Skip to content

אפילו אויב דאס קינד פירט זיך נישט אויף גוט, זאל מען אים נישט דערווייטערן

וַיֶאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵּשָו כִי צַיִד בְפִיו וְרִבְקָה אֹהֶבֶת אֶת יַעֲקֹב (כה, כח)

און יצחק האט ליב געהאט עשיו, וויבאלד ער האט אים אויסגעפאפט מיט זיין מויל [-ער האט זיך געוויזן ווי אן ערליכער], און רבקה האט ליב געהאט יעקב

דער הייליגער מנוחת אשר פון טשענגער זי"ע ברענגט בשם זיין הייליגן טאטן (רבי שמואל פון סעטשע זי"ע), אז באמת האט יצחק יא געוואוסט אז עשיו איז נישט ערליך, ער האט אויפגעפאסט אז זיינע מעשים זענען נישט ווי ס'דארף צו זיין, אבער מיט דעם אלעם האט ער אים נישט ארויסגעוויזן קיין פיינטשאפט, און ער האט אים נישט דערווייטערט, ווייל ער האט מורא געהאט אז אויב וועט ער אים ווייזן אז ער איז נישט צופרידן פון אים, וועט אים עשיו אינגאנצן אפלאזן, און גיין דינען עבודה זרה חלילה, דעריבער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו ער האט אים ליב, אבער טיף אין הארץ האט ער נישט געהאלטן פון אים.

דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "וַיֶאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵּשָו" – יצחק האט ליב געהאט עשיו, אבער זיין גאנצע אהבה איז בלויז געווען: "כִי צַיִד ב פִיו" – א געפאָפטע מעשה, פונקט אזויווי עשיו האט פרובירט צו פאָפן און פארנארן זיין טאטן אז ער איז ערליך, כדי ער זאל אים ליב האבן, דאס זעלבע איז די אהבה פון יצחק צו עשיו בלויז געווען מיטן מויל, און נישט קיין אמת'ע אהבה פון הארץ, "וְרִבְקָה אֹהֶבֶת אֶת יַעֲקֹב" – אבער רבקה האט באמת ליב געהאט יעקב א טיפע און שלימות'דיגע אהבה .

ח ח מנוחת אשר: ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו ורבקה אוהבת את יעקב. בשם אאמ"ו הרב הגאון מוה"ר שמואל הלוי אב"ד דק"ק סעטשע שמעתי שיצחק אף שהי' מכיר ומרגיש במעשיו של עשו בכל זאת לא עצבו אביו להראות לו שמרגיש בו כיון דהי' מתירא שלא יניחנו וידבק בע"א ממש ולזה אוהבו אך בפיו ולבו בל עמו וזה שאמר הכתוב ויאהב יצחק את עשו כי, ר"ל אהבתו הי' ציד אותו רק בפיו, כמו שהי' באמת עשו ציד אביו בפיו להטעותו שיאהבנו כמו כן הי' אהבתו של יצחק אל עשו רק בפיו ורבקה אוהבת את יעקב ר"ל אהבה אמיתית כמו שראוי ודפח"ח שפתים ישק.

PDF Preview