א. ס'איז א מנהג ישראל, אז ביים אריינברענגען א קינד לבריתו של אברהם אבינו זיינען זיי מיטשתתף א זוג "קוואטערס" (איש ואשתו וכו'). די "קוואטערס" ברענגען דעם קינד צום טיר פון ביהכנ"ס (אדער חדר) וואו מ'איז מל דעם קינד, און דער קוואטער נעמט פונ'ם קינד און ברענגט אים צום "כסא של אליהו".
"מנהג ישראל תורה היא" — איז מובן, אז אויך אין דער מנהג ביי אידן איז "תורה היא".
ויש לומר, אז אויך דעם ענין — דאס וואס אן אשה (חאטש אויף איר איז ניטא די מצוה למול וכו' — כדלקמן) איז איינגעפירט בדוקא אז זי זאל מסייע זיין צו מצות מילה, איז דא א כעין סמך ורמז בפרשתינו:
בעצמם כו' (הובא גם במטה משה ח"ז עניני מילה פ"ד אות ה. ושם גם מתשב"ץ (קטן) סשצ"ז). וראה מטה משה שם סדר המילה וברכותיה (בתחלתו). ועד"ז בכללי המילה לר' יעקב הגוזר (ע' 64 בהוצאת ברלין תרנ"ב. ירושלים תש"א) ונושא אותו אשת בעל ברית בהדר לביהכנ"ס.
ומשמע דעצם המנהג מקורו מהשתתפות האשה בסנדקאות כאשת בעל הברית — סנדק (וראה גם מהרי"ל שם. כללי המילה שם ע' 66. מטה משה שם (אות ג) וראי' שבשבי"ל דבמדרש תהלים (באבער) מזמור לה (ובי"ל"ש שם) "בברכיי אני נעשה סינדיקנו לילדים", ועד"ז באור זרוע הל' מילה סק"ז. רוקח סק"ח. ועוד). וכן משמע בלקט יושר (לתלמיד בעל תרומת הדשן) יו"ד ע' נב (ברלין תרס"ג), ושם נזכר מפורש "קבטאר" (אלא שהכוונה שם לסנדק).
וראה גם שו"ת יוסף אומץ (להחיד"א) ספ"ה. כתר שם טוב גאגין ח"ב סתר"ט, תרס"א-ב (ושם גם בשורש ובפירוש המלה "סנדקוס". וראה גם הערות באבער למדרש תהלים שם).
ב. בכמה מקומות איז ביי אידן דער מנהג ניט צו נעמען אן אשה מעוברת אלס "קוואטערן" (ברענגען דעם קינד לביהכנ"ס). און וויבאלד אז אזוי איז דער מנהג ישראל (בכו"כ מקומות), איז מובן, אז אויך דאס האט אן ארט און "תורה היא" (וכתושבת הרשב"א הידועה, אז אפילו א מנהג, קבלה ביד זקנים וזקנות כו' קען מען עס ניט דוחה זיין מיט קושיות וכו').
אויף דעם מנהג (אז א מעוברת זאל ניט זיין קיין קוואטערן) ווערן געבראכט כמה טעמים — צוליב סכנה, מחמת חשש עין הרע ועוד — אבער ע"פ הידוע אינעם גודל הדיוק במנהגי ישראל, איז מסתבר צו זאגן, אז דער מנהג איז ניט פארבונדן מיט א זייטיקער סיבה אדער חשש (מצד סכנה להעובר וכיו"ב) נאר ער האט א שייכות און איז נוגע צום עצם ענין ומנהג פון קוואטער.
ג. ויש לומר הביאור בזה, ובהקדם: עד"ז (ווי ס'איז דער מנהג הנ"ל פון "קוואטער") ביי א ברית) געפינט מען אויך בא נשואי חתן וכלה (וואס תכליתם איז דער ענין פון פרו ורבו, הולדת בנים ובנות) — אז א זוג שושבינים (אונטערפירער) פירן די חתן וכלה צו דער חופה.
און אויך בא דעם איז מנהג ישראל אז אן אשה מעוברת זאל ניט זיין די אונטערפירערין.
