זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער וועלט!
זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער וועלט!
יְהִי לִבִּי תָמִים בְּחָקֶיךָ לְמַעַן לֹא אֵבוֹשׁ (תהילים קיט, פ)
[דוד המלך איז מתפלל:] מיין הארץ זאל זיין גאנץ מיט דיינע מצוות, כדי איך זאל זיך נישט שעמען
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט: כאטש וואס א מענטש האט אן אייגענע בחירה, און ער דארף אליין מכניע זיין דעם יצר הרע, פארט דארף ער אבער אויך מתפלל זיין, אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן, אז ער זאל זוכה זיין צו טון די מצוות מיט א 'תמימות' און א ריינע כוונה, אָן קיין שום זייטיגע פניות, אזויווי דוד המלך האט מתפלל געווען: "יהי לבי תמים בחוקיך".
אויב א מענטש האט חלילה אינזין פרעמדע כוונות בשעת'ן מקיים זיין די מצוות, דאן ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענער וועלט, וועט ער זיך גאר שטארק שעמען אויף זיין נארישע כוונה. דעריבער זאגט דוד המלך: "יהי לבי תמים בחוקיך" – מיין הארץ זאל זיין גאנץ בשעת'ן מקיים זיין די מצוות, "למען לא אבוש" – דורכדעם וועל איך זיך נישט שעמען אויף יענער וועלט.
אויף דעם ענין ווערט געברענגט א מעשה אין ספר רב ייבא, אז איינער וואס איז שוין נפטר געווארן איז געקומען צו זיין חבר אין חלום, און ער האט אים דערציילט, אז ער שעמט זיך גאר שטארק, און זיין פנים פלאמט פאר בושה, ווען דער מלאך רופט אויס זיינע מחשבות, וואס ער האט אינזין געהאט בשעת'ן מקיים זיין די מצוות אויף דער וועלט, און אלע צדיקים אנטלויפן פון גן עדן ווען זיי הערן זיינע שלעכטע כוונות. דעריבער דארף א מענטש מתפלל זיין, אז ער זאל זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער וועלטטי.
טז וזל"ק (תפארת שלמה, סוכות): יהי לבי תמים בחוקיך למען לא אבוש. ובמד"ר שבקש דוד המלך ע"ה אף בשעת עשיית המצוות יהי' לבי תמים כי אע"פ שלכך נברא היצה"ר לבעבור תהי' הבחירה ביד האדם בכל זה צריך להתפלל שיעשה המצות בתמימות בלי שום פני' חיצונית למען לא אבוש כי באמת אם האדם עושה המצוה לשום כוונה חיצונית חלילה אז אח"כ בעולם העליון הוא מתבייש מאד על סכלותו אשר לא טוב עשה וכמעשה המובא בס' ר' ייבא באחד שהגיד לחבירו בחלום איך שהוא מתבייש וחרפה תכסה פניו בהכריז עליו המלאך כוונת המצות אשר עשה בעולם הזה וכל הצדיקים ינוסו לקולם מג"ע בשמעם אוולתו ופגמו ולכך צריך האדם להתפלל שלא יבוש בעה"ב וזהו אחת שאלתי מאת ד' אותה אבקש שבתי בבית ד' כל ימי חיי פי' כל ימי חיי יעלו לפני ד'. לחזות בנועם ד'. פי' שאוכל לחזות ולהתראות לפני ד' ולא אבוש.