אל תירא כי אתך אנכי - יעדע צער און יסורים איז פון הימל און איז פאר דיין טובה
מיר לייענען אין דער היינטיגער פרשה (כה, לד) 'ויעקב נתן לעשו לחם ונזיד עדשים, ויאכל וישת ויקם וילך ויבז עשו את הבכורה'.
זאגט דער 'אבן עזרא', אז עשו האט פארשעמט די בכורה, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נוצן דערפון. יצחק אבינו ע"ה איז דעמאלס נישט געווען רייך, און ממילא, וואס דארף עשו האבן די בכורה, צו ירשנ'ען א דאפלטן חלק, אויב זיין טאטע האט נישט קיין געלט איבערצולאזן פאר אים בירושה.
דער 'אבן עזרא' ברענגט א ראיה דערצו, ווייל אויב יצחק וואלט געווען רייך, וואלט ער אוודאי געהאט גענוג צו עסן, און עשו וואלט נישט געדארפט פארקויפן די בכורה פאר א געקעכטס פון לינדזן. אויך וואלט יצחק נישט געדארפט בעטן עשו ער זאל גיין פאנגען א חיה צו עסן, און ער וואלט אים נישט ליב געהאט בלויז דערפאר ווייל ער ברענגט אים צו עסן (עיי"ש).
דער רמב"ן ז"ל זאגט אבער, אז ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז יצחק אבינו ע"ה איז געווען אָרים. אויך פרעגט דער רמב"ן, דער פסוק זאגט דאך (לעיל כה, יא) 'ויהי אחרי מות אברהם ויברך אלוקים את יצחק בנו', און די ברכה איז געווען אז מ'האט אים צוגעגעבן רייכטום און כבוד. נו, לויט די 'אבן עזרא' אז יצחק איז געווען אָרים, וואו איז פארלוירן געגאנגען דאס פארמעגן פון זיין טאטן?! און ער איז גאר געווארן אָרים?!
זאגט דער רמב"ן ז"ל נאך מער, אפילו אויב עס זענען דאָ צדיקים וואס האבן נישט קיין געלט, איז עס אבער נישט ביי די צדיקים וואס זענען געווארן געבענטשט דירעקט פון דעם אויבערשטען, ווייל די ברכה פון באשעפער ברענגט עשירות, ווי שלמה המלך ע"ה זאגט (משלי י, כב) 'ברכת ה' היא תעשיר, ולא יוסף עצב עמה', עיי"ש.
דער גאון בעל 'כתב סופר' זצ"ל, פארענטפערט אבער דעם 'אבן עזרא', און ער זאגט א מורא'דיגע זאך, אז דער אויבערשטער האט דעמאלס באשערט פאר יצחק אבינו ע"ה אז ער זאל זיין אָרים, כדי עשו זאל נישט גלוסטן צו בלייבן מיט די בכורה (ווייל ער האט דאך סיי-ווי נישט וואס צו ירשנ'ען), און אזוי זאל ער עס פארקויפן צו יעקב אבינו ע"ה פאר א טאָפ לינדזן. דורך דעם וואס די בכורה איז אריבערגעגאנגען צו יעקב, האט יעקב זוכה געווען צו באקומען די ברכה פון אברהם אבינו ע"ה, וואס ס'איז געווען ראוי פאר אים אלס בכור.
כאטש וואס בשעת מעשה, האט יצחק דעמאלס נישט געהאט דעם אויבערשטנ'ס ברכה (דעם 'ברכת ה' היא תעשיר'), איז דאס אבער געווען א טובה פֿאַר יצחק און די דורות שפעטער, אז כדי יעקב און זיינע קינדער זאָלן זוכה זיין אין די ברכות, און נישט עשו און זיינע קינדער, עיי"ש.
פון דעם קען יעדער מענטש ארויסנעמען נאר א שטארקע חיזוק, ווען ער וואונדערט זיך וואו איז די ברכה? פארוואס האט דאס רעדל זיך איבערגעדרייט אויף אים ח"ו, און ער פלאָגט זיך מיט פרנסה, אָדער אנדערע זאכן. דארף מען אייביג געדענקען, אז 'כל מאי דעביד רחמנא לטב עביד'. אלעס איז פאר די טובה פון מענטש. אמאל זעט דער מענטש באלד די טובה וואס איז באהאלטן דערין, און אמאל זעט מען עס שפעטער. דער מענטש מיט זיין קורצזיכטיגן בליק און קליינעם פארשטאנד, ווייסט נישט ווי אזוי דער אויבערשטער דרייט מיט דער גאנצער וועלט, צו ברענגען אלעס צו א גוטן תכלית.
א. ענליך זאגט דער רמב"ן ז"ל, וועגן דעם וואס יצחק אבינו ע"ה האט אויף די עלטערע יארן נישט געקענט זען ל"ע. פארוואס איז דער צדיק יצחק געווארן א סגי נהור ל"ע? שרייבט דער רמב"ן ז"ל, אז אזא שאלה פרעגן מענטשן 'מיט פארשטאפטע הערצער', ווייל אויב ס'איז געווען א סיבה דערפאר פון באשעפער, איז עס געווען כדי יצחק זאל בענטשן יעקב, עכ"ל. דאס מיינט, אויב יצחק וואלט נישט געווען א 'סגי נהור', וואלט יעקב נישט געקענט קומען און אוועקנעמען די ברכות. קומט דאך אויס, אז דאס וואס יצחק האט נישט געקענט זען, איז געווען א טובה, כדי יעקב זאל באקומען די ברכות, וואס ער איז געווען ראוי צו באקומען.
ענליך זאגן 'רבותינו בעלי התוספות', אויפ'ן פסוק (כו, לה) 'ותהיין מורת רוח ליצחק ולרבקה', אז יצחק און רבקה האבן נישט געקענט פארטראגן די רשעות'דיגע ווייבער פון עשו. דאס האט דער אויבערשטער, גדול העצה ורב העלילי' (ירמיה לב, יט) אזוי צוגעפירט בכוונה, אז די מרשעת'ן זאלן זיך דרייען אינדערהיים לעבן יצחק און רבקה, כדי זיי זאלן נישט הערן ווי רבקה רעדט מיט יעקב ער זאל נעמען די ברכות פון יצחק, ווייל אויב זיי וועלן הערן ווי רבקה זאגט עס צו יעקב, וועלן זיי דאך לויפן דערציילן פאר עשו וועגן דעם. פון דעם זעט מען, אז אויך דעם צער וואס יצחק און רבקה האבן געהאט פון עשו'ס פרויען, איז אויך געווען לטובה פאר'ן כלל ישראל, כדי יעקב זאל באקומען די ברכות פון יצחק.
ב. אויפ'ן פסוק 'ויזד יעקב נזיד' (כה, כט), זאגט רש"י (פסוק ל) אז יענעם טאג איז אברהם אבינו ע"ה נסתלק געווארן, און יעקב האט געקאכט לינדזן צו טרייסטן זיין טאטן יצחק אין זיין אבילות. די סיבה פארוואס ער האט געקאכט דווקא לינדזן, ווייל זיי זענען רונדיג, אזוי ווי א ראד, און דאס אבילות איז אויך אזוי ווי א 'ראד' וואס דרייט זיך אויף דער וועלט.
דארף מען פארשטיין, צי דען איז דאס געווען דער שטייגער פון יעקב אבינו ע"ה, דער 'איש תם יושב אהלים', צו שטיין אין קוך און קאכן לינדזן?! אויב מ'האט געדארפט האבן לינדזן פאר דער 'סעודת הבראה', איז דאך עס א זאך וואס קען געטוהן ווערן אויך דורך אנדערע... און וואו איז געווען רבקה? פארוואס האט זי נישט געקענט אפקאכן די לינדזן?
ענטפערט דער ספר 'מליץ יושר' (פון הרה"ג ר' ראובן מלמד ז"ל, א מגיד שיעור אין דער ישיבה לצעירים פון פאניעוועזש), אז דער הויפט-ציל פון יעקב אבינו ע"ה ביים קאכן די לינדזן איז נישט געווען כדי יצחק אבינו ע"ה זאל האבן וואס צו עסן, נאר דער עיקר האט יעקב געוואלט לערנען פאר זיך און פאר אנדערע, אז דאס אבילות ל"ע איז א 'גלגל החוזר בעולם'. צוליב דעם האט ער געטוהן דערין 'למעשה', כדי איינצואווארצלען אין זיך אליין די אמונה אז ס'איז א ראד וואס דרייט זיך אויף דער וועלט. ממילא, וועט ער זיך נישט גרויס האלטן אויך ווען עס שיינט אויף אים א גרויסע הצלחה, און פון דער צווייטער זייט, וועט ער נישט ווערן צובראכן ביי זיך ווען דער ראד דרייט זיך ח"ו אויף אראפ, ווייל ער וועט גלייבן אז ער וועט נאך צוריק שטייגן און ארויפגיין העכער און העכער.
ג. פאר 17 יאר צוריק, איז געווען א קריזיס אין דער פינאנציעלער וועלט. גרויסע עשירים האבן פארלוירן אסאך געלט ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן אינוועסטירט געלט ביי א געוויסן שווינדלער, וועלכער איז געווען א 'יחיד מומחה' אין זיין 'פאך' פון שווינדלעריי.
אין יענער תקופה, האט הרב הגאון רבי שאול ברייש זצ"ל, דער רב פון ציריך, מחזק געווען די אידן פון זיין קהילה, מיט'ן דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיין פאטער, הגאון רבי מרדכי יעקב ברייש זצ"ל, דער מחבר פון 'חלקת יעקב' און רב פון ציריך, וואס פון דעם האט מען געזען קלאר, אז יעדע שוועריגקייט און צער וואס א מענטש האט - אויך אויב ער האט א גרויסן געלט שאדן ח"ו - איז די מטרה דערפון צו ברענגען פאר אים די ישועה. און רבי שאול ברייש האט דערציילט:
אין זיין יוגנט, האט דער טאטע, רבי מרדכי יעקב, געוואוינט אין דער שטאט לעמבערג. ער האט פארמאגט געלט, וואס פון דעם האט ער זיך אויסגעהאלטן און געקענט לערנען בהתמדה. אין יאר תרפ"ט, האט ער באשלאסן צו קויפן א בנין מיט עטליכע דירות. ער האט געהאט אין פלאן צו פארדינגען די דירות, און פון דעם וועט ער האבן פרנסה. ער האט זיך באגעגענט מיט'ן אייגנטימער פון א גרויסע הויז אין שטאט, און מ'האט אפגעשמועסט אז ער וועט קויפן פון אים דאס הויז. מ'האט נאר געדארפט אונטערשרייבן דעם 'קאנטראקט', און מקבל קנין זיין. צוליב פארשידענע סיבות, איז אבער דער קנין אפגעשטופט געווארן פון טאג צו טאג, און ביז מ'האט באשטימט א צייט פאר'ן אונטערשרייבן דעם קאנטראקט, האט צום ווייטאג פון רבי מרדכי יעקב, אויסגעבראכן אן אינטערנאציאנאלער קריזיס (וואס האט זיך אנגעהויבן ווען די בערזע אין ניו יארק האט געקראכט), און אזוי איז אין א סעקונדע געפאלן די ווערד פון זיין פארמעגן אויף א שרעקליכן אופן, און ביז א קורצע צייט איז ער געווארן ממש אן עני ואביון ל"ע. ער האט געהאלטן ביי זיך טויזנטער געלט-באנקנאטן, וואס זענען אפילו נישט ווערד געווען דאס שטיקל פאפיר, און אזוי איז ער געבליבן בעירום ובחוסר כל, ה' ירחם.