שטייט אין ספרים, אז די ביידע מנהגים בשייכות צו אן אשה מעוברת — אז זי זאל ניט זיין א "קוואטערן" (ביי א ברית מילה) און ניט קיין "שושבינה" (בא א חופה) — "חד מנהגא הוא". עפ"ז איז פארשטאנדיק, אז דער טעם פון די ביידע מנהגים איז אויך חד הוא.
ד. ויש לומר דער ביאור בפשטות:
דער פסוק "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" — מצות מילה — שטייט אין דער פרשה פון "אשה כי תזריע (וילדה זכר)", וועלכע רעדט וועגן "תורת היולדת גו'" און בהמשך צו דעם פסוק אשה גו' עצמו גלייך נאך עם,
הגם אז די מצוה פון "וביום השמיני ימול" איז דער חיוב וואס ליגט על האב (למול את בנו), משא"כ אן אשה איז אין דעם ניט מחוייב, ווי די גמרא לערנט אפ (ביז אז ס'איז דא א שקו"ט און מחלוקת צי אן אשה איז כשרה למול) — אעפ"כ שטייט די מצוה אין דער פרשה וועגן א יולדת, און וואו דאס דער איש (בעל) ווערט גאר ניט דערמאנט (און אויך אין דעם פסוק גופא "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" שטייט ניט (בפירוש) אז דאס דארף טאן דער אב).
וואס דאס איז, כנ"ל, (עכ"פ) א רמז אז אן אשה האט א שייכות צו מצות מילה, וואס דריקט זיך אויס אין דעם וואס זי איז א קוואטערן ביי א ברית.
דאס הייסט, אז דאס וואס זי נעמט א תרנגול שמא תלד זכר, איז ניט דערפאר ווייל דער תרנגול איז א כפרה פאר דעם עובר (טאמער איז ער א זכר), נאר דורך דעם וואס "תלד זכר" איז איר מילתא אז זייענדיק א מעוברת איז איר מציאות געווען אזא, וואס פאדערט אויך א תרנגול לכפרתה.
ועפ"ז איז מובן, אז דאס וואס מ'נעמט ניט קיין אשה מעוברת אלס שושבינה אדער קוואטערן, איז ניט ווייל דער עובר (פאר זיך) איז א דריטער (שושבין אדער קוואטער), נאר ווייל די אשה מעוברת עצמה ווערט גערעכנט מער ווי אשה אחת, וכנ"ל.
ז. עס פאדערט זיך אבער נאך ביאור, וואס מ'איז מדייק צו נעמען אן איש ואשה דוקא:
בשמא ביי שושבינין דחתן וכלה י"ל אז דאס איז כנגד החתן והכלה; אבער וואס איז דער דיוק צו נעמען דוקא אן איש ואשה ביי קוואטער (דברית מילה)?
וכנ"ל (סוף סעיף ב) איז מסתבר, אז דער דיוק האט א שייכות ("תורה") צום תוכן ענין פון מילה.
וי"ל (בדא"פ) בהקדם ביאור הענין פון שושבינין ביי א חתן וכלה:
ענינם פון שושבינין בפשטות איז: היות אז חתן וכלה זיינען ביז איצט געווען פרעמד און ווייט איינער פון צווייטן, און דערפאר איז פאר זיי שווער (מצד הבושה וכו') צו איבערשטעלן זיך מיט אמאל אין א מצב פון קירוב וכו' ביי זייער חתונה — דעריבער דארפן זיי האבן דעם סיוע פון שושבינין, וועלכע זיינען רעים צו דעם חתן און צו דער כלה, כדי זיי תומך זיין, מחזק און מעודד זיין אין דעם קירוב ול"ז.
און דאס איז דער טעם אויפן מנהג ישראל אז די שושבינין זאלן זיין אן איש ואשה — און א זוג נשוי — ווארום ס'איז מובן ופשוט, אז אויף צו מעודד זיין דעם חתן איז מתאים אן איש, און א נשוי, וועלכער איז שוין דורכגעגאנגען ענין הנישואין; ועד"ז שושבינה פאר דער כלה — אן אשה נשואה.
