יעקב אבינו קומט אין סוכה און בענטש אונז בברכת התורה!
עס שטייט אין זוה"ק (ח"ג קד.) אז ווען יעקב אבינו קומט אריין אין די סוכה, זאגט ער דער פסוק (ישעיה נח ח) 'אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח'.
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע איז מסביר דעם טעם דערפון, ווייל אין די נאמען 'יעקב' איז מרומז די גאנצע תורה, ווייל די יו"ד איז מרמז אויף די 'עשרת הדברות' און די איבריגע אותיות 'קעב' איז מרמז אויף די 172 ווערטער וואס זענען דא אין די 'עשרת הדברות'.
דאס זאגט יעקב אבינו ווען ער קומט אריין אין די סוכה 'אז יבקע', 'יבקע' איז אותיות 'יעקב', דאס מיינט אז יעקב אבינו בענטש די אלע וואס זיצן אין די סוכה אז זיין זאלן זוכה זיין צו די 'כתר תורה', צו לערנען און פארשטיין די הייליגע תורה. 'כשחר אורך' איז אויך מרמז אויף די תורה, אזויווי חז"ל זאגן (מגילה טז:) 'אורה זו תורה'. און ער פירט אויס 'וארוכתך מהרה תצמח' [-און דיין רפואה זאל שנעל ארויסשפראצן], ווייל די תורה הקדושה איז א רפואה אויף אלעס, אזויווי דער פסוק זאגט אין משלי (ג ח) 'רפאות תהי לשרך', און דורך די תורה הקדושה וועלן מיר זוכה זיין צו א רפואה אויף אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות.
זרע קודש לסוכות (יום ג'): אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח. כתב בזוה"ק שכשבא יעקב להסוכה אומר זה הפסוק וכו', או יאמר ע"ד שכתבנו במקו"א שביעקב מרומז כל התורה, שהיו"ד מרמז על יו"ד דברות שיש בהם קע"ב תיבות וזהו יעקב, וזהו שנאמר אז