פארגעס נישט פון דיינע עבירות!
וַיָרַח אֶת רֵּיחַ בְגָדָיו וַיְבָרֲכֵּהו וַיֹאמֶר רְאֵּה רֵּיחַ בְנִי כְרֵּיחַ שָדֶה אֲשֶר בֵּרֲכוֹ ה' (כז, כז)
און יצחק האט געשמעקט די 'ריח' פון די בגדים פון יעקב, און ער האט אים געבענטשט, און ער האט געזאגט: "זע, די 'ריח' פון מיין זון איז פונקט ווי דער 'ריח' פונעם פעלד וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט"
חז"ל זאגן (סנהדרין לז.), אז דאס ווארט 'בגדיו' קען זיך ליינען אזויווי 'בוגדיו' [-די וואס פעלטשן זייערע מעשים און פירן זיך נישט אויף ערליך], און דאס איז מרמז, אז אפילו די פושעי ישראל, די גאר נידריגע אידן, זענען אבער גאר חשוב און טייער ביים אויבערשטן, און זיי האבן א גוטע 'ריח'.
דער הייליגער ייטב לב זי"ע ערקלערט דאס לויט דעם באקאנטן מאמר חז"ל (ברכות לד:), אז בעלי תשובה שטייען אויף א העכערע מדריגה פון צדיקים גמורים, און דער הייליגער חובת הלבבות (שער התשובה פ"ח) ערקלערט דעם טעם דערפון, וויבאלד א בעל תשובה שפירט זיך שטענדיג צעבראכן צוליב זיינע אלטע עבירות, און ער איז מער בהכנעה, דעריבער איז ער חשוב'ער פון א צדיק וואס האט נאך קיינמאל נישט געזינדיגט.
די טיפע כוונה דערפון איז, אז דער וואס האלט זיך ווי א צדיק, ער שפירט אז ער דארף נישט תשובה טון, ער ווערט אנגערופן א 'צדיק גמור', אבער די צדיקים וועלכע גייען יעדן טאג ארויף העכערע מדריגות, יעדן טאג לייגן זיי צו נאך קדושה וטהרה, און זיי לעבן שטענדיג מיט תשובה אויף זייערע פריערדיגע השגות – אזעלכע צדיקים זענען אין א בחינה פון 'בעלי תשובה' וואס זענען חשוב'ער פון די וואס ווערן אנגערופן 'צדיקים גמורים'.
עס ווערט געברענגט (זע יערות דבש ח"ב, יז), אז דער אויבערשטער ברענגט אריין זיין שכינה 'אין' די הייליגע צדיקים, און דאס ווערט אנגערופן ווי כאילו השי"ת קליידעט זיך אָן כביכול 'אין' זיי, און די צדיקים דינען ווי א 'בגד' פאר אים.
לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פסוק: "וַי רַח אֶת רֵּיח בְגָדָיו" – ער האט געשמעקט די 'ריח' פון די בגדים פונעם אויבערשטן, דאס גייט ארויף אויף די צדיקים, וואס דער אויבערשטער מאכט רוען זיין שכינה אין זיי, "וַיֹאמֶר רְאֵּה רֵּיח בְנִי כְרֵּיח שָדֶה אֲשֶר בֵּרֲכו ה'", דער מדרש זאגט (בראשית רבה סה, כג), אז די 'שדה' פון דעם פסוק איז מרמז אויפן בית המקדש, דאס איז די כוונה, אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט געמאכט רוען זיין שכינה אינעם בית המקדש, דאס זעלבע מאכט ער רוען די געטליכקייט פון זיין שכינה אין די צדיקים, היינט צוטאגס ווען דער בית המקדש איז שוין חרוב געווארן.
לויט דעם קען מען פארשטיין דעם דרש פון חז"ל, אז דאס ווארט "בגדיו" דארף זיך ליינען אזויווי "בוגדיו", ווייל דער אויבערשטער קען נאר רוען אויף אן עניו, די שכינה קען בשום אופן נישט רוען אויף א בעל גאוה, דעריבער זאגן חז"ל, אז ס'איז נישט מעגליך צו ווערן "בגדיו" – צו דינען אלס 'בגד' פאר די שכינה, נאר אויב מען איז א "בוגדיו" – אז מען האט שוין עפעס געזינדיגט אמאל, און מען האלט די עבירה שטענדיג פאר די אויגן, און צוליב דעם באטראכט ער זיך ווי 'בוגדיו', ער קוקט זיך אָן ווי א בעל עבירה, און ער שפירט זיך בהכנעה, דאן קען ער זיין א ווי א קלייד פאר השי"ת כביכול .
יז יז ייטב לב (עה"פ וירח את ריח בגדיו, ג): א"י וירח את ריח בגדיו א"ת בגדיו אלא בוגדיו עפמ"ש בחו"ה במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד כי הבע"ת לבו נשבר ונכנע תמיד וכ"ה בס' יראים כי מי שמחזיק א"ע לצדיק זה הנקרא בעיני עצמו צדיק גמור שא"צ לעשות תשובה כלל משא"כ ההולכים ממדרגה למדרגה ובכל יום מוסיף והולך ועושה תשובה על העבר זהו בחי' בע"ת החשוב מבחי' הנקרא צדיק גמור והנ' אמרו חז"ל ונקדש בכבודי א"ת בכבודי אלא במכובדי ומפ' ביער"ד כי כבוד לשון מלבוש ע"ד ותחת כבודו יקד כיקוד אש ור"י קרי למאני מכבדותא וידוע כי הקב"ה מתלבש בצדיקים היכל ה' המה וזש"ה ונקדש בכבודי המה מכובדי שהם לבושי דמלכא ע"ש. וזש"ה וירח את ריח בגדיו של הקב"ה כי הקב"ה מתלבש בהצדיקים לשכון שכינתו בתוכם וז"ש ריח בני כריח שדה וגו' הוא ביהמ"ק כדאיתא במדרש, כמו שהשרה שכינתו בביהמ"ק בהיותו בנוי כ"כ בהיותו חרב ונקרא שדה משרה שכינתו תוך צדיקים, וזהו אשר ברכו ה'. והנה כתיב אשכון ואת דכא ושפל רוח ועל המתגאה נאמר אין אני והוא יכולים לדור במדור אחד וזהו א"ת בגדיו להיות לבושא דמלכא כ"א בוגדיו ע"י שחטא פעם אחד וחטאתו נגדו תמיד ונחשב בעיני עצמו לבוגד ולא לצדיק גמור ולבו נכנע עי''ז נקרא בגד ולבוש למלך מ"ה הקב"ה והבן.