ח. אלע ענינים דלמטה ווערן נשתלשל פון זייער שורש למעלה — עד"ז בעניננו:
דער ענין פון שושבינין דאיש ואשה בא א חתן וכלה דא למטה, נעמט זיך דערפון וואס אזוי איז דאס געווען בא חתן וכלה בשרשם ועיקרם — די נישואין פון הקב"ה (כביכול) מיט אידן, ביום חתונתו זה מתן תורה, זיינען געווען דערביי צוויי שושבינין: שושבינא דמלכא — משה, שושבינא דמטרוניתא — אהרן.
משה איז דער שושבין מצד החתן — ער איז מקרב און ממשיך אלקות מלמעלה למטה צו אידן (בדוגמא, כביכול, ווי דער שושבין של החתן וועלכער פירט דעם חתן צו דער כלה); און אהרן איז דער שושבין מצד הכלה — ער איז מעלה און מקרב אידן מלמטה למעלה, ביז אז זיי זאלן נתייחד ווערן מיט'ן אויבערשטן (בדוגמא צו דער שושבינה פון דער כלה, וועלכע פירט איר צום חתן).
און דער צורך פון די שושבינין ביי דעם יחוד פון הקב"ה מיט אידן איז מפני זה וואס די נשמה פון א איד, איז ירדה בריחוק גדול מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אינעם העלם והסתר פון וועלט, און עס איז דא דער הרגש הבושה והיראה (בעת הקירוב) פון גדלות הא-ל, דער רוממות פון דעם אויבערשטן.
און דעריבער דארף מען האבן א שושבין מצד ה"כלה", מצד אידן, וואס מדרגתו וענינו ופעולתו איז בחי' אשה (עושה רצון בעלה) צו מעלה זיין די אידן צום אויבערשטן; און א שושבין מצד החתן, וואס מדרגתו וענינו ופעולתו איז בחי' איש (והוא ימשול בך) — צו ממשיך זיין אלקות מלמעלה למטה צו און אין אידן.
ט. און דאס איז אויך דער טעם וואס די שושבינין זיינען פארבונדן מיט דער שמחה בעת הנישואין, ווארום דער ענין השמחה נעמט זיך דערפון וואס עס טוט זיך אויף א דבר חדש — און דאס איז דער ענין פון א חתונה; ווען אן איש און אשה, וועלכע זיינען געווען אפגעטיילט און ווייט איינער פון צווייטן פון ווען זיי זיינען געבאָרן געוואָרן (ווארום בעצם איז דאָך יעדער איינער א פלג גופא), צו א קירוב ויחוד — רופט עס ארויס א שמחה נפלאה.
ועד"ז ברוחניות הענינים: מצד ירידתה למטה, איז די נשמה געוואָרן (כאילו ווי) נפרד ורחוק פון דעם מצב און דרגא פון איר יחוד ודביקות מיט'ן אויבערשטן, ווי די נשמות בהיותן למעלה; און ווען אידן ווי זיי געפינען זיך למטה ווערן דבוק ומיוחד מיט'ן אויבערשטן דורך תורה ומצוות (און זיי זיינען מברר ומעלה די ענינים הגשמיים, די ניצוצות הקדושה וואס ירדו ממדרגתם ונתרחקו און געפינען זיך למטה אין זיי) — ווערט דורכדעם אויפגעטאָן א שמחה נפלאה.
י. וי"ל אז דאס איז דער טעם וואס מתן תורה ווערט אנגערופן "יום חתונתו וביום שמחת לבו": פאר מתן תורה איז געווען די גזירה אז "עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים"; און במ"ת, ווען עס איז געווען די חופה וקידושין פון דעם אויבערשטן מיט אידן, איז בטל געוואָרן די גזירה, עס איז געוואָרן דער חיבור ויחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווי אידן געפינען זיך אין דער וועלט דא למטה, (ועל ידם מיט כל עניני העולם), און דערפאר איז דאס — "שמחת לבו".
י"ד. ע"פ כל הנ"ל איז אויך מובן דער תוכן ענין פון קוואטער בא א ברית מילה, און שייכותו צו דעם ענין השושבינין בא א חתונה:
די שלימות ופנימיות ענין היחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווערט אויפגעטאָן דורך ברית מילה; דעמאָלט טוט זיך אויף דער ענין פון "בריתי בבשרכם לברית עולם", אז דער ברית פון א איד מיט'ן אויבערשטן איז חתום אין בשר הגשמי פון א איד.