נישט האבנדיג אן אנדערע ברירה, איז רבי מרדכי יעקב געווען געצוואונגען צו זוכן פאר זיך א פרנסה, און ווען ער האט געהערט אז מ'זוכט א רב אין דער שטאט דינסבורג, דייטשלאנד, האט ער זיך אנגעטראגן פאר דעם פאסטן, און מ'האט אים טאקע אויפגענומען דארט אלס רב, און ער איז אהין געפארן וואוינען מיט זיין משפחה. עטליכע יאר שפעטער, זענען די נאציס ימ"ש געקומען צו דער מאכט אין דייטשלאנד (אין יאר תרצ"ג), און זיי האבן אנגעהויבן רודפ'ן די אידן אויף א שרעקליכן אופן רח"ל. חודש אדר תרצ"ג, האבן זיי געכאפט דעם רב, רבי מרדכי יעקב, און אים געשלאגן מיט מערדערליכע קלעפ רח"ל, אז ער איז שיעור נישט אומגעקומען ה"י. בלויז מיט ניסי ניסים איז ער בחסדי השי"ת געראטעוועט געווארן פון זייערע בלוטיגע נעגל (ווי ער שילדערט אין די הקדמה צו זיין ספר שאלות ותשובות 'חלקת יעקב'). הרב ברייש איז דעמאלס אנטלאפן קיין שווייץ, וואו ער האט זיך באזעצט אין דער שטאט ציריך, און איז דארט אויפגענומען געווארן אלס רב פון דער 'אגודת אחים' שול.
האט רבי שאול אויסגעפירט, אז יארן שפעטער האט מען געזען די גרויסע חסדים פון דעם באשעפער, ווייל אויב די טאטע, רבי מרדכי יעקב וואלט באוויזן צו קויפן די געביידע אין לעמבערג, וואלט ער דאך געבליבן וואוינען דארט נאך אסאך יארן, נישט האבנדיג א סיבה צו פארלאזן די שטאט, און דאן וואלט ער געטיילט דעם זעלבן גורל ווי די אנדערע פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון לעמבערג, וועלכע זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם אין די שרעקליכע מלחמה יארן, הי"ד. פון הימל האט מען אבער צוגעפירט אז רבי מרדכי יעקב זאל בלייבן לעבן, אלעס אדאנק די ארימקייט וואס ער האט נישט געקענט קויפן דעם בנין, און ער איז אריבער קיין דייטשלאנד, און פון דארט האט ער נאך געקענט אנטלויפן קיין שווייץ, וואו ער האט געקענט זיצן במנוחת הנפש און לערנען, ווייל שווייץ איז דאך נישט געווען פארמישט אין דער מלחמה. אזוי איז הרב ברייש געראטעוועט געווארן מיט זיין משפחה.
אזוי זעען מיר ווי דער באשעפער פירט די וועלט פאר די טובה פונעם מענטש, און אמאל איז די ארימקייט נאר א וועג צו פירן דערצו אז ער זאל בלייבן לעבן מיט זיין גאנצע משפחה.
מן הבאר
מיר געפינען ביי יצחק אבינו ע"ה, אז עס זענען ביי אים געבוירן געווארן קינדער ערשט צוואנציג יאר נאך דער חתונה, און אויך דארט האט צום סוף זיך ארויסגעשטעלט אז אלעס איז געווען לטובה, ווייל די פיר הונדערט יאר פון גלות מצרים האבן זיך אנגעהויבן פון ווען יצחק איז געבוירן געווארן, אבער דער שיעבוד אין מצרים האט למעשה זיך אנגעהויבן ערשט ווען דער לעצטער פון די שבטים - לוי - איז נפטר געווארן (לוי האט געלעבט אין מצרים 94 יאר). קומט אויס אז די צוואנציג יאר וואס יצחק האט געווארט אויף יעקב'ס געבורט, האט ממילא צוריקגעהאלטן דעם געבורט פון די שבטים, יעקב'ס קינדער, און אזוי זענען זיי נפטר געווארן שפעטער, און ממילא איז דער שיעבוד געווען ווייניגער מיט צוואנציג יאר. אזוי איז ביי יעדער זאך אין לעבן, אז דער אויבערשטער פירט אלעס אז עס זאל ארויסקומען נאר טובות פאר'ן מענטש.
נאך מער, רש"י זאגט אין דער היינטיגער פרשה (כה, ל) אז אברהם אבינו ע"ה איז נפטר געווארן אין דעם טאג ווען יעקב האט געקאכט די לינדזן און עשו האט אים פארקויפט די בכורה, כדי אברהם זאל נישט זען ווי זיין אייניקל עשו גייט ארויס לתרבות רעה, ווייל דאס וועט נישט זיין דער 'שיבה טובה' וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעזאגט (בראשית טו, טו). צוליב דעם האט דער אויבערשטער צוגענומען פינף יאר פון אברהם'ס לעבן. קומט אויס, אז אויב רבקה וואלט נישט געווען אן עקרה און יצחק וואלט באלד געהאט קינדער, וואלט דער אויבערשטער געדארפט נאך מער פארקירצן אברהם'ס יארן, וועגן דעם האט יצחק נישט געהאט קיין קינדער באלד נאך דער חתונה, כדי אברהם זאל לעבן לענגער, און נאר נאך דעם ווי ער האט אסאך געבעטן, איז רבקה געהאלפן געווארן מיט קינדער, און דורך דעם האבן געפעלט בלויז פינף יאר פון אברהם'ס יארן.
צו דעם האט צוגעלייגט דער גאון רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל גאב"ד ירושלים (געברענגט אין ספר 'חכמת חיים'), אז די ווערטער 'ויעתר לו ה'', באטרעפן 748, אזוי ווי 'חמש שנים'... און ווען דער גאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט געהערט דאס ווארט פון רבי יוסף חיים, האט ער געזאגט, 'איך בין זיכער אז די דאזיגע גימטריא איז געזאגט געווארן מיט רוח הקודש'.
מען דארף אייביג געדענקען, אז 'כל מאי דעביד רחמנא לטב עביד', אלעס איז פאר די טובה פון מענטש. אמאל זעט דער מענטש באלד די טובה וואס איז באהאלטן דערין, און אמאל זעט מען עס שפעטער. דער מענטש מיט זיין קורצזיכטיגן בליק און קליינעם פארשטאנד, ווייסט נישט ווי אזוי דער אויבערשטער דרייט מיט דער גאנצער וועלט, צו ברענגען אלעס צו א גוטן תכלית.
ד. אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער סדרה (כז, א) 'ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות', ברענגט דער 'פנינים יקרים החדש' (ד"ה 'במדרש שוחר טוב'), א מדרש וואס דערציילט (ב"ר פס"ה, י), 'אז בשעת ווען יצחק אבינו ע"ה איז געלעגן אויף די עקידה, האט ער געזען די הייליגע שכינה און ס'איז נגזר געווארן אויף אים מיתה רח"ל (אזוי ווי נדב ואביהוא זענען נפטר געווארן יונגערהייט ווען זיי האבן געקוקט אויף די שכינה), און דעריבער איז ער געווארן א סגי נהור ל"ע ווייל 'סומא חשוב כמת' (נדרים סד:). איי, וועסטו פרעגן, אויב אזוי פארוואס איז ער נישט געווארן א סגי נהור באלד בשעת די עקידה (ווען ער האט געזען די שכינה), איז דער תירוץ, ווייל דעמאלס האט יצחק נאך נישט געהאט קינדער, און מיט דעם אליין ווערט ער אויך גערעכנט ווי א מת ל"ע, ממילא האט מען אים געקענט איבערלאזן מיט זיין זע-קראפט, נאר 'ויהי כי זקן יצחק', און ער האט שוין געהאט קינדער (ער איז שוין דעמאלס אלט געווען זעכציג יאר, און די משנה זאגט אין מסכת אבות, 'בן ששים לזקנה'). ממילא, האט ער געמוזט צוקומען צו פארלירן דעם כח הראי' רח"ל. קומט אויס, אז דאס וואס ער האט ביי די עקידה נאך נישט געהאט קינדער, האט אים געראטעוועט פון זיין בלינד, און אויך די בלינדקייט שפעטער האט געראטעוועט זיין לעבן.
פון דעם קענען מיר לערנען, אז דער מענטש טאר זיך נישט אפ רעדן און וויינען ווען עס פעלט אים עפעס, ווייל מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס פאר א צרה ער טוט זיך איינשפארן אין זכות פון דעם ווייטאג וואס ער גייט יעצט אריבער!
ה. מ'דערציילט, אין א געוויסער שטאט איז דער 'גבאי' אין שול געווען א גרויסער עם הארץ, אזוי ווייט אז ער האט אפילו נישט געקענט לייענען און שרייבן. ווען ער האט געדארפט אונטערשרייבן א דאקומענט, האט ער עפעס 'אפגעפאטשקעט'... אבער אלעס האט זיך געפירט ווי געהעריג. די מתפללים אין שול זענען געווען צופרידן פון אים, אלע האבן אים ליב געהאט און געשעצט אלס גבאי.
ויהי היום, ווען דער רב פון שול איז נפטר געווארן און מ'האט אויפגענומען א נייעם רב אויף זיין ארט. ווען דער נייער רב האט איבערגענומען דאס רבנות, האט ער באשלאסן צוזאמען מיט די 'טובי העיר' איבערצוקוקן און איינפירן פונדאסניי די 'הוצאות' און 'הכנסות' פון דער שול, מיט א פונקטליכן חשבון. וואס זאלן זיי אבער טוהן, דער גבאי קען דאך נישט לייענען און שרייבן, און קיין ביכער קען ער אוודאי נישט פירן... האט מען אים בלית ברירה אפגעזאגט פון זיין גבאות-פאסטן, און אים פארגיטיגט מיט א שיינע סומע געלט.
