גלייך פאר שבת

השגחה פרטית | November 14, 2026

דאס זיין א רב אין סיי וועלכע קהלה, איז נישט קיין לייכטע עבודה. דאס פירן די אלע ענינים וואס פעלן זיך אויס אין א קהילה, סיי אין אלגעמיין און סיי פאר יעדן פערזענליך, האלטן אן אויג אויף אלעס וואס טוט זיך אפ אין קהלה און ארויסהעלפן די בני הקהלה וואס זענען אנגעוויזן אויף הילף, א רב דינט דעם ציבור און טראגט דעם עול פון יעדן יחיד אויף זיינע אייגענע פלייצעס, ממש כפשוטו.

אבער דאך, מען קען נישט צושטעלן די ארבעט פון א רב אין א מסודר'דיגע ארגאניזירטע קהילה - ווי למשל בארדיטשוב, צו די ארבעט פון א רב אין א פארשטופטן ווינקל אויפן באשעפערס וועלט - ווי בארדיטשוב.

א טעות אין דרוק? ניין.

ס'ווענדט זיך וועלכע בארדיטשוב. און איך מיין גראדע פונקט דעם זעלבן שטאט בארדיטשוב. בארדיטשוב בתפארתה פון הונדערט יאר צוריק — א שטאט פול מיט חסידים ואנשי מעשה, א עיר מלאה חכמים וסופרים, אוועקגעשטעלטע מוסדות, און א ברענעדיגע תשוקה און חשק פון אלע דערהויבענע שטאטסלייט זיך אויפצוהייבן א טפח העכערן ערד, און נתעלה ווערן און שטייגן אין תורה, עבודת השם, און יראת שמים — אין אזא שטאט, איז גאר לייכט פאר א רב צו קענען אויפטון.

פון די אנדערע זייט, איז דא די היינטיגע בארדיטשוב. א פארשטופטן שטעטל מיט קוים א הייפעלע אידן וואס זענען דארט פארבליבן וואוינען, ביז ווען דער קאמוניזם איז געקומען און פארהאקט די טויערן, חרוב געמאכט און פארטיליגט יעדע גוטע טייל, און מיט ברוטאליטעט געזוכט אויסצואווארצלען אידישקייט, שלא יזכר שם ישראל עוד ח"ו.

און אין אזא סיטואציע בין איך אריינגעקומען אין בילד און פרובירט צו זען וואס מ'קען נאך ראטעווען אין דעם שטאט פון פולשטענדיגע אסימילאציע און אונטערגאנג.

אנקומענדיג אין דעם שטעטל, האב איך גלייך געזען ווי דאס יוגנט איז נעבעך נאך אלץ טיף פארכאפט אין די נעגל פון קאמוניזם. כאטש וואס די קאמוניסטישע רעזשים איז שוין לאנג צופאלן, לעקן די אידן נאך אלץ די בלוטיגע וואונדן פון פארבלאנדזשעטע נשמות וואס זענען שיעור אינגאנצן פארלוירן געגאנגען פונעם אידישן פאלק.

אויף אנצופאנגען די ארבעט, דארף מען קודם כל געוואויר ווערן ווער אין שטאט איז בכלל א איד... ערשט דערנאך, האט מען געדארפט אנפאנגען צו בויען אלעס פון דאסניי. דאס ביהמ"ד, וואס פלעגט קוים האבן א מנין אידן שבת אינדערפרי, ווערט פלוצלונג פארוואנדלט אין דער צענטער פון דאס באנייטע אידישע לעבן. אינאיינעם מיט נאך עטליכע חברים, האבן מיר געארבעט אריינצוברענגען מער און מער יוגנטליכע און זיי מקרב זיין תחת כנפי השכינה, מיר האבן מקרב געווען די הערצער מיט א גלעזל משקה און געשמאקע מזונות, געפראוועט גרויסע קידושים און ספעציעלע אווענטן ביי יעדן געלעגנהייט ארום דעם קאלענדער.

אונזער גאנצע יסוד איז: "ווארעמקייט". ווארעמקייט פאר יעדן איינעם, אן אמת'ע ליבשאפט צו יעדן איד אן קיין שום באדינגונגען, אפגעזען וואס זיין מצב איז. דאס איז דער מאגנעט מיט וואס מיר באווייזן, צוביסלעך צוביסלעך, צו אויפלאזן דעם קאלטן אייז פונעם מזרח-אייראפעישן פרעסט און אנצינדן דאס אידיש פונק.

