די טייערע הייליגע מידה פון ענוה!
דברי חיזוק - אידיש | November 14, 2026
וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר (כה, כג)
און דער גרויסער [עשיו] וועט דינען דעם קלענערן [יעקב]
דער הייליגער ריזשינער זי"ע האט ערקלערט דעם פסוק אויף דריי אופנים:
א] "וְרַב" – דער וואס האלט זיך גרויס, ער שפירט זיך דערהויבן ביי זיך, "יַעֲבֹד צָעִיר" – וועט אים דער אויבערשטער מאכן קליין.
ב] "וְרַב" – וועמען מאכט דער אויבערשטער גרויס? "יַעֲבֹד צָעִיר" – דער וואס האלט זיך קליין.
ג] "וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר" – מען דארף אסאך ("ורב") ארבעטן, ביז מען איז זוכה צו דער מידה פון ענוה, זיך צו האלטן קליין .
ה ה עירין קדישין (החדש): ורב יעבוד צעיר. הרה"ק מרוז'ין זצ"ל אמר לפרש את הכתוב בג' אופנים: א] 'ורב' מי שהוא אצל עצמו רב ובעל גאה ורם לבב 'יעבוד צעיר' עושה אותו הקב"ה 'צעיר,' ב] 'ורב' למי עושה הקב"ה רב וגדול, 'יעבוד צעיר' מי שמקטין את עצמו. ג] 'ורב יעבוד צעיר' על האדם לעבוד הרבה עד שיוכל להיות קטן.
View The Full Article (PDF)