Skip to content

א סימן אויף אמת'ע ענוה – אז דאס ברענגט צו שמחה

אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק (כה, יט)

אברהם האט געבוירן יצחק

נאך א פשט ערקלערט דער דברי ישראל זי"ע: "אַבְרָהָם" – דער סימן צו זען אויב דאס איז א ריכטיגע ענוה [ווי ערקלערט אינעם פריערדיגן שטיקל, אז אברהם' איז מרמז אויף ענוה], "הוֹלִיד אֶת יִצְחָק" – אויב עס קומט ארויס דערפון א שמחה ['יצחק' איז א לשון פון שמחה], ווייל אן אמת'ע ענוה דארף צוברענגען צו שמחה, און אויב דאס ברענגט נישט קיין שמחה, איז דאס א סימן, אז דאס איז א בלויזע עצבות און מרה שחורה .

ב ב דברי ישראל (ד"ה אברהם הוליד): אי נמי על דרך זה אברהם היינו ענוה כנ"ל והסימן של ענוה הוא שמחה ואם לאו הוא רק עצבות ומרה שחורה זהו שרמז 'אברהם הוליד את יצחק' ר"ל ענוה מוליד שמחה זהו שאמר 'יצחק' לשון שמחה והבן.

PDF Preview