מיט דער צייט האט זיך די קהילה שוין צעוואקסן אלס גרעסער און גרעסער; אידן אנטדעקן די שיינקייט פון תורה און מצוות, זיי דערפילן זייער אינערליכע בענקשאפט וואס זיי פארמאגן אין זיך טיף אין הארצן, און זיי הייבן אן צו קענען דעם באשעפער פון די וועלט. ליידער טרעפן מיר זיך דא אן מיט ווייטאגליכע און שווערע משפחה געשיכטעס, און אונזערע מוסדות ווערן פארוואנדלט אלס א ווארעמע היים פאר די קינדער און יוגנטליכע אין די קהילה. ביי די ערטער, מיינט דאס זיין א רב אויטאמאטיש אויך צו זיין א טאטע, און אמאל אפילו א זיידע. מען דארף זיין דער שטארקער מענטש וואס זאגט דיר וואס יא און וואס נישט צו טון אפילו אין די פריוואטע לעבן— נישט ווייל ער איז אליין עפעס ספעציעל שטארק, נאר בלויז ווייל ער איז א שליח פונעם אויבערשטן,

געווארן. יעצט האט ער פארשטאנען פאר וואס רבי יוסף יוזל איז נישט געווען איבערראשט ווען ער איז צוריקגעקומען פון דער פינסטערניש מיט א ליכט אין דער האנט. פארן אלטער איז דאס בכלל נישט געווען קיין חידוש; עס איז ביי אים געווען פשוט, אז א איד וואס דארף א ליכט אויף צום לערנען, מוז — מיט די ריכטיגע אמונה — עס באקומען...

יארן זענען דורכגעלאפן, און א שריפה האט אויסגעבראכן אין דעם אלטער'ס הויז, פארברענדיג רוב פון זיינע חפצים, אריינגערעכנט דאס "וואונדערליכע ליכטל". רבי יוסף יוזל האט געהאט גרויס צער אויפן פארלוסט פונעם ליכט, מיט וועלכע ער פלעגט שטענדיג ווייזן פאר זיינע תלמידים א לעבעדיגן ביישפיל פון מדת הבטחון. אבער נאך עטליכע טעג האט זיך זיין שטענדיגע פרייד אומגעקערט.

"מיינע טייערע ברידער," האט דער אלטער געזאגט, "היינט אינדערפרי האב איך געכאפט, אז דער באשעפער ווייזט מיר, אז מיר דארפן נישט קיין ליכט אויף זיך צו שטארקן אינעם בטחון אינעם באשעפער. קען דען א איד בכלל טראכטן אנדערש?..."

צו פארשפרייטן זיין נאמען אויפן וועלט, און צו איבערגעבן פאר די פארוואגלטע נשמות דעם דבר ה'.

איין טאג, איז געבוירן געווארן א קינד ביי אונז אין די קהילה. א כשר'ע אידיש אינגעלע צו א אידישע מאמע. די פרויען פון די קהילה האבן גלייך אריינגעשיקט הילף, באזוכט די מאמע, און זיך געפריידט מיט'ן בעיבי. פארשטייט זיך, אז איך האב אויך גערופן די מאמע איר צו אנוואונטשן א מזל טוב, און איך האב איר איידעלערהייט מודיע געווען אז איך גרייט זיך צו רופן א מוהל אויפ'ן אכטן טאג, וואס קומט אויס דעם קומענדיגן פרייטאג, ערב שבת.

"א מוהל?" האט זיך די מאמע דערשראקן, "ניין און נאכאמאל ניין. בשום אופן, רוף נישט קיין מוהל."

איך האב מורא געהאט אז די פרוי פארשטייט פשוט נישט פונקטליך וואס א מוהל איז, האב איך איר געדולדיג מסביר געווען, אז אידישע קינדער מאכן א ברית ווען זייער ניי-געבוירן יונגל ווערט אכט טאג אלט, און דערמיט קומט דאס קינד אריין אין די בונד פון אברהם אבינו און ער ווערט א פולקאמער איד.

אבער די פרוי האט פון גארנישט געוואלט הערן. פארקערט, ווי מער איך האב גערעדט צו איר, אלס מער נערוועז איז זי געווארן. "בשום אופן נישט!" האט זי זיך געעקשנ'ט. "ער איז מיין איינציגסטער זון, און איך ציטער פאר זיין וואוילזיין! איך זארג זיך פאר זיין געזונט! פארוואס עפעס זאל איך טון עפעס צו אים אויב ער איז געזונט? אלעס איז גוט, אלעס איז פיין, איך בין פאראנטווארטליך אויף אים, און דו קענסט זיין רואיג."

