Skip to content

תולדות: אל תירא כי אתך אנכי - יעדע צער און יסורים איז פון הימל און איז פאר דיין טובה

גליון באר הפרשה | November 14, 2026

מיר ליינען אין דער היינטיגער פרשה (כה, לד) 'ויעקב נתן לעשו לחם ונזיד עדשים, ויאכל וישת ויקם וילך ויבז עשו את הבכורה'.

זאָגט דער 'אבן עזרא', אַז עשו האָט פֿאַרשעמט די בכורה, ווײַל ער האָט נישט געהאַט קיין שום ניצן דערפֿון. יצחק אבינו ע"ה איז דעמאָלסט נישט געווען רײַך, און ממילא, וואָס דאַרף עשו האָבן די בכורה, צו ירש'ענען אַ דאָפּלטן חלק, אויב זײַן טאַטע האָט נישט קיין געלט איבערצולאָזן פֿאַר אים בירושה.

דער 'אבן עזרא' ברענגט אַ ראיה דערצו, ווײַל אויב יצחק וואָלט געווען רײַך, וואָלט ער אַוודאי געהאַט גענוג צו עסן, און עשו וואָלט נישט געדאַרפֿט פֿאַרקויפֿן די בכורה פֿאַר אַ געקעכטס פֿון לינדזן. אויך וואָלט יצחק נישט געדאַרפֿט בעטן עשו ער זאָל גיין פֿאַנגען אַ חיה צו עסן, און ער וואָלט אים נישט ליב געהאַט בלויז דערפֿאַר ווײַל ער ברענגט אים צו עסן (עיי"ש).

דער רמב"ן ז"ל זאָגט אָבער, אַז ס'איז נישט מסתבר צו זאָגן אַז יצחק אבינו ע"ה איז געווען אָרעם. אויך פרעגט דער רמב"ן, דער פסוק זאָגט דאָך (לעיל כה, יא) 'ויהי אחרי מות אברהם ויברך אלוקים את יצחק בנו', און די ברכה איז געווען אַז מ'האָט אים צוגעגעבן רײַכטום און כבוד. נו, לויט די 'אבן עזרא' אַז יצחק איז געווען אָרעם, וואו איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דאָס פֿאַרמעגן פֿון זײַן טאַטן? און ער איז גאָר געוואָרן אָרעם?!

זאָגט דער רמב"ן ז"ל נאָך מער, אפֿילו אויב עס זענען דאָ צדיקים וואָס האָבן נישט קיין געלט, איז עס אָבער נישט בײַ די צדיקים וואָס זענען געוואָרן געבענטשט דירעקט פֿון דעם אויבערשטן, ווײַל די ברכה פֿון באַשעפֿער ברענגט עשירות, ווי שלמה המלך ע"ה זאָגט (משלי י, כב) 'ברכת ה' היא תעשיר, ולא יוסיף עצב עמה', עיי"ש.

דער גאון בעל 'כתב סופר' זצ"ל, פֿאַרענטפֿערט אָבער דעם 'אבן עזרא', און ער זאָגט אַ מורא'דיגע זאַך, אַז דער אויבערשטער האָט דעמאָלס באַשערט פֿאַר יצחק אבינו ע"ה אַז ער זאָל זײַן אָרעם, כדי עשו זאָל נישט גליסטן צו בלייבן מיט די בכורה (ווייל ער האָט דאָך סיי-ווי נישט וואָס צו ירשענען), און אַזוי זאָל ער עס פֿאַרקויפֿן צו יעקב אבינו ע"ה פֿאַר אַ טאָפּ לינדזן. דורך דעם וואָס די בכורה איז אַריבערגעגאַנגען צו יעקב, האָט יעקב זוכה געווען צו באַקומען די ברכה פֿון אברהם אבינו ע"ה, וואָס ס'איז געווען ראוי פֿאַר אים אַלס בכור.

כאָטש וואָס בשעת מעשה, האָט יצחק דעמאָלס נישט געהאַט דעם אויבערשטנ'ס ברכה (דעם 'ברכת ה' היא תעשיר'), איז דאָס אָבער געווען אַ טובה פֿאַר יצחק און די דורות שפּעטער, אַז כדי יעקב און זײַנע קינדער זאָלן זוכה זײַן אין די ברכות, און נישט עשו און זײַנע קינדער, עיי"ש.