ד. ה. אָט דער חידוש פון מ"ת, טוט זיך אויף באופן גלוי בא ברית מילה, אז "עליונים" (רוחניות) זיינען יורד "למטה", און "תחתונים" (גשמיות) זיינען עולה למעלה, ביז אז דער גוף הגשמי פון א איד ווערט, כביכול, בברית מיט דעם אויבערשטן.
[וואָרום דער קישור וחיבור פון אידן מיט'ן אויבערשטן דורך אנדערע מצוות — וואס יעדער מצוה איז (מלשון) צוותא וחיבור — איז ניט ניכר אויף אזוי פיל אין דעם גוף האדם וואס איז מקיים א מצוה ווי אידן ביי דער מצוה פון מילה].
וואָס דאָס גיט אויך א תוספת ביאור אין דעם וואָס דער אלטער רבי זאגט אין שולחן ערוך, אז "תחלת כניסת נפש הקדושה" איז "במצות מילה".
און דעריבער כשם ווי די שושבינין בא חתן וכלה זיינען אן איש ואשה, ווייל ענינם איז צו מסייע זיין אין דעם קירוב ויחוד — דער שושבין מצד החתן און די שושבינה מצד הכלה — עד"ז איז אויך, שרש הענין פון חיבור פון איש ואשה, אין דעם יחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן, וואָס קומט בגלוי בא א ברית מילה, דריקט זיך דאָס אויס (לויט דעם מנהג ישראל) אין די קוואטערס (כעין שושבינין) וואָס באשטייען פון אן איש ואשה, וואָס בתוכנם וענינם ברוחניות איז איש מרמז אויף דעם שושבין מצד המלך, מצד דעם אויבערשטן, און אשה אויף שושבינא דמטרוניתא, מצד די אידן.
און דעריבער דארפן אויך ביי ברית מילה זיין (אזוי ווי שושבינין ביי א חתונה) דוקא אן איש און א אשה.
יא. עפ"ז איז אויך מובן פארוואס שמחה איז אן ענין עיקרי ביי ברית מילה (פונקט ווי דאס איז ביי א חתונה), וואס מ'געפינט דאס ניט אויף אזוי פיל ביי אנדערע מצוות וכדו' — אזוי ווי מ'זאגט, אז דאס איז דער טעם וואס מ'איז מל לשמונה, "מפני מה אמרה תורה מילה לשמונה שלא יהו כולם שמחים ואביו ואמו עצבים" (און ווי פארשטאנדיק פון מפרשים, לערנט מען דאס אפ פון דעם וואס די תורה שטעלט אריין "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" בפרשתנו גלייך נאך דעם וואס דער פסוק פירט אויס וועגן טומאת לידה שמסתיימת בשבעת ימים),
ווארום דער ענין השמחה וואס ווערט מצד אן ענין פון התחדשות, ווי ביי חתונה וואס עס ווערט אויפגעטאן א דבר חדש, אז "יעזוב איש את אביו ואת אמו באשתו והיו לבשר אחד, כנ"ל, איז דאס בשלימות ביי מצות מילה, וואס עס טוט זיך אויף דער פנימיות'דיקער חיבור ויחוד פון (איש ואשה) דעם אויבערשטן מיט אידן, בריתי בבשרכם לברית עולם.
[וי"ל אז בא אן אשה איז אדרבא — וויבאלד אז "כמאן דמהילא דמיא" ווערט דאס אויפגעטאן גלייך בא דער לידה].
און דורך דעם קיום פון די ביידע מצוות הנ"ל — פו"ר (וואס איז דער תכלית פון חתונה — נשואי איש ואשה) און מצות מילה — איז מען זוכה בקרוב ממש צו דער גאולה האמיתית והשלימה ווען עס וועט זיין די שלימות אין מילה — "ומל ה' אלהיך את לבבך ואת לבב זרעך" און די שלימות ב"נישואין" (פון אידן מיט'ן אויבערשטן) שנאמר כי בועליך עושיך, און דעמאלט וועלן זיין די שושבינים — "משה ואהרן יהא עמנו".