דאס וואונדערליכע ליכטל
סיפורי אמונה וביטחון מצדיקי הדורות זי"ע
פאר וואס האט הרה"צ ר' יוסף יוזל "דער אלטער" פון נאווהארדאק, שטענדיג געהאלטן ביי זיך אן אויסגעברענטן וואקסענעם ליכט וואו אימער ער איז נאר געגאנגען?
ביים אלטן פון נאווהארדאק האט א קליינטשיג שטיקל פון א וואקסענע ליכט געהאט א ספעציעלע חשיבות. ער פלעגט עס שטענדיג האלטן ביי זיך, און עס האט אים באגלייט אין אלע זיינע וועגן.
די מעשה איז געווען ווי פאלגנד: אין א טונקעלער נאכט, איז דער אלטער געזעסן און געלערנט אין זיין קליינעם כאטקע, וואס ער האט זיך געבויט טיף אינמיטן א געדיכטן וואלד. זיצנדיג דארט אינאיינעם מיט איינעם פון זיינע תלמידים, אינגאנצן פארזונקען אין די הייליגע תורה, האט א קליינע ליכטל באלויכטן פארן רבין און תלמיד. פלוצלינג, אנגעהויבן צאנקען, און נאך עטליכע מינוט האט דאס ליכטל געגעבן א לעצטן צאפל, און זיך דערנאך פארלאשן. ס'איז געווארן חושך ואפילה.
פלוצלינג הערט דער תלמיד ווי די טיר עפנט זיך, און דער אלטער גייט ארויס אינדרויסן. דער תלמיד איז שנעל נאכגעלאפן זיין רבי'ן צו זען וואו ער גייט. ער איז שאקירט געווארן צו זען, אז דער אלטער גייט אריין צווישן די ביימער אין וואלד זוכן א ליכט. "רבי! א ליכט? יעצט? ביינאכט אינמיטן וואלד?" אבער רבי יוסף יוזל האט בלויז געמאכט א באוועגונג מיט זיין האנט, און ביז עטליכע סעקונדעס איז ער פארשוואונדן געווארן צווישן די ענדלאזע ביימער.
פלוצלינג הערט דער תלמיד דערנענטערנדע טריט, און א קורצע צייט שפעטער איז דער אלטער שוין געשטאנען דארט מיט א וואקסענע ליכט אין דער האנט. אן קיין איבריג ווארט האט ער עס אנגעצינדן, אוועקגעשטעלט אויפן ארט, און זיך צוריקגעזעצט לערנען ווי קיינמאל גארנישט. דער ערשטוינטער תלמיד האט אפילו נישט געהאט קיין צייט ארויסצוברענגען די פילע שאלות וואס האבן געברויזט אין זיין קאפ. ביידע זענען צוריק אריינגעשפרינגען אין דעם ים התורה.
אהיימגייענדיג אינדערפרי, האט דער תלמיד באמערקט נאך א מאדנע זאך: צו זיין גרויס וואונדער איז דער אלטער צוגעגאנגען צום לייכטער, אויסגעלאשן דאס ליכט — וואס האט שוין געהאלטן ביים אויסברענען — און עס אריינגעלייגט ביי זיך אין טאש. "זינט ווען קלויבט דער רבי שטיקלעך וואקס?" האט דער תלמיד זיך געוואונדערט, אבער דאס רעטעניש איז געבליבן אומפארענטפערט.
א שטיק צייט שפעטער, האט רבי יוסף יוזל גערעדט איבער דער גרויסער מדריגה פון מדת הבטחון אינעם באשעפער. רעדנדיג, האט ער ארויסגענומען דאס שטיקל וואקס פונעם טאש און אויסגערופן: "זעט איר? דאס דאזיגע ליכט איז א לעבעדיגע ראי' אויפן כח פון מדת הבטחון!" און דאן האט דער אלטער דערציילט די געשיכטע פונעם
האט
דאס
ליכט
ליכטל: יענע נאכט איז ער ארויס פון די בודקע זוכן א ליכט, כאטש עס איז אים בכלל נישט איינגעפאלן אז ס'זאל זיך יעצט פונקט דרייען א מענטש אינמיטן וואלד מיט א ליכט. די שטאט איז געווען זייער ווייט, און אפילו אויב ער וואלט יא געטראפן דעם וועג אהין און געפונען א ליכט, וואלט שוין ביז דעמאלט לאנג געווען טאג.
"פונדעסטוועגן," האט דער אלטער דערציילט, "בין איך ארויס פון די בודקע וויסנדיג ביי זיך אז איך דארף א ליכט אויף צו קענען לערנען תורה. מער פון דעם האט מיר נישט אינטערעסירט. און טאקע, נאך אפאר מינוט באגעגן איך א פויער וואס איז 'פונקט' דורכגעפארן, און 'פונקט' האט ער געהאט אן איבעריגן ליכט... אין אנפאנג האט דער גוי געבעטן א גאר הויכע פרייז פארן ליכט, אבער איך האב געהאט בטחון אז דער באשעפער וואס פירט די וועלט וועט מיר שיקן א ליכט פאר א יושר'דיגע פרייז. צום סוף איז דער פויער מיר נאכגעלאפן און מיר פארקויפט דאס ליכט פאר בלויז עטליכע פעני..."
אלע שאלות פונעם תלמיד זענען אויף איין מאל פארענטפערט