ענדלאזע השפעות טובות!
וְיִתֶן לְך הָאֱלֹהִים מִט ל הַשָמַיִם ומִשְמַנֵּי הָאָרֶץ וְרֹב דָגָן וְתִירש (כז, כח)
[יצחק האט געבענטשט יעקב'ן:] און דער אויבערשטער זאל דיר געבן פון די טוי פון הימל, און פון די פעטקייט פון דער ערד, און פיל תבואה מיט וויין
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע ערקלערט: עס זענען פארהאן צוויי אופנים וויאזוי דער אויבערשטער איז משפיע השפעות טובות: אדער דורך אונזערע מעשים טובים, דאס ווערט אנגערופן 'אתערותא דלתתא', אדער איז דער אויבערשטער משפיע א מתנת חינם נאר פאר זיינעטוועגן, דאס ווערט אנגערופן 'אתערותא דלעילא'.
די שפע וואס קומט נאר פון אויבן, ווערט אנגערופן מיטן נאמען 'טל' [טוי], ווייל פונקט ווי טוי קומט אראפ יעדן איינציגן טאג (תענית ג.), דאס זעלבע איז מיט די שפע, ווייל דאס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, און דאס איז אינגאנצן נישט געוואנדן אין אונזערע גוטע מעשים, נאר דאס קומט אלעמאל צוליב די רחמנות פון השי"ת. און די שפע וואס קומט דורך אונזערע גוטע מעשים, דאס ווערט אנגערופן 'רעגן', ווייל דאס איז פונקט ווי רעגן וואס קומט נאר דורך די פאַרע וואס קומט ארויף פון דער וועלט, דאס זעלבע קומט די שפע נאר דורך די מעשים טובים פון דער וועלט.
מ'קען זען בחוש, אז 'טוי' מאכט נאר וואקסן געציילטע לייכטע זאכן, אבער רעגן מאכט וואקסן אלע סארט געוואוקסן, און אלע אביעקטן. די סיבה דערצו איז, וויבאלד די רעגן קומט דורך די גשמיות'דיגע ערד, דעריבער האט דאס א כח צו מאכן וואקסן די גשמיות'דיגע עניינים, אבער טוי וואס קומט בלויז פון אויבן, דעריבער איז דאס לויטער רוחניות, און דאס קען נישט משפיע זיין קיין גשמיות'דיגע שפע.
אזוי איז אויך מיט די הייליגע שפע וואס קומט פון אויבן, אז די שפע וואס קומט דורך אונזערע מעשים, דאס קען ברענגען גשמיות'דיגע השפעות, אבער די שפע וואס קומט נאר צוליב דעם אויבערשטנ'ס רחמנות, דאס קען כמעט נישט ברענגען קיין גשמיות'דיגע השפעות.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק, אז יצחק האט געבענטשט יעקב: "וְיִתֶן לְך הָאֱלֹהִים מִט ל הַשָמַיִם" - דער אויבערשטער זאל דיר משפיע זיין פון די טוי פון הימל, וואס דאס איז מרמז אויף די שפע וואס קומט בלויז צוליב זיין רחמנות, אפילו אויב ס'קומט זיך אונז נישט, "ומִשְמַנֵּי הָאָרֶץ וְרֹב דָגָן וְתִירש" – און מיט דעם אלעם זאל די שפע אויך ברענגען אלע גשמיות'דיגע השפעות, פרנסה, און אלע געברויכן, ווייל דער אויבערשטער קען אלעס, און ער קען מאכן, אז די רוחניות'דיגע שפע זאל אויך ברענגען גשמיות'דיגע גוטס .
יח יח דברי חיים: בפסוק ויתן האלקים מטל השמים ומשמני הארץ ונ"ל דהנה מצינו שיש שפע מה שהקב"ה משפיע על ידי מעשים טובים וזה מקרי אתערותא דלתתא ויש שפע שהקב"ה מתעורר למענו וזה מקרי אתערותא דלעילא וזה מכונה בבחינת טל שאינו נעצר לעולם (תענית ג ע"א), כי לולא רחמיו עמנו אף על פי שאיננו כדאי לא היה יכול העולם להתקיים ובחינת אתערותא דלתתא מכונה בבחינת גשם שאדים עולים מתתא ומתעוררים למעלה. והנה ידוע בחוש שגם הטל הוא מצמיח איזה דברים קלים אך הגשם הוא מצמיח כל דברים גשמים משום שיש בו כח ובחינת שמנונית שעולה מן הארץ אך הטל הוא רוחני וכדוגמת זה הוא בשפע הקדושה השפעת מלמעלה הוא בדרך זה ולכן ברכו יצחק ליעקב שהקב"ה יתן לו מטל השמים היינו מאתערותא דלעילא ואף על פי כן יהיה בו השפעות כל טוב מגשמיות גם כן ומשמני הארץ וד"ל.