בהשגחהבהשגחה דאס צעטל וואס האט געברענגט ערליכע קינדער
עס איז אומבאגרייפליך וואס א תפילה קען אלס אויפטון.
א איד האט מיר דערציילט א מעשה שהיה וואס ער קען פונדערנאנט: אין א שטוב וואס איז געווען גאנץ ווייט פון תורה און מצוות, זענען דריי קינדער געווארן ערליך אין א קורצע צייט אפשניט. די מאמע, האט נעבעך בכלל נישט געכאפט וואספארא מתנה זי האט דא באקומען. זי האט נישט אויפגעהערט צו וויינען, זי האט פשוט נישט געקענט פארשטיין וואס זי האט געטון אומריכטיג אז עס זאל איר פאסירן אזא "טראגעדיע", אז אירע קינדער זאלן "נעבעך" פרום ווערן...
איין טאג קלאפט א פרוי אן אין טיר, און פרעגט איר: "זאג מיר, וויאזוי האסטו זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער? וואס האסטו געטון דערפאר?" האט איר די מאמע געענטפערט אז זי האט גארנישט געטון; פארקערט, זי פארגיסט טייכן טרערן אז דאס איז געשען צו איר.
די פרוי האט פרובירט איר צו מסביר זיין וואספארא גליק ס'איז צו לעבן ווי א ערליכע איד, און זי האט איר ווייטער געפרעגט: "אפשר דאך קענסטו מיר זאגן, האסטו אפשר עפעס געטון צו האבן גוטע קינדער?" הערנדיג די ווערטער "גוטע קינדער", האט זיך די מאמע דערמאנט אז זי איז אמאל געווען ביי א "קירוב סעמינאר", וואו א רעדנער האט דארט געזאגט אז עס איז דא א געוויסע זאך וואס אויב מען זאגט עס, איז מען זוכה צו גוטע קינדער. וועלכע מאמע וויל דען נישט האבן גוטע קינדער? "איך האב גענומען דעם צעטל וואס מ'האט דארט געטיילט," זאגט זי, "און פאר א לאנגע צייט האב איך געזאגט וואס עס שטייט דארט געשריבן. באמת," פירט זי אויס, " האב איך נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס איך האב געזאגט..."
די פרוי האט איר געפרעגט צי זי האט נאך דעם צעטל. זי האט ארויסגעברענגט די "תפילת השל"ה".
זעט מען פון דעם וויאזוי די תפילה האט געארבעט און אויפגעטאן - אפילו ווען זי האט נישט געהאט קיין מושג וואס זי זאגט!
אויב אזוי, ווען א איד שטייט אין איז מתפלל מיט'ן גאנצן הארץ אויף סיי וואספארא זאך, קען מען זיך דאך נישט פארשטעלן וויפיל דאס טוט אויף!
שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער