דיין 'רצון' אליינס וועט דיר ברענגען אסאך שכר!
עֵּקֶב אֲשֶר שָמַע אַבְרָהָם בְקֹלִי וַיִשְמֹר מִשמַרְתִי מִצְוֹתַי חֻקוֹתַי וְתוֹרֹתָי (כו, ה)
וויבאלד אברהם אבינו האט צוגעהערט מיין קול, און ער האט אפגעהיטן מיין אפהיטונג
דער הייליגער אור לשמים זי"ע שרייבט: עס ווערט געברענגט (ליקוטי תורה), אז דאס ווארט 'עקב' איז די זעלבע גימטריא פון 'ענבים' [172,] וואס דער באדייט דערפון איז 'טרויבן', און דאס איז מרמז אויף דעם געוואלדיגן שכר צו וואס מיר וועלן זוכה זיין לעתיד, וואס ווערט פאָרגעשטעלט ווי גוטע וויין (זע ברכות לד:; זוהר הק', ח"ב, קמז.).
יעדער איד וואס איז מקבל אויף זיך מיט א פעסטע רצון צו דינען דעם אויבערשטן, וועט זוכה זיין צו געניסן פון אט דעם שכר לעתיד, אפילו אויב האט ער למעשה נישט זוכה געווען צו שלימות'דיגע עבודת ה', אבער וויבאלד ער האט 'געוואלט' דינען דעם אויבערשטן מיט זיין גאנצע הארץ, דעריבער וועט ער זוכה זיין צו ענדלאזע גוטס.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "עֵּקֶב" – דו וועסט זוכה זיין צו די געוואלדיגע שכר פון לעתיד (וואס איז מרומז אין דעם ווארט 'עקב', 'ענבים'), "אֲשֶר שָמַע אַבְרָהָם בְקֹלִי" – אויב וועסטו נאר צוהערן אין מיין קול, דאס מיינט, אז דו וועסט 'אננעמען' וואס איך זאג, און 'וועלן' מיט רצונות און כיסופין דאס צו מקיים זיין, אפילו אויב למעשה קומסטו נישט אן דאס צו אויספירן, "וַיִשְמֹר מִשְמַרְתִי" – און דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ממשיך זיין רחמים אויף די נידריגע נשמות וואס ווערן אנגערופן 'משמרת' (זע זוהר ח"א, מח:; קצט:), אויף זיי וועסט ממשיך זיין א שמירה, זיי אפצוהיטן און באשיצן פון אלעם שלעכטס .
ט ט אור לשמים: עקב אשר שמע אברהם בקולי וכו'. ונקדים לפרש הפסוק (דברים ז, יב) והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה, ושמעתי מכאדמו"ר מוהרי"י זצללה"ה פי' והיה לשון שמחה (בר"ר מב, ג), ועקב לשון סוף, היינו שמחה שהיא בחינת עקב, שאינה של מצוה כל כך, אעפי"כ יכול אתה לשמוח, כדי שתשמעון את המשפטים האלה, וכדאיתא בגמרא (שבת ל): רבה מקמי דפתח השמעתתא וכו' יעו"ש עכ"ד. עוד נ"ל, כי עקב הוא מספר ענבים (לקוטי תורה עה"פ, וע' מא"א מע' הע' סי' כה), היינו מי שמקבל על עצמו עול מלכות שמים, אעפ"י שעדיין אינו בשלימות, אבל יש לו רצון לעבוד הבורא ב"ה בלב שלם (ע' רש"י בראשית לז כז), והפסוק מסייענו, שאמר תשמעון, ולא אמר תעשון, ולשון תשמעון מורה על רצון כדברינו הנ"ל, אז יזכה לטעום מסוד יין המשומר בענביו (ברכות לד,: זח"ב קמז).. וזפ"ה עקב, היינו שתזכה ליין המשומר בענביו מספר עקב, ע"י שיש לך רצון לעבודתו ית.' וזהו אשר שמע אברהם בקולי. וישמור משמרתי - עוד תזכה שתוכל להמשיך רחמים על נשמות שהם בחינת נוקבא, תוכל לשמור אותם ולהגין עליהם.