אינהאלט פרשת תולדות
- אל תירא כי אתך אנכי - יעדע צער און יסורים איז פון הימל און איז פאר דיין טובה . ד
- ויעתר יצחק - דורך תפילה ווערט מען א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות . טז
ספה"ק בת עין
... עיקר העבדות הוא בחינת ענוה ושפלות באמת, די עיקר עבודה פון א מענטש איז די בחינה פון ענוה און זיך קליין האלטן באמת, היינו שיתבונן בשכלו כשעומד להתפלל לפני בורא כל עולמים ברוך הוא, ד"מ דער מענטש זאל אריינטראכטן מיט זיין שכל ווען ער שטעלט זיך דאווענען פארן באשעפער, שמצד מעשי איני ראוי לדבר דבר לפניו יתברך ולבקש ממנו גדולה או קטנה, אז אלץ מיינע אייגענע מעשים בין איך נישט ראוי ארויסצורעדן א ווארט פארן באשעפער און איהם בעטן א גרויסע אדער אפילו א קליינע בקשה, ואפילו פתחון פה לעמוד ולבקש מלפניו איני ראוי מצד מעשי, און אפילו נאר אויפצומאכן א מויל און בעטן עפעס פונעם באשעפער בין איך נישט ראוי אלץ מיינע מעשים, רק אני מבקש מהשם יתברך שיעזור לי בזכות אבותי, נאר איך בעט פונעם באשעפער ער זאל מיר העלפן אין זכות פון מיינע עלטערן. ובחינת תפלה זו מקובלת לפניו יתברך, און אזא תפלה איז אנגענומען פארן באשעפער...
אך זהו כשהוא צדיק בן צדיק, דאס איז אבער נאר ווען א מענטש איז א 'צדיק בן צדיק', אז יוכל לבקש מהשם יתברך שיעזור מצד זכות אבות, דעמאלסט קען ער בעטן פונעם באשעפער ער זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע עלטערן, אבל כשהוא צדיק בן רשע אינו יכול לבקש מצד זכות אבות, אבער ווען ער איז א 'צדיק בן רשע' קען ער נישט בעטן פונעם באשעפער ער זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע עלטערן, רק עיקר הבקשה מוכרח להיות מצד מעשיו, נאר די עיקר בקשה זיינע איז אז השי"ת זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע אייגענע גוטע מעשים, ולתפלה כזו אין הקדוש ברוך הוא פונה כל כך לקבלה, און אזא תפלה איילט זיך נישט השי"ת אזוי שנעל אנצונעמען, שאינו בוחר רק בשירי זמרה, ווייל השי"ת וועלט נישט אויס נאר אין די תפלות וואס זענען 'שיריים', זה העושה עצמו כשיריים, די תפלות וואס קומען פון דער וואס מאכט זיך אליין קליין און ווייניג ווי 'שיריים' און בעט נאר אין זכות פון זיינע עלטערן.
והנה יצחק היה צדיק בן צדיק, יצחק איז דאך געווען א 'צדיק בן צדיק', על כן היה תפלתו רק מצד זכות אבות, און דערפאר איז זיין תפלה נאר געווען אז השי"ת זאל אים העלפן אלץ 'זכות אבות' אין זכות פון זיין טאטע. ורבקה היתה צדיקת בת רשע ותפלתה היתה מצד זכותה, אבער רבקה איז געווען א 'צדיקת בת רשע' ממילא ווען זי האט געדאוונט האט זי געבעטן פונעם באשעפער נאר אין איר אייגענע זכות. וזהו 'ויעתר יצחק לה' - לנוכח אשתו', דאס איז וואס די פסוק זאגט 'און יצחק האט זיך געשטארקט צו בעטן דעם באשעפער – אקעגן זיין ווייב', היינו שעתירתו ותפלתו של יצחק היה בבחינת 'לנוכח אשתו', ד"מ אז די תפלה און געבעט פון יצחק איז געווען אין די בחינה פון זיין פארקערט און אנדערש פון זיין ווייב, היינו בבחינת התנגדות נגד תפלתה, ד"מ אז זיין תפלה איז געווען פונקט פארקערט פון איר תפלה.
ומפני מה היה תפלתו בבחינת התנגדות, איז די תורה מסביר מיט וואס איז געווען זיין תפלה אין די בחינה פון 'התנגדות' און פארקערט פון רבקה'ס תפלה, לזה נתן טעם 'כי עקרה היא', פאר דעם גיט די פסוק די טעם 'ווייל רבקה איז געווען א עקרה', היינו מחמת שבתפלתה היתה היא בעצמה העיקרית, ד"מ ווייל אין איר תפלה איז זי געווען די עיקר, מחמת שלא היתה יכולה לבקש מצד זכות אבות כנ"ל, ווייל זי האט נישט געקענט בעטן דעם באשעפער אין זכות פון אירע עלטערן (וואס זענען געווען רשעים) ווי אויבנדערמאנט. לכן 'ויעתר לו ה'', דערפאר האט דער אייבישטער זיך געקערט צו יצחק און צו 'זיין' תפלה. שבורא עולמים ברוך הוא פנה רק לתפלתו, דער באשעפער האט זיך געקערט נאר צו זיין תפלה, מחמת שתפלתו היה רק בבחינת שיריים, ווייל 'זיין' דאווענען איז געווען אין די בחינה פון 'שיריים', שעשה עצמו שיריים וזכות אבות עיקר, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר די 'שיריים' און די עיקר בקשה איז געווען וועגן זכות אבות, והקדוש ברוך הוא אינו בוחר רק במי שמשים עצמו כשיריים בשעת הזמרה והתפלה, און דער באשעפער וועלט נישט אויס אין די תפלות נאר ווער ס'האלט זיך ווי 'שיריים' בשעת'ן בעטן און דאווענען...
(פרשת תולדות ד"ה ויעתר יצחק לד')