דער גבאי האט פארלאזט די שול מיט א פעקל געלט אין טאש, פול מיט זארג און צער, וואס וועט זיין, פון וואו וועט ער נעמען פרנסה. ער האט זיך געדרייט אויפ'ן גאס, ביז ער האט זיך געפונען ביים וואלד נעבן דער שטאט. האט ער געטראכט ביי זיך, דא פארן דאך אדורך יעדן טאג צענדליגער מענטשן, און ס'איז נישט דא אן ארט פאר די דורכפארער וואו אראפצולייגן דעם קאפ זיך אפצורוהען אביסל און זיך דערכאפן דאס הארץ. כ'וועל דיר דא אויפבויען א קליין הייזקעלע, אריינברענגען טישן און בענקלעך מיט מזונות און געטראנקען, און פון פארקויפן די עסן מיט די געטראנקען וועל איך צוביסלעך פארדינען עפעס צום לעבן... אומר ועושה, ער האט געקויפט אן ארט און געבויט א הייזקע, און אויפגעשטעלט א 'קרעטשמע', וואס האט אים טאקע אריינגעברענגט א שיינע הכנסה, און צוביסלעך האט ער באקומען א גוטע נאמען ביי אלע אדורך-גייער און די פרנסה האט זיך גענומען בליען ביז ער איז צום סוף געווארן א שיינער עושר. אזוי האט ער געעפענט נאך א קרעטשמע, און אין די אוונט-שעה'ן, פלעגט ער אריינלייגן אין באנק דאס געלט וואס ער האט פארדינט במשך פונעם טאג.
אזוי ווי זיין באנק-קאנטע איז געוואקסן פון טאג צו טאג, האט ער איין טאג באקומען א רוף פון דעם דירעקטאר פון דער באנק, וועלכער האט אים געזאגט, איך זע אז דיין חשבון אין באנק וואקסט פון טאג צו טאג... קום, לאמיר אינוועסטירן דיין געלט אין א געשעפט, אדרבה, ער איז אריבערגעקומען צום באנק און ווען די דירעקטאר פון דער באנק האט אים געגעבן פאפירן אונטערצושרייבן, האט ער סתם 'אנגעפאטשקעט', נישט קענענדיג אונטערשרייבן ווי געהעריג. האט דער דירעקטאר פון דער באנק אים געזאגט: פאר אזא גרויס געשעפט וואס מיר ווילן דא מאכן, דארפסטו זיך אונטערשרייבן געהעריג. האט דער איד געענטפערט, 'איך קען דאך נישט שרייבן אדער לייענען'... האט דער דירעקטאר פון דער באנק זיך געוואונדערט: אזא גרויסער עושר ווי דו, זאל נישט קענען אונטערשרייבן זיין נאמען אויף א דאקומענט?... האט דער עושר אים געענטפערט: אויב איך וואלט געקענט לייענען און שרייבן, וואלט איך דאך נאך אלץ געווען דער 'גבאי' אין דער קליינער שול, מיט א מינימאלן געהאלט.
פון דער מעשה, קענען מיר לערנען א לימוד וועגן אמונה פשוטה. מ'האט אפגעזאגט דעם איד פון דער ארבעט אלס גבאי, וואו אלע האבן אים ליב געהאט, מ'האט אים ממש ארויסגעווארפן אויף דער גאס ווייל ער האט נישט געקענט שרייבן, און ער האט נישט געהאט קיין אנונג פון וואו ער וועט נעמען פרנסה פאר זיך און די משפחה, און פאקטיש, איז דייקא פון דעם דאזיגן נידעריגן ארט איז געקומען זיין ישועה, און ער איז געווארן רייך...
נאך א לימוד קען מען לערנען פון דער מעשה, וועגן דעם ענין פון השתדלות. דער מענטש רעדט זיך איין אז זיין השתדלות ברענגט אים די פרנסה, און דאס איז גורם אז ער זאל טראכטן 'כוחי ועוצם ידי', און צוליב דעם גייט ער צומאל ארויס פון שול אינמיטן דאווענען, ווייל ער מיינט אז ער וועט פארדינען מער געלט אויב ער וועט ארבעטן לענגערע שעות. דא האט מען אבער געזען, אז אויב דער 'גבאי' וואלט געווען א בעל כשרון, וואלט ער געבליבן מיט זיין מינימאלן געהאלט, און דייקא צוליב זיין 'אומוויסנהייט', איז ער געווארן גאר רייך. און נישט נאר דאס, נאר אזוי לאנג ווי ער איז געווען גבאי און האט זיך פארלאזט אויף זיין 'אונטערשרייבן', איז ער נאך נישט געווען רייך, נאר ווען ער האט אויפגעהערט זיך צו פארלאזן אויך אויף זיין 'פאטשקעריי', ווייל מ'האט אים אוועקגעשיקט פון גבאות, און ער האט פארשטאנען אז ער האט נישט קיין שום וועג צו האבן פרנסה, ער איז אנגעוויזן נאר אויף די חסדים פון באשעפער, איז ער געווארן אזוי רייך.
דער דריטער לימוד איז, ווי דער מענטש דארף זען בייצושטיין די נסיונות פונעם יצר. אט האט דער באנק-דירעקטאר אים געפרעגט א 'מורא'דיגע קשיא'. דו ביזט דאך אזוי רייך, ווי אזוי איז מעגליך אז דו קענסט נישט לייענען און שרייבן... און דער עושר האט אים באוויזן, אז דייקא ווייל ער קען גארנישט, איז ער געווארן רייך.
דאס זעלבע איז מיט'ן יצר הרע, דער יצר וויל אונז איינרעדן אז מיר זענען פול מיט חסרונות, מיט נידעריגע תאוות רח"ל, דארף מען אים ענטפערן: אדרבה, לויט מיינע פילע חסרונות, אזוי חשוב בין איך. דער 'רייכטום' אין רוחניות קומט לויט דעם גרויסן חסרון 'לפום צערא אגרא'...
א איד האט זיך אראפגערעדט פון הארצן פאר'ן בעל שם טוב הקדוש זי"ע, איבער זיין שווערן מצב אין פרנסה. ער האט געזאגט, ביז יעצט, האט זיך עס געהאנדלט בלויז אין ברויט צו עסן פאר די משפחה, האב איך זיך נישט באקלאגט אויף מיין מצב, אבער יעצט איז מיין טאכטער אונטערגעוואקסן ב"ה, און ס'איז שוין געקומען די צייט צו רעדן פאר איר שידוכים, און מיר זוכן א בחור א תלמיד חכם און ירא שמים, אבער מיר האבן נישט אפילו א פרוטה צו געבן פאר'ן 'נדן'.
האט דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע אים געהייסן ארויסגיין האנדלען אויפ'ן מארק, און דער ערשטער 'מקח' וואס עס וועט אים אונטערקומען, זאל ער קויפן, און פון דעם וועט ער פארדינען שיין, און זיין מזל וועט אויפשיינען.
האט דער איד זיך בארואיגט און זיך ארויסגעלאזט אין וועג. ווען ס'איז געווארן נאכט, איז ער אריין אין א קרעטשמע אונטערוועגנס צו כאפן א דרימל. וויבאלד א 'בעט' אין דער קרעטשמע האט געקאסט הונדערט רובל, און זיין גאנצער פארמעגן איז באשטאנען בלויז פון הונדערט רובל, האט ער באשלאסן זיך צו לייגן אויף א באנק אינעם פאדער-צימער פון דער קרעטשמע.
בשעת ער איז אזוי געלעגן אויף דער באנק, זענען דערווייל אנגעקומען אין דער קרעטשמע עטליכע 'פרייע' אידן, סוחרים, וועלכע זענען געווען אויפ'ן וועג צוריק פון א גרויסן 'יריד', וואו זיי האבן פארדינט אסאך געלט, און זיי האבן זיך אראפגעזעצט עסן א סעודה.
אינמיטן דער סעודה, האבן זיי גערעדט הויך אויפ'ן קול נארישע רייד, און אפגעלאכט פון אלעם הייליג ביי אידן. אינעם שמועס, האט איינער פון זיי אויסגערופן הויך אויפ'ן קול, אז ער איז גרייט צו פארקויפן זיין גאנצן חלק אין עולם הבא פאר הונדערט רובל. ווען דער חסיד (וועלכער איז געלעגן אויפ'ן באנק אין פאדער-צימער) האט געהערט וואס דער פראסטאק זאגט, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז דאך דאס ערשטע 'געשעפט' וואס איז מיר אונטערגעקומען זייענדיג אויפ'ן וועג. ממילא, וועל איך פאלגן וואס מיין רבי דער בעל שם טוב האט געזאגט, און כ'וועל אפקויפן פון דעם איד זיין חלק אין עולם הבא...
ער האט נישט לאנג געטראכט, ער איז אויפגעשטאנען פון זיין ארט און איז צוגעגאנגען צו יענעם לץ, און אים געזאגט, כ'בין גרייט אפצוקויפן דיין חלק אין עולם הבא, נאדיר הונדערט רובל, און פארקויף מיר דיין חלק לעולם הבא, אבער מיט'ן תנאי, דו זאלסט אוועקשטעלן עדים און אונטערשרייבן א 'שטר מכירה' כדת וכדין. זיי האבן אזוי געטוהן, און זענען זיך געגאנגען יעדער אויף זיין וועג.
ווען יענער לץ איז אהיים געקומען און דערציילט פאר זיין ווייב אלעס וואס האט מיט אים פאסירט אונטערוועגנס, און ווי ער האט פארדינט גאר אסאך געלט, האט ער צוגעלייגט, 'איך האב צום סוף אויך 'פארדינט' נאך הונדערט רובל, פאר מיין חלק אין עולם הבא'... איז דאס ווייב געווארן דערציטערט, און באפוילן פאר איר מאן שוין אויפצוזוכן יענעם חסיד וואס האט געקויפט זיין חלק לעולם הבא, און ער זאל אים בעטן ער זאל צוריקציען פונעם מקח. אויב דו וועסט עס נישט טוהן - האט זי אים געסטראשעט - וויל איך א גט פון דיר, שוין דא אויפ'ן ארט, ווייל איך וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט נישט קיין חלק ונחלה מיט אלע אידן אויף יענער וועלט...
האט דער מאן אנגעהויבן בעטן זיין פרוי זי זאל נישט מאכן אזא טומל פון דער גאנצער מעשה, ווייל באמת איז אלעס נאר געווען א 'שפאס' וואס ער האט געמאכט מיט יענעם, און ער האט עס נישט געמיינט ערנסט. זי האט אבער נישט געוואלט הערן קיין ווארט, נאר זי וועט אויסדריקליך נישט מסכים זיין צו וואוינען ווייטער מיט אים, אויב זי וועט נישט זען דעם שטר צעריסן אויף שטיקלעך.
בלית ברירה, איז דער לץ נאכגעפארן דעם חסיד, און ווען ער האט אים באגעגענט, האט ער זיך געבעטן ביי אים בטל צו מאכן דעם מקח. דער חסיד האט אבער נישט געוואלט הערן דערפון, ער וועט נישט צוריקציען פונעם מקח, אויך אויב ער וועט אים געבן צען מאל אזוי פיל געלט. האט דער פארקויפער אים געפרעגט, פאר וויפיל געלט טוסטו 'שאצן' מיין קליינעם חלק אין עולם הבא? האט דער חסיד געענטפערט, לויט מיין מיינונג, איז דיין חלק אין עולם הבא ווערט אמווייניגסטענס 250 טויזנט רובל... דאס איז געווען א ריזיגע סומע, פון וועלכער דער חסיד האט געקענט חתונה מאכן אלע זיינע טעכטער מיט גרויס הרחבה, און אפילו שענקען א 'נדן' ווי ס'דארף צו זיין. נישט האבנ'דיג קיין אנדערע ברירה, האט דער לץ פארקויפט עטליכע טייערע חפצים, און ווען ער האט שוין געהאט אין האנט די גאנצע 250 טויזנט רובל, האט ער עס איבערגעגעבן פאר דעם חסיד, וועלכער האט אים צוריקגעגעבן דעם שטר מכירה. ער איז אהיים געגאנגען, געוויזן פאר די בני בית דעם שטר, און עס צעריסן, און 'שלום על ישראל'.
שפעטער איז דער חסיד צוריקגעגאנגען צום בעל שם טוב הקדוש, און ער האט געפרעגט דעם בעל שם טוב: רבי, ממה נפשך, האב איך דא געטוהן א מעשה פון א גניבה. אויב דער גאנצער חלק פונעם לץ אין עולם הבא איז נישט ווערד געווען מער ווי 100 רובל, האב איך דאך נישט געטארט נעמען דערפאר יעצט 250 טויזנט רובל... און אויב ס'איז יא ווערד געווען 250 טויזנט רובל, קומט אויס אז לכתחילה איז דאס 'געשעפט' צווישן אונז געווען א 'מקח טעות', ווען ער האט עס מיר פארקויפט פאר 100 רובל, איז דאך זיין 'עולם הבא' בכלל נישט אריינגעקומען אין מיין רשות...
האט דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע אים געענטפערט: ניין, דא איז נישט געווען נישט א מקח טעות, און נישט קיין 'אונאה'. סיי אין אנהייב, סיי ביים סוף, ווייל די ווערד פון א איד'ס חלק אין עולם הבא, רעכנט זיך לויט ווי דער בעה"ב דערפון שאצט עס. ממילא, אין אנהייב ווען זיין גאנצער עולם הבא איז נישט געווען ווערד אין זיינע אויגן מער ווי הונדערט רובל, איז דאס געווען די ריכטיגע שאצונג, אבער צום סוף, ווען ער האט אנערקענט די ווערד דערפון און איז געווען גרייט צו באצאלן דערפאר 250 טויזנט רובל, האט ער דאך אליין געהויבן די ווערד דערפון ביז'ן דאזיגן סכום.
דאס קען זיין די כוונה אין דעם 'געשעפט' וואס יעקב און עשו האבן געמאכט, ווען יעקב האט באצאלט עשו'ן פאר דער בכורה א 'נזיד עדשים', און ס'איז נישט געווען א 'מקח טעות' (וואס די בכורה איז דאך באמת ווערד פיל מער), ווייל אין עשו'ס אויגן, איז די בכורה באמת נישט ווערד געווען מער ווי א טאפ געקאכטע לינדזן... ממילא, איז עס געווען אן אמת'דיגער מקח.
לדידן ייאמר, ביי אלע ענינים פון עבודת ה', לויט ווי א איד שאצט זיין אייגענע עבודה, אזוי פיל איז עס ווערד אויבן אין הימל. ווי אזוי קען מען וויסן וויפיל א איד שאצט זיין עבודה? איז דער תירוץ, לויט'ן חיות, הארץ און 'ברען' וואס ער שפירט ווען ער דינט דעם אויבערשטען מיט תורה און תפילה...
ו. אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער פרשה (כז, א) 'ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות', זאגט רש"י אין צווייטן פשט, אז ווען יצחק אבינו ע"ה איז געברענגט געווארן אויף דער עקידה און אברהם האט אים געוואלט שחט'ן, האבן זיך געעפענט די הימלען און די מלאכים האבן געזען די עקידה, און זיי האבן געוויינט, און זייערע טרערן זענען אראפגעפאלן אויף יצחק'ס אויגן, און פון דעם איז ער געווארן א סגי נהור. דארף מען פארשטיין, פארוואס האט מען געדארפט עפענען די הימלען אז די מלאכים זאלן זען וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט, אז אברהם ברענגט זיין זון יצחק אויף דער עקידה?
איז דער תירוץ, אז באמת זעען די מלאכים סיי-ווי אלעס אין הימל, און זיי וואלטן געוואוסט אז אברהם ברענגט יצחק'ן אויף דער עקידה, נאר וואס דען, דארט וויינט מען נישט דערויף ווייל מ'זעט דארט נאר די טובה וואס איז באהאלטן דערין, און אויף א גוטע זאך און א ברכה וויינט מען נישט. וועגן דעם האט אויסגעפעלט צו עפענען די הימלען, אזוי ווען זיי קוקן אראפ אויף דער וועלט, און שפירן מיט ווי אידישע קינדער פלאגן זיך און ליידן יסורים ל"ע, דאן וויינען זיי אויף דעם אן אויפהער, און דערפאר האבן זיי געוויינט און יצחק האט פארלוירן די ראי'.
אויף די פריער דערמאנטע ווערטער פון רש"י אז דער אויבערשטער האט פארקירצט דאס לעבן פון אברהם אבינו ע"ה מיט פינף יאר כדי ער זאל נישט זען ווי עשו גייט ארויס לתרבות רעה, איז לכאורה שווער, וואס האט אברהם 'פארדינט' פון דעם וואס ער איז אוועק פון דער וועלט פינף יאר פאר דער צייט, אויך נאכ'ן ארויפגיין אין הימל האט ער דאך געזען דארט אלעס וואס עשו טוט דא אויף דער וועלט...
איז דער תירוץ, אז אויך וואס עס זעט אויס אויף דער וועלט ווי די שווערסטע זאך, אבער ווען מען איז שוין אין הימל זעט מען די טובה וואס קען ארויסקומען דערפון. ממילא, אויב אברהם וואלט נסתלק געווארן אין דער באשטימטער צייט און ער וואלט געזען דא, אויף דער וועלט, עשו'ס שלעכטע אויפפירונג, וואלט ער געהאט גרויס צער דערפון, וועגן דעם איז ער נסתלק געווארן פינף יאר פריער. ווען ער איז אבער ארויפגעקומען אין הימל און געזען דאס וואס ער האט געזען, האט ער גוט פארשטאנען אז דא איז נישט פארהאן א רעה, נאר א גרויסע טובה, ווי די ספרים הקדושים זאגן, אז כדי יעקב אבינו ע"ה זאל זוכה זיין צו זען 'מטתו שלימה', ווי עס שפראצט אויף פון אים כלל ישראל בקדושה ובטהרה, האט עשו געדארפט ארויסקומען פון יצחק און מאכן א 'בירור' פונעם 'פסולת', אזוי האט יעקב געקענט זיין אן 'איש תם', מיט דער פולער שלימות.
מ'דערציילט, אז ווען דער גראדזשיסקער רבי, הרה"ק רבי ישראל זי"ע הי"ד (בעל 'אמונת ישראל'), איז אין דער ביטערער צווייטער וועלט מלחמה וואו ער איז ליידער אומגעקומען א מות קדושים, שוין געשטאנען אין טויט לאגער ממש פאר'ן אומקום, האבן די ארומיגע אידן אים געבעטן ער זאל זיי זאגן א ווארט פון חיזוק אין אמונה. האט דער גראדזשיסקער רבי זיי געזאגט: באלד וועלן מיר ארויפגיין אין הימל, און 'דארט' וועלן מיר זען אז אלע צרות מיר ליידן דא זעען אויס אינגאנצן אנדערש ווי דא, אויף דער וועלט. ממילא טאר מען נישט ווערן געפאלן ביי זיך...
עס שטייט אין ספה"ק 'קדושת לוי' (פרשתינו, ד"ה אם תעשה), אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער פרשה (כו, כט) 'אם תעשה עמנו רעה כאשר לא נגענוך'. עס איז באקאנט וואס דער 'בעל הטורים' שרייבט, אז אבימלך האט געוואלט שלעכטס טוהן פאר יצחק, נאר דער אויבערשטער האט עס איבערגעדרייט לטובה, ווייל דער אויבערשטער דרייט אלעס איבער צום גוטן.
אויף דעם זאגט דער 'קדושת לוי' זי"ע, אז דאס איז די כוונה פון די ווערטער וואס אבימלך האט געזאגט, 'אם תעשה עמנו רעה' - אויב דו וועסט וועלן שלעכטס טוהן מיט אונז, וועט עס אוודאי זיך איבערדרייען צום גוטן, און א ראי' האסטו, 'כאשר לא נגענוך' - מיר האבן געוואלט שלעכטס טוהן מיט דיר, און דער אויבערשטער האט עס איבערגעדרייט צום גוטן, און מיר האבן געטוהן מיט דיר נאר גוטס. און וויבאלד דעם באשעפער'ס מדה איז צו טוהן נאר גוטס, איז אויך אויב דו וועסט אונז וועלן שלעכטס טוהן ח"ו, וועט עס איבערגעדרייט ווערן צום גוטן. ממילא, איז בעסער אז דו זאלסט טוהן מיט אונז א טובה, ווייל צום סוף וועט עס דאך סיי-ווי זיין צום גוטן, עכדה"ק.
די כוונה דערפון איז, אזוי ווי דער 'בעל הטורים' שרייבט, אז אין אנהייב האט אבימלך געוואלט הרג'נען יצחק, אבער עס איז אים נישט געלונגען. אדרבה, נישט נאר וואס דער אויבערשטער האט אים געהאלפן, נאר אבימלך האט אים נאך געדארפט טוהן א טובה, און יצחק האט דארט פארדינט 'מאה שערים'. ער האט געטראפן ברונעמס מיט וואסער, און זיין פארמעגן איז דארט פארגרעסערט געווארן, ווייל דער אויבערשטער האט איבערגעדרייט צום גוטן אלע שלעכטע פלענער פון אבימלך.
ווען אבימלך האט געזען די גרויסע וואונדער, ווי דער באשעפער האט אלעס איבערגעדרייט פאר יצחק אבינו ע"ה צום גוטן, האט ער עס אויך גוט פארשטאנען, ביז ער האט אליין געזאגט צו יצחק: דו וועסט מיר נישט קענען שלעכטס טוהן, ווייל יעצט גלייב איך אין דעם אויבערשטען וואס האט באשאפן הימל און ערד. ס'איז ביי מיר קלאר, אז אויב דו וועסט מיר וועלן שלעכטס טוהן וועט דער אויבערשטער איבערדרייען אלעס פאר מיר צום גוטן.