"איך וואלט אזוי שטארק זיך געוואלט אוועקגעבן פאר עבודת השם"
וְהָיָה כַאֲשֶר תָרִיד ופָרַקְת עֻלו מֵּעַל צַוָארֶך (כז, מ)
און עס וועט זיין ווען דו וועסט אראפנידערן (זע רש"י), וועסטו קענען אפלאדענען זיין 'עול' פון דיין האלז
עס מאכט זיך אפט, אז צוליב די 'עול הפרנסה,' אדער אנדערע דאגות וואס ליגן אויף א מענטש, האט ער כמעט נישט קיין צייט צו לערנען, און ער האט נישט קיין מח און קיין כח זיך צו אריינלייגן אין עבודת ה,' און זיין הארץ ווייטאגט אים גאר שטארק דעררויף, ווייל באמת וואלט ער גאר שטארק זיך געוואלט אוועקגעבן פאר עבודת ה,' אבער וואס קען ער טון, ער איז דאך מחוייב צו שפייזן זיין משפחה וכו,' און ער שפירט זיך ווי א ליידיג-גייער און א פורק עול.
זאגט דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, אז דער פסוק קומט דא טרייסטן אזא מענטש, און איז אים מודיע, אז אויב ביזטו אנגעקומען צו אזא מצב נאר געצוואונגענערהייט, און דו ביזט צעבראכן דערפון, נישט חלילה דו פריידסט זיך און דו ביזט ח"ו צופרידן דערמיט, דעמאלטס ווערסטו בכלל נישט באטראכט ווי א 'פורק עול,' און עס ווערט נישט גערעכנט ווי אזא גרויסע עוולה.
דאס זאגט אונז דער פסוק: 'והיה כאשר תריד', עס איז באקאנט אז 'והיה' איז א לשון שמחה, און די כוונה איז, אז נאר אויב דו ביזט בשמחה פון דיין 'ירידה,' דעמאלטס 'ופרקת עולו', הייסטו א 'פורק עול.' אבער אויב דיין נידריגער מצב טוט דיך וויי, ביסטו בכלל נישט קיין פורק עול ח"ו, און עס ווערט נישט גערעכנט ווי אזא גרויסע שולד .
כא כא טהור רעיונים (ריש פר' כי תצא): והיה כאשר תריד ופרקת עולו. שמעתי מפי הצדיק ר"י הלוי נ"י, רצה לומר, כשתהיה לך שמחה במה שאתה מבטל מדברי תורה (והיה לשון שמחה), אז תחשב לפורק עול, מה שאין כן מי שמבטל מחמת עול פרנסה, אין עליו אשמת דבר כל כך.