פֿון דעם קען יעדער מענטש אַרויסנעמען גאָר אַ שטאַרקע חיזוק, ווען ער וואונדערט זיך וואו איז די ברכה? פֿאַרוואָס האָט דאָס רעדל זיך איבערגעדרייט אויף אים ח"ו, און ער פּלאָגט זיך מיט פרנסה, אָדער אַנדערע זאַכן. דאַרף מען אייביג געדענקען, אַז 'כל מאי דעביד רחמנא לטב עביד'. אַלעס איז פֿאַר די טובה פֿון מענטש. אַמאָל זעט דער מענטש באַלד די טובה וואָס איז באַהאַלטן דערין, און אַמאָל זעט מען עס שפּעטער. דער מענטש מיט זײַן קורצזיכטיגן בליק און קליינעם פֿאַרשטאַנד, ווייסט נישט ווי אַזוי דער אויבערשטער דרייט מיט דער גאַנצער וועלט, צו ברענגען אַלעס צו אַ גוטן תכלית.

א.

ענליך זאָגט דער רמב"ן ז"ל, וועגן דעם וואָס יצחק אבינו ע"ה האָט אויף די עלטערע יאָרן נישט געקענט זען ל"ע. פֿאַרוואָס איז דער צדיק יצחק געוואָרן אַ סגי נהור ל"ע? שרײַבט דער רמב"ן ז"ל, אַז אַזאַ שאלה פֿרעגן מענטשן 'מיט פֿאַרשטאָפּטע הערצער', ווײַל אויב ס'איז געווען אַ סיבה דערפֿאַר פֿון באַשעפֿער, איז עס געווען כדי יצחק זאָל בענטשן יעקב, עכ"ל.

דאָס מיינט, אויב יצחק וואָלט נישט געווען אַ 'סגי נהור', וואָלט יעקב נישט געקענט קומען און אַוועקנעמען די ברכות. קומט דאָך אויס, אַז דאָס וואָס יצחק האָט נישט געקענט זען, איז געווען אַ טובה, כדי יעקב זאָל באַקומען די ברכות, וואָס ער איז געווען ראוי צו באַקומען.

ענליך זאָגן 'רבותינו בעלי התוספות', אויפ'ן פסוק (כו, לה) 'ותהיין מורת רוח ליצחק ולרבקה', אַז יצחק און רבקה האָבן נישט געקענט פֿאַרטראָגן די רשעות'דיגע ווײַבער פֿון עשו. דאָס האָט דער אויבערשטער, 'גדול העצה ורב העלילי' (ירמיה לב, יט) אַזוי צוגעפֿירט בכוונה, אַז די מרשעת'ן זאָלן זיך דרייען אינדערהיים לעבן יצחק און רבקה, כדי זיי זאָלן נישט הערן ווי רבקה רעדט מיט יעקב ער זאָל נעמען די ברכות פֿון יצחק, ווײַל אויב זיי וועלן הערן ווי רבקה זאָגט עס צו יעקב, וועלן זיי דאָך לויפֿן דערציילן פֿאַר עשו וועגן דעם.

פֿון דעם זעט מען, אַז אויך דעם צער וואָס יצחק און רבקה האָבן געהאַט פֿון עשו'ס פֿרויען, איז אויך געווען לטובה פֿאַר'ן כלל ישראל, כדי יעקב זאָל באַקומען די ברכות פֿון יצחק.

ב.

אויפ'ן פסוק 'ויזד יעקב נזיד' (כה, כט), זאָגט רש"י (פסוק ל) אַז יענעם טאָג איז אברהם אבינו ע"ה נסתלק געוואָרן, און יעקב האָט געקאָכט לינדזן צו טרייסטן זײַן טאַטן יצחק אין זײַן אבילות. די סיבה פֿאַרוואָס ער האָט געקאָכט דווקא לינדזן, ווײַל זיי זענען רונדיג, אַזוי ווי אַ ראָד, און דאָס אבילות איז אויך אַזוי ווי אַ 'ראָד' וואָס דרייט זיך אויף דער וועלט.

דאַרף מען פֿאַרשטיין, צי דען איז דאָס געווען דער שטייגער פֿון יעקב אבינו ע"ה, דער 'איש תם יושב אהלים', צו שטיין אין קוך און קאָכן לינדזן?! אויב מ'האָט געדאַרפֿט האָבן לינדזן פֿאַר דער 'סעודת הבראה', איז דאָך עס אַ זאַך וואָס קען געטוהן ווערן אויך דורך אַנדערע... און וואו איז געווען רבקה? פֿאַרוואָס האָט זי נישט געקענט אָפּקאָכן די לינדזן?

ענטפֿערט דער ספר 'מליץ יושר' (פֿון הרה"ג ר' ראובן מלמד ז"ל, אַ מגיד שיעור אין דער ישיבה לצעירים פֿון פּאָניעוועזש), אַז דער הויפּט-ציל פֿון יעקב אבינו ע"ה ביים קאָכן די לינדזן איז נישט געווען כדי יצחק אבינו ע"ה זאָל האָבן וואָס צו עסן, נאָר דער עיקר האָט יעקב געוואָלט לערנען פֿאַר זיך און פֿאַר אַנדערע, אַז דאָס אבילות ל"ע איז אַ 'גלגל החוזר בעולם'. צוליב דעם האָט ער געטוהן דערין 'למעשה', כדי איינצואוואַרצלען אין זיך אַליין די אמונה אַז ס'איז אַ ראָד וואָס דרייט זיך אויף דער וועלט. ממילא, וועט ער זיך נישט גרויס האַלטן אויך ווען עס שײַנט אויף אים אַ גרויסע הצלחה, און פֿון דער צווייטער זײַט, וועט ער נישט ווערן צובראָכן בײַ זיך ווען דער ראָד דרייט זיך ח"ו אויף אַראָפּ, ווײַל ער וועט גלייבן אַז ער וועט נאָך צוריק שטײַגן און אַרויפֿגיין העכער און העכער.

ג.

פֿאַר 17 יאָר צוריק, איז געווען אַ קריזיס אין דער פֿינאַנציעלער וועלט. גרויסע עשירים האָבן פֿאַרלוירן אַסאַך געלט ווען עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז זיי האָבן אינוועסטירט געלט בײַ אַ געוויסן שווינדלער, וועלכער איז געווען אַ 'יחיד מומחה' אין זײַן 'פֿאַך' פֿון שווינדלעריי.

אין יענער תקופה, האָט הרב הגאון רבי שאול ברייש זצ"ל, דער רב פֿון ציריך, מחזק געווען די אידן פֿון זײַן קהילה, מיט'ן דערציילן אַ מעשה וואָס האָט פּאַסירט מיט זײַן פֿאָטער, הגאון רבי מרדכי יעקב ברייש זצ"ל, דער מחבר פֿון 'חלקת יעקב' און רב פֿון ציריך, וואָס פֿון דעם האָט מען געזען קלאָר, אַז יעדע שוועריגקייט און צער וואָס אַ מענטש האָט - אויך אויב ער האָט אַ גרויסן געלט שאַדן ח"ו - איז די מטרה דערפֿון צו ברענגען פֿאַר אים די ישועה. און רבי שאול ברייש האָט דערציילט:

אין זײַן יוגנט, האָט דער טאַטע, רבי מרדכי יעקב, געוואוינט אין דער שטאָט לעמבערג. ער האָט פֿאַרמאָגט געלט, וואָס פֿון דעם האָט ער זיך אויסגעהאַלטן און געקענט לערנען בהתמדה. אין יאָר תרפ"ט, האָט ער באַשלאָסן צו קויפֿן אַ בנין מיט עטליכע דירות. ער האָט געהאַט אין פּלאַן צו פֿאַרדינגען די דירות, און פֿון דעם וועט ער האָבן פּרנסה. ער האָט זיך באַגעגענט מיט'ן אייגנטימער פֿון אַ גרויסע הויז אין שטאָט, און מ'האָט אָפּגעשמועסט אַז ער וועט קויפֿן פֿון אים דאָס הויז. מ'האָט נאָר געדאַרפֿט אונטערשרײַבן דעם 'קאָנטראַקט', און מקבל קנין זײַן. צוליב פֿאַרשידענע סיבות, איז אָבער דער קנין אָפּגעשטופּט געוואָרן פֿון טאָג צו טאָג, און ביז מ'האָט באַשטימט אַ צײַט פֿאַר'ן אונטערשרײַבן דעם קאָנטראַקט, האָט צום ווייטיג פֿון רבי מרדכי יעקב, אויסגעבראָכן אַן אינטערנאַציאָנאַלער קריזיס (וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען די בערזע אין ניו יאָרק האָט געקראַכט), און אַזוי איז אין אַ סעקונדע געפֿאַלן די ווערד פֿון זײַן פֿאַרמעגן אויף אַ שרעקליכן אופֿן, און ביז אַ קורצע צײַט איז ער געוואָרן ממש אַן עני ואביון ל"ע. ער האָט געהאַלטן בײַ זיך טויזנטער געלט-באַנקנאָטן, וואָס זענען אפֿילו נישט ווערד געווען דאָס שטיקל פּאַפּיר, און אַזוי איז ער געבליבן בעירום ובחוסר כל, ה' ירחם.

נישט האָבנדיג אַן אַנדערע ברירה, איז רבי מרדכי יעקב געווען געצוואונגען צו זוכן פֿאַר זיך אַ פּרנסה, און ווען ער האָט געהערט אַז מ'זוכט אַ רב אין דער שטאָט דינסבורג, דייטשלאַנד, האָט ער זיך אָנגעטראָגן פֿאַר דעם פּאָסטן, און מ'האָט אים טאַקע אויפֿגענומען דאָרט אַלס רב, און ער איז אַהין געפֿאָרן וואוינען מיט זײַן משפּחה.

