אבטח בך
מאמר חיזוק ממשפיעי קו השגחה פרטית
הרה”צ ר’ בעריש שנעבאלג שליט”א
פרשת תולדות
אין אונזער פרשה לערנט מען, ווי אבימלך האט פארשיקט יצחק'ן. די סיבה דערצו איז געווען זייער קלאר פון זיין זייט: יצחק איז געווארן זייער מעכטיג און רייך, און אבימלך האט דאס בשום אופן נישט געקענט פארנעמען. און דאס, איז טאקע פונקט דער בליק פון א גוי. אנשטאט צו פארשטיין אז דאס איז א געלעגנהייט צו ארבעטן זיך צו פארבעסערן די אייגענע מדות, איז אים געווען ענדערש אז יצחק זאל פשוט אפציען פון שטח, און פטור אן עסק.
א איד האט אבער א וויכטיגן שליחות און ציל אין לעבן: ער ארבעט אויף זיך אן אויפהער, און דאס איז זיין גאנצע תפקיד און ציל. א איד'ס אויפגאבע איז צו לעבן מיט אן עול און אחריות, און נישט צו אנטלויפן אדער זיך ארויסדרייען דערפון. אט דעם חילוק, זעט מען לעבעדיג דורכאויס די גאנצע פרשה.
יצחק רופט די בארות נאך די פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען מיט אים: עשק, שטנה, רחובות. דאס זענען געווען די נעמען פון די נסיונות וואס ער איז דורכגעגאנגען. א איד שלאגט זיך מיט זיינע נסיונות; ער אנטלויפט נישט פון זיי. ווען ער האלט זיך פעסט, און ער דרייט זיך נישט ארויס פונעם פראבלעם, דעמאלט קומט די ישועה. עס קומט די באר וואס הייסט "רחובות" – מיר האבן זיך אויסגעברייטערט, און ענדליך זוכה געווען צום ענדגילטיגן הרחבת הדעת און מנוחה, אזויווי עס איז געווען ביי יצחק.
אין די וואכעדיגע פרשה זעען מיר אז יעקב אבינו האט געהאט "קפיצת הדרך". עס איז דא א הסבר אויף דעם, אז "בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו" א מענטש ווערט געפירט אויפן וועג וואס ער וויל גיין. דער וועג עקזיסטירט די גאנצע צייט, און עס ווארט אויף אים. אבער זייער אפט מוז א מענטש זיין עקשנות'דיג, נעמען אויף זיך דעם עול און די אחריות צו גיין אויף דעם וועג, כדי צו מצליח זיין. ווען א איד נעמט אויף זיך דעם עול און די אחריות, איז ער דעמאלט זוכה צו א געוואלדיגן סייעתא דשמיא.
יעקב אבינו, וואס איז אנגערופן געווארן יעקב נאכן ווארט "עקב" - די פערשט וואס ער האט אנגעכאפט, איז נישט געבוירן געווארן אלס דער בכור אזויווי ער האט לכתחילה געוואלט. פון אינדרויסן האט אויסגעזען ווי ער איז דורכגעפאלן מיט זיין פלאן און ער האט נישט מצליח געווען. אבער צום סוף זעען מיר אז די בכורה איז ביי די ענדע צוריק אריינגעקומען צו אים אין די הענט.
נאך סאך פריער, פאר יעקב און עשו זענען בכלל געבוירן געווארן, האט רבקה געפילט באזארגט און דערשראקן פון די עקסטרעמע טוישונגען וואס זי האט געשפירט יעדעס מאל וואס זי איז פארבייגעגאנגען א בית המדרש און, להבדיל, א הויז פון עבודה זרה. עס זענען דא וואס זאגן, אז איר עיקר מורא איז טאקע דאס געווען, אז זי וועט געבוירן איין קינד, וואס וועט זיין אן אומסטאבילער מענטש, און ער וועט אנטלויפן פונעם עול און פון אחריות. דערפאר, ווען זי האט אויסגעפינען אז עס האנדלט זיך פון א צווילינג, האט זי זיך בארואיגט. דאס זענען צוויי באזונדערע מענטשן, יעדער גייט זיך טאקע זיין אייגענעם וועג, אבער אן זיך ארויסצודרייען פון אחריות.
דאס איז דער יסוד פון די פרשה: צו טון אונזער מאקסימאלע השתדלות, און נעמען ערנסט דעם עול און די אחריות. דאס איבריגע ליגט שוין נישט אין אונזערע הענט, און דערפאר האט עס גארנישט מיט אונז. איינמאל מיר האבן געטאן וואס מיר האבן געדארפט, וועט שוין דער בעל הבירה פירן דאס איבריגע, און אלעס איז ממילא אין זיינע הענט.