אבער איך בין פארשטייט זיך בכלל נישט געווען רואיג. א אידיש קינד, א טייערע אידישע נשמה'לע — וויאזוי קען איך זיין רואיג, וויסנדיג אז ס'איז דא דא א אידיש קינד וואס גייט נישט גע'מל'ט ווערן אין צייט אויפן אכטן טאג? וואס וועל איך ענטפערן פאר זיין זיידע אין הימל, ווען ער וועט מיך פרעגן היתכן איך האב נישט זיכער געמאכט אז זיין אייניקל זאל האבן א ברית אין צייט? און וואס וועל איך ענטפערן פאר מיין פאטער אין הימל, וואס האט מיך אהערגעשיקט אויף א שליחות וואס האט נישט זיין גלייכן, מקרב צו זיין דערווייטערטע נשמות, ווען ער וועט מיר פארהאלטן פארוואס איך האב נישט אויסגעפירט זיין הייליג שליחות גענוג בשלימות?

איך בין צוריקגעגאנגען צו די טעגליכע ענינים פון די קהילה, אבער אויף מיין הארץ איז געלעגן א שווערן שטיין. איך האב געשיקט צום יולדת עטליכע עסקנים וואס קענען זיך מיט איר; די רעבעצן האט גערעדט מיט איר, אבער זי האלט זיך ביי אירס. זי אנטזאגט, זי האלט נישט ביים מסכים זיין, און זי איז טיף באליידיגט אז איך מיש זיך אריין אין איר פריוואטן לעבן...

אין די עטליכע טעג וואס זענען נאך פארבליבן ביז'ן ברית, האב איך געפילט א שווערע אחריות, און איך האב מתפלל געווען צום באשעפער. איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס איך קען נאך פרובירן צו טון, אויף צו משפיע זיין אויף די פרוי נאכצוגעבן און יא לאזן מאכן א ברית פאר איר זון. "רבונו של עולם," האב איך אויסגעשריגן פון טיפן הארץ, "דאס איז דאך דיין קינד! ביטע, העלף אז ער זאל זוכה זיין אריינצוגיין לבריתו של אברהם אבינו ביים אכטן טאג!"

פרייטאג אינדערפרי האב איך זוכה געווען צו א געשמאקע באזוך. א גרויסע גרופע דערהויבענע חסידים ואנשי מעשה זענען אנגעקומען קיין בארדיטשוב. זיי זענען געקומען אויף צו מתפלל זיין ביים הייליגן ציון פונעם סניגרון של ישראל, דער הייליגער רבי ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב זי"ע, דער בעל קדושת לוי. די חבורה איז באשטאנען פון איבער הונדערט יונגעלייט. צווישן אנדערע, האבן זיי געוואלט כאפן מיט מיר א שמועס, אויף צו הערן אביסל איבער'ן מצב פון די קהילה היינט צו טאגס.

איך האב זיי אלעס דערציילט, און איך האב זיך אווודאי אויך געפריידט מיט די שיינע שטיצע וואס זיי האבן איבערגעלאזט פאר'ן הקהילה. אינמיטן זיי שילדערן די פארשידענע אייגנארטיגע פראבלעמען מיט וואס מיר מוטשען זיך דא, האב איך זיי אויך דערציילט די מעשה מיט'ן ניי-געבוירענעם בעבי.

ר' מנחם, א טייערער איד, איז געווארן שטארק דערציטערט פון די מעשה. "אזוינס?" האט ער געפרעגט. "איך וויל פרובירן צו רעדן מיט איר."

נישט האבנדיג וואס צו דערלייגן, האב איך אים פארשטייט זיך געלאזט. ער איז אריבערגעגאנגען צו די מאמע אינדערהיים און גערעדט צו איר פון הארצן ארויס מיט הארץ-שפראך. ער האט איר דערציילט איבער דאס אידיש פאלק, די שוועריגקייטן און די נסיונות וואס כלל ישראל איז אריבער מיט גבורה און שטאלץ במשך די דורות, די געוואלדיגע זכי' וואס מיר האבן צו געהערן צום עם הנבחר, און די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע ברכות צו וואס מיר זענען זוכה, און איבער די חשיבות פון מסירות נפש. איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער האט איר אלץ געזאגט אדער וואס פון דעם זי האט פארשטאנען, אבער איין זאך איז זיכער: ר' מנחם האט גערעדט גלייך צום אידישן פונק אין איר הארץ, און ער האט מצליח געווען מיט זיין אונטערנעמונג.

די פרוי איז געווארן איבערצייגט!

ער קומט צוריק צו מיר, שטראלנדיג פאר שמחה. "מ'קען מאכן א ברית!" זאגט ער מיר. "זי איז שוין מסכים."