עטליכע יאָר שפּעטער, זענען די נאַציס ימ"ש געקומען צו דער מאַכט אין דייטשלאַנד (אין יאָר תרצ"ג), און זיי האָבן אָנגעהויבן רודפ'ן די אידן אויף אַ שרעקליכן אופֿן רח"ל. חודש אדר תרצ"ג, האָבן זיי געכאַפּט דעם רב, רבי מרדכי יעקב, און אים געשלאָגן מיט מערדערליכע קלעפּ רח"ל, אַז ער איז שיעור נישט אומגעקומען ה"י. בלויז מיט ניסי ניסים איז ער בחסדי השי"ת געראַטעוועט געוואָרן פֿון זייערע בלוטיגע נעגל (ווי ער שילדערט אין די הקדמה צו זײַן ספר שאלות ותשובות 'חלקת יעקב'). הרב ברייש איז דעמאָלס אַנטלאָפֿן קיין שווייץ, וואו ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט ציריך, און איז דאָרט אויפֿגענומען געוואָרן אַלס רב פֿון דער 'אגודת אחים' שול.

האָט רבי שאול אויסגעפֿירט, אַז יאָרן שפּעטער האָט מען געזען די גרויסע חסדים פֿון דעם באַשעפֿער, ווײַל אויב די טאַטע, רבי מרדכי יעקב וואָלט באַוויזן צו קויפֿן די געביידע אין לעמבערג, וואָלט ער דאָך געבליבן וואוינען דאָרט נאָך אַסאַך יאָרן, נישט האָבנדיג אַ סיבה צו פֿאַרלאָזן די שטאָט, און דאַן וואָלט ער געטיילט דעם זעלבן גורל ווי די אַנדערע פֿילע צענדליגער טויזנטער אידן פֿון לעמבערג, וועלכע זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם אין די שרעקליכע מלחמה יאָרן, הי"ד. פֿון הימל האָט מען אָבער צוגעפֿירט אַז רבי מרדכי יעקב זאָל בלייבן לעבן, אַלעס אַדאַנק די ארימקייט וואָס ער האָט נישט געקענט קויפֿן דעם בנין, און ער איז אַריבער קיין דייטשלאַנד, און פֿון דאָרט האָט ער נאָך געקענט אַנטלויפֿן קיין שווייץ, וואו ער האָט געקענט זיצן במנוחת הנפש און לערנען, ווײַל שווייץ איז דאָך נישט געווען פֿאַרמישט אין דער מלחמה. אַזוי איז הרב ברייש געראַטעוועט געוואָרן מיט זײַן משפּחה.

אַזוי זעען מיר ווי דער באַשעפֿער פֿירט די וועלט פֿאַר די טובה פֿונעם מענטש, און אַמאָל איז די ארימקייט נאָר אַ וועג צו פֿירן דערצו אַז ער זאָל בלייבן לעבן מיט זײַן גאַנצע משפּחה.

מן הבאר

מיר געפֿינען בײַ יצחק אבינו ע"ה, אַז עס זענען בײַ אים געבוירן געוואָרן קינדער ערשט צוואַנציג יאָר נאָך דער חתונה, און אויך דאָרט האָט צום סוף זיך אַרויסגעשטעלט אַז אַלעס איז געווען לטובה, וויל די פֿיר הונדערט יאָר פֿון גלות מצרים האָבן זיך אָנגעהויבן פֿון ווען יצחק איז געבוירן געוואָרן, אָבער דער שיעבוד אין מצרים האָט למעשה זיך אָנגעהויבן ערשט ווען דער לעצטער פֿון די שבטים - לוי - איז נפטר געוואָרן (לוי האָט געלעבט אין מצרים 94 יאָר). קומט אויס אַז די צוואַנציג יאָר וואָס יצחק האָט געוואַרט אויף יעקב'ס געבורט, האָט ממילא צוריקגעהאַלטן דעם געבורט פֿון די שבטים, יעקב'ס קינדער, און אַזוי זענען זיי נפטר געוואָרן שפּעטער, און ממילא איז דער שיעבוד געווען ווייניגער מיט צוואַנציג יאָר. אַזוי איז בײַ יעדער זאַך אין לעבן, אַז דער אויבערשטער פֿירט אַלעס אַז עס זאָל אַרויסקומען נאָר טובות פֿאַר'ן מענטש.

נאָך מער, רש"י זאָגט אין