אז א מענטש זאל זוכה זיין צו א ברכה, דארף ער זיך היטן זיינע אויגן פון קוקן אויף וואס מען טאר נישט, און נישט קוקן אויף א רשע, אדער אין פסול'ע ביכער און אויסגאבעס [און מכל שכן אויף די כלים טמאים רח"ל].

אויב א מענטש פארהוילט זיינע אויגן, און ער קוקט נישט אויף די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, דעמאלטס איז ער זוכה אז די ברכה רועט ביי אים שטענדיג. דאס איז אויך מרומז אינעם פסוק (משלי כב ט) 'טוב עין הוא יבורך', אז דורכדעם וואס זיינע אויגן זענען גוט און הייליג, איז ער זוכה צו געבענטש ווערן שטענדיג מיט אלע ברכות. און אין דעם איז אויך אריינגערעכט, אז ווען א מענטש איז א 'טוב עין', דהיינו ער קוקט גוט אויף א צווייטן, ער פארגינט א צווייטן, און ער איז נישט מקנא א צווייטן, 'הוא יבורך' אזא איינער ווערט געבענטשט מיט אלא ברכות.

ווען א מענטש איז זוכה זיך צו היטן זיינע אויגן בקדושה, ער האט הייליגע און ריינע אויגן וואס זענען אפגעהיטן פון הסתכליות אסורות, דעמאלטס קען ער זיין זיכער אז זיין גאנצע גוף וועט בעז"ה זיין אפגעהיטן פון עבירות, אזויווי מיר געפונען אין די ווערטער פון חז"ל (תענית כד.) 'כלה כל זמן שעיניה יפות אין כל גופה צריכה בדיקה', אז ווען די אויגן זענען גוט און הייליג, איז דאס א ראיה אז די גאנצע גוף איז גוט און הייליגכי.

כי בית אברהם לסוכות, אושפיזא דאברהם: וה' ברך את אברהם בכל, בשם אבי הרה"ק ז"ל, בכ"ל ר"ת ב'רית כ'רתי ל'עיני מה אתבונן על בתולה. איש יהודי השומר עיניו מהסתכל ברע, הברכה אצלו ממש בכל, כי אין הברכה מצוי' אלא בדבר הסמוי מן העין, ששומר את עיניו מראות באסור, ומהסתכלות בפני אדם רשע, ומלקרא בספרים החיצונים, ואם הכל סמוי מעינו אז הברכה מצוי' אצלו. וטוב עין הוא יבורך, ונכלל בזה גם טוב עין, שמסתכל בעין טובה על חבירו ואינו מתקנא בו, הוא יבורך. וזהו מאחז"ל (תענית כד.) כלה כל זמן שעיניה יפות אין כל גופה צריכה בדיקה, מי שיש לו עינים טהורות ונקיות מהסתכלויות אסורות, כל גופו משומר.

PDF Preview