נו, וואס טוט א איד אין בני ברק, לאנדאן, אדער בארא פארק אין אזא פאל? ער לויפט גלייך אנצוגרייטן א סעודה. אבער איך, וואס טו איך יעצט דא? איך האב דא בכלל נישט קיין מוהל צו די האנט! אין אונזער קליינע קהילה איז נישטא קיין מענטש וואס פארנעמט זיך מיט דעם הייליגן פאך. ווען ס'איז דא א ברית, ווייסן מיר געווענליך שוין אכט טאג פריער, און דעמאלטס פארזיכער איך זיך באצייטנס מיט א מוהל. ווען א מוהל קומט צו אונזער געגנט, האט ער א אנגעלייגטע סדר היום פון אלע שטעטלעך ארום. יעצט אויפן מינוט ווייס איך נישט פון קיין שום מוהל וואס געפינט זיך יעצט דא אין די געגנט, און איך האב נישט קיין אנונג צו וואו איך זאל זיך ווענדן, אדער וואו צו אנפאנגען זוכן א מוהל ערגעצוואו אינמיטן דעם פארשטופטן אוקריינא!

דאס איז נישט בלויז די ווייטאג פון פארפאסן די מצוה פון מילה בזמנה, נאר אין אזא פאל, מוז מען דאך כאפן ווילאנג דאס אנגעצינדענע פונק ברענט נאך. יעצט איז די מאמע מסכים צו מל זיין דאס קינד, אבער ווער ווייסט צי זי וועט נישט חרטה האבן שפעטער? וואס טוט מען דא? רבונו של עולם, וואס טוט מען?

נאכאמאל האב איך אויפגעהויבן מיינע אויגן צום ליבן טאטן אין הימל, וואס ער איז דאך דער וואס האט אונז באפוילן די מצוה פון מילה, האפנדיג אז ער גייט עפעס אונטערשיקן אז זיין הייליגע מצווה זאל טאקע קענען ערפילט ווערן אויפן בעסטן אופן.

פלוצלינג צעקלינגט זיך די טעלעפאן.

ווער איז אויפן טעלעפאן? ר' דוד.

"ר' הלל, וואס מאכט איר עפעס גוטס?" פרעגט מיר מיין לאנגיעריגער חבר. "איך בין דא אויפן וועג צום ציון פונעם הייליגן רבי ר' יוסף מאיר פון מאכניווקא זצ"ל. דו קענסט מיר אפשר אביסל ארויסהעלפן מיט אנווייזונגעןן וויאזוי אנצוקומען אהין?"

איך קען דעם וועג זייער גוט. און פאר איין מינוט האב איך אפגעלאזט אלעס ארום מיר, און ערקלערט פאר ר' דוד פונקטליך וואו ער שטייט יעצט, און איך האב אים געגעבן אנווייזונגען וויאזוי צו פארן ווייטער ביז צום הייליגן ציון. "איך בין דא מיט נאך אפאר חברים," זאגט ער מיר, "נעבן מיר זיצט ר' אהרן, ער שיקט אייך א גרוס."

"ר' אהרן?!" בין איך ממש דערשטוינט געווארן פון עקסטאז. "ר' אהרן איז מיט דיר?"

"יא," ענטפערט ער גאנץ פשוט, אן צו פארשטיין פארוואס איך בין אזוי איבערראשט.

"הער אויס, איך דארף אים דרינגענד האבן. קענסט אים אפשר ביטע איבער געבן דעם טעלעפאן?"

ר' אהרן נעמט איבער דעם טעלעפאן און ער לייגט עס צו צו זיין אויער. "יא רבי, מיט וואס קען איך דיר העלפן?"

"איך האב א ניי-געבוירן בעיבי, וואס היינט איז דער אכטער טאג, און איך זוך קריטיש א מוהל. איך האב נישט קיינעם דא אין די געגנט, און ס'איז שוין ערב שבת. די נסיעה וועט דיר נעמען דריי שעה, אבער דו קענסט נאך אנקומען פאר די שקיעה, ריכטיג?"

"אוודאי, אוודאי!"

ר' אהרן איז א מוהל מומחה וואס קומט פון צייט צו צייט אן אין די געגנט, און מיר קענען זיך שוין פון לאנג. איך האב נישט געהאט קיין אנונג פון וואו איך וועל דא נעמען א מוהל, און נאכדערצו אזא מומחה! און אט, פון הימל, רופט "פונקט" א חבר זיינער, און ער זיצט "פונקט" נעבן אים אין קאר... ס'איז פשוט אומגלויבליך. בשעת איך האב מיר געבראכן קאפ פון וואו צו פארשאפן א מוהל, האט דער באשעפער שוין אלעס צוגעגרייט פון פאראויס.

ר' אהרן האט זיך אפגעטיילט פון זיין קבוצה, און איז אנגעקומען צו אונז ממש פאר די שקיעה. ר' מנחם איז געווען אויסער זיך פאר שמחה. ער האט גערופן זיין גאנצע חבורה צו קומען צום ברית, און אזוי האט דאס קינד זוכה געווען אריינצוגיין בבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו, אין די גענווארט פון איבער צען מנינים ערליכע אידן און חסידים, וואס האבן אים געבענטשט פון טיפן הארצן: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים!"

PDF Preview