ראו ראינו כי היה ה' עמך
עס איז באקאנט, אז אונטער דער קאמוניסטישער הערשאפט אין רומעניע (ווי אויך אונטער די אנדערע לענדער אונטער'ן קאמוניזם), האט די רעגירונג נישט געלאזט אז די איינוואוינער זאלן פארדינען צופיל געלט. דאס האט געפירט דערצו, אז אסאך מענטשן האבן געהאנדלט אויפ'ן 'שווארצן' מארק. אזוי האט זיך אויך געפירט א איד מיט'ן נאמען רבי משה, אבער ליידער האבן די באאמטע אויסגעפינען וועגן זיינע אומלעגאלע געשעפטן, און מ'האט אים אנגעהויבן נאכצוגיין. צוליב דער סכנה וואס האט געקענט מיינען א מצב פון פיקוח נפש ח"ו, האט רבי משה זיך באהאלטן אין א דירה, און ער האט פון צייט צו צייט געביטן זיין באהעלטעניש, צוליב דעם פחד פאר די רשעות'דיגע פאליציאנטן.
אין א טאג, האט ער באקומט א בריוו וואו מ'מעלדעט אים אז זיין ביטע וואס ער האט שוין א לאנגע צייט פריער אריינגעגעבן ארויסצופארן פון רומעניע, איז באשטעטיגט געווארן. אין ערשטן מאמענט, האט ער זיך זייער געפרייט מיט די נייעס, אז ס'איז געקומען זיין צייט פטור צו ווערן פון זיי, אבער א סעקונדע שפעטער האט ער זיך געכאפט אז ער דארף מורא האבן, ווער ווייסט צי מ'גרייט אים נישט צו דא א 'פאסטקע', כדי ער זאל ארויסקומען פון זיין באהעלטעניש, און ווען ער וועט אנקומען צום פארט אפצונעמען זיינע שריפטן און ארויפשטייגן אויף א שיף אוועקצופארן, וועט מען אים ארעסטירן חלילה. פון דער אנדערער זייט, איז עס דאך נישט קיין תכלית זיך צו באהאלטן ביז'ן לעצטן טאג...
איז ער אריבערגעגאנגען אין געהיים צום אלטן סקולענער רבי'ן, הרה"ק בעל 'נועם אליעזר' זי"ע, וועלכער האט אין יענע יארן נאך געוואוינט אין רומעניע, און אים דערציילט אז ער האט באקומען אן ערלויבעניש צו פארלאזן רומעניע, אבער ער האט א חשש אז דאס איז א 'פאסטקע' אים צו כאפן. נאכ'ן אריינטראכטן עטליכע מינוט, האט דער סקולענער רבי אים געזאגט, איך ווייס נישט וואס אייך צו ענטפערן... האט דער איד, רבי משה, אנגעהויבן וויינען: רבי, העלפט מיר. איך בין דאך אין א שרעקליכן מצב ה' ירחם, וואס וועט דא זיין... זיי קענען דאך מיך כאפן יעדע מינוט און מיך אריינווארפן אין... האט דער סקולענער רבי אים געזאגט:
- דו פארשטייסט דאך אליין, אז מיט'ן דרך הטבע, האסטו נישט קיין שום אויסוועג געראטעוועט צו ווערן (ווייל ווי לאנג קען א מענטש זיך באהאלטן), אבער אויב דו וועסט גלייבן באמונה שלימה אז נאר דער באשעפער קען דיר העלפן און דיך ראטעווען, און דו וועסט האבן אמת'דיגן בטחון אין דעם אויבערשטען אז ער וועט דיך טאקע ראטעווען, וועסטו געראטעוועט ווערן.
האט רבי משה געשריגן הויך אויפ'ן קול, 'איך גלייב באמונה שלימה'. האט דער סקולענער רבי אים געזאגט: ס'איז נישט גענוג צו זאגן ווערטער, נאר דו דארפסט גלייבן מיט'ן גאנצן הארצן אין באשעפער, און כדי דו זאלסט אנקומען צו אזא מדריגה אין אמונה, וועלן מיר רעדן אביסל וועגן אמונה און בטחון. אזוי איז דער רבי געזעסן מיט רבי משה'ן א לאנגע צייט, און גע'חזר'ט מיט אים חיזוק און התחזקות פון אמונה פשוטה, אז דער אויבערשטער ברוך הוא, איז דער 'בורא ומנהיג לכל הברואים', ער איז דער 'כל יכול', און די גאנצע טבע איז זיינס...
נאכ'ן פארברענגען מיט אים א שעה צייט, האט דער סקולענער רבי אים אהיימגעשיקט, און געהייסן צוריקקומען א טאג שפעטער. אזוי האט דער רבי גערעדט מיט אים יעדן טאג חיזוק-רייד פון אמונה, אז דער אויבערשטער איז דער בעה"ב פון דער גאנצער טבע.
ס'איז געווען א וואונדער ווי אזוי דער סקולענער רבי האט נישט מורא געהאט צו רעדן מיט רבי משה'ן אזוי פיל טעג, ווייל ר' משה איז דאך געזוכט געווארן דורך די ארטיגע באאמטע, און אויב מ'וואלט געכאפט דעם סקולענער רבי'ן רעדן מיט אים, וואלטן ביידע געקענט ארעסטירט ווערן. דער רבי האט אבער, כדרכו בקודש, זיך נישט גערעכנט מיט זיי.
נאך א וואך פארברענגען מיט רבי משה'ן און יעדען טאג חזר'ן אמונה און בטחון, האט דער סקולענער רבי אים געזאגט, יעצט קענסטו גיין צום שיף-פארט, און דער אויבערשטער וועט דיך אפהיטן פון זייערע הענט.
ווען ס'איז געקומען דער טאג ווען די שיף האט געדארפט אפפארן, איז רבי משה צוגעפארן מיט זיין גאנצע משפחה צום גרויסן זאל נעבן דעם פארט. דארט איז געווען דער סדר, אז יעדער איינער וואס האט באקומען אן ערלויבעניש ארויסצופארן פון לאנד, איז צוגעגאנגען צום זאל נעבן דעם פארט, און געווארט צו הערן ווי מ'רופט אויס זיין נאמען. דאן איז ער צוגעגאנגען צו נעמען פון די ממונים אלע ערלויבענישן און פאפירן, און דאס געוויזן פאר דעם וועכטער וואס איז געשטאנען נעבן דעם אריינגאנג צו דער שיף, און ווען דער וועכטער האט געגעבן זיין צושטימונג, איז מען ארויף אויף דער שיף.
רבי משה און זיין משפחה האבן געווארט א שעה, צוויי שעה, אבער מ'האט נישט אויסגערופן זייערע נעמען... דער זאל איז שוין געווען כמעט ליידיג, אבער מ'רופט נישט אויס זייערע נעמען... רבי משה האט זיך אבער נישט פארלוירן, ער האט געטראכט ביי זיך, דער אויבערשטער איז דאך א 'כל יכול', די שיף וועט נישט אוועקפארן אן אונז, אלעס איז דאך מיט די השגחה פרטית פון באשעפער...
אין דער לעצטער מינוט איידער די שיף איז אוועקגעפארן, איז אריינגעקומען אן אפיציר אין זאל, און געפרעגט רבי משה'ן פארוואס ער ווארט דארט. האט רבי משה געענטפערט, אז ער איז אהער געקומען צו נעמען זיינע פאפירן... איז דער אפיציר צוגעגאנגען צו א שאנק, און ארויסגענומען פון דארט זייערע פאפירן און עס געגעבן צו רבי משה'ן. רבי משה און זיין משפחה האבן גענומען זייערע פעקלעך און זענען שנעל געלאפן צו דער שיף, זיי האבן געוויזן פאר דעם וועכטער די פאפירן, און אין אן אויגנבליק זענען זיי ארויף אויף דער שיף, און 'תיכף ומיד' איז די שיף אפגעפארן פון דארט...
נאך עטליכע טעג פארן אויף דער שיף, ווען זיי האבן זיך בארואיגט, האט רבי משה אריינגעקוקט אין די פאפירן, און צו זיין פרייד (אדער שרעק...) האט ער באמערקט אז זיינע פאפירן האבן געהאט א רויטן זיגל... וואס האט געמיינט, אז ער טאר בשום אופן נישט פארלאזן רומעניע. דאן האט ער פארשטאנען, אז דאס איז באמת געווען א 'פאסטקע' פון די רעגירונג אים צו כאפן. פון הימל האט מען אבער באוויזן א גרויסע נס, און דורך דעם וואס מ'האט זיי אויפגעהאלטן ביים פארט, און מ'האט זיי נישט אויסגערופן פריער זייערע נעמען, וואס האט זיי גורם געווען א שרעק, אבער באמת, האט אין דעם געשטעקט זייער רעטונג, ווייל נאר צוליב דער פארשפעטיגונג און אפהאלט האט דער וועכטער וואס איז געשטאנען ביים ארויפגאנג צו דער שיף, נישט באוויזן איבערצולייענען אלעס וואס שטייט געשריבן אויף זיינע פאפירן, און ער האט זיך באגעניגנט מיט דעם וואס ער האט געזען זיין נאמען, און זיי ערלויבט ארויפצוגיין אויף דער שיף...
דאן האט רבי משה געזען ווי אלעס ווענדעט זיך נאר אין דעם באפעל פון דעם אויבערשטען ברוך הוא. דער אויבערשטער באשליסט דעם גורל פונעם מענטש. דא האבן די מאכט-ארגאנען אליין צוגעגרייט פאר אים א פאסטקע און א נעץ אים צו כאפן ביים וועלן ארויספארן, און זיי האבן אים דעריבער געברענגט צום פארט כדי אים צו כאפן און ארעסטירן, אבער למעשה, אין זכות פון זיין שטארקן בטחון אז דער אויבערשטער, דער 'כל יכול', וועט אים העלפן, האט מען זיי אויפגעהאלטן פון הימל אז דער וועכטער זאל נישט האבן קיין צייט איבערצוקוקן די דאקומענטן, און רבי משה און זיין משפחה זאל ארויסגיין פריי.
דער סוף דבר איז, אז נישט דער פאליציאנט באשליסט וואס עס זאל פאסירן מיט'ן מענטש, נישט דער דאקטאר, און נישט דער שדכן, נישט אן עסקן, און נישט א ראש הכולל א.א.וו., נאר דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו. ממילא, טאר מען נישט ווערן צובראכן ביי זיך ווען עס פאסירט א שטערונג, ווייל יעדער אויפהאלט איז מיט א חשבון פון הימל, פאר די טובה פונעם מענטש, עד אין סוף ותכלית.