Skip to content

פון א רשע וואס קוקט אויס ווי א צדיק דארף מען אנטלויפן!

וַיְהִי עֵּשָו אִיש יֹדֵּעַ צַיִד אִיש שָדֶה וְיַעֲקֹב אִיש תָם ישֵּב אֹהלִים (כה, כז)

און עשיו איז געווען א מענטש וואס קען פאנגען, א פעלד-מענטש, און יעקב איז געווען א תמימות'דיגער, וואס איז געזיצן אין די געצעלטן [צו לערנען תורה]

רש"י ערקלערט די כוונה דערפון, אז יעקב איז געגאנגען לערנען תורה אין די געצעלטן פון שם און פון עבר.

דער הייליגער כתב סופר זי"ע שטעלט זיך, אז לכאורה האט דאך יעקב געקענט לערנען ביי זיין טאטן, און פארוואס האט אויסגעפעלט צו גיין אין אזא ווייטער פלאץ לערנען?

נאר יעקב האט געזען די געפערליכע רשעות פון עשיו, און ער האט געזען אז עשיו פרובירט זיך צו אהערשטעלן ווי א צדיק, ער וויל זיך ווייזן ווי אן ערליכער, דעריבער האט יעקב מורא געהאט אז ער וועט זיך חלילה אפלערנען פון זיינע מעשים, ווייל איינער וואס ווייזט זיך ארויס אפן ווי א רשע און א שלעכטער, קען מען זיך נישט אזוי גרינג אפלערנען, ווי איינער וואס פאַרשטעלט זיך ווי א צדיק און א ירא שמים, און אינעווייניג איז ער פארדארבן, דעריבער האט זיך יעקב דערווייטערט פון אים, און ער איז געגאנגען לערנען אין אן אנדערן פלאץ, אין דעם בית המדרש פון שם און פון עבר.

דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "וַיְהִי עֵּשָו אִיש יֹדֵּע צַיִד" – עשיו איז געווען א פאָפער, ער האט אויסגענארט אלעמען, כאילו ער איז אן ערליכער, דעריבער: "וְיַעֲקֹב אִיש תָם ישֵּב אֹהָלִים" – איז יעקב געגאנגען לערנען אין די געצעלטן פון שם און עבר, כדי זיך צו דערווייטערן פון אזא רשע וואס הילט זיך איין אין א שלייער פון צדקות, וואס דאס איז גאר מסוכן.

מראה עצמו צדיק באמרי פיו, ירא יעקב שילמוד ממעשיו וביותר יש לחוש שילמוד ממנו אחרי כי עטה עצמו במעטה היראה, ממי שהוא רע בגלוי תוכו כברו ולכן התרחק יעקב ממנו וקיים בנפשו הרחק משכן רע ולכן הלך לבהמ"ד של שם ועבר. והיינו ויהי עשו איש יודע ציד לרמאות לכן יעקב איש תם שאין בקי ברמאות כפי' רש"י יושב אוהל' של שם ועבר להרחיק מן הרשע רמאי מעוטה במעטה לובש אדרת שער למען כחש. - יב - ז ז כתב סופר: ויעקב איש תם יושב אוהלים. פרש"י של שם ועבר וצ"ב הלא היה יכול ללמוד אצל אביו, ולמה הלך למק"א ללמוד. נ"ל כי ראה יעקב רשעתו של עשו והוא מראה עצמו צדיק באמרי פיו, ירא יעקב שילמוד ממעשיו וביותר יש לחוש שילמוד ממנו אחרי כי עטה עצמו במעטה היראה, ממי שהוא רע בגלוי תוכו כברו ולכן התרחק יעקב ממנו וקיים בנפשו הרחק משכן רע ולכן הלך לבהמ"ד של שם ועבר. והיינו ויהי עשו איש יודע ציד לרמאות לכן יעקב איש תם שאין בקי ברמאות כפי' רש"י יושב אוהל' של שם ועבר להרחיק מן הרשע רמאי מעוטה במעטה לובש אדרת שער למען כחש.

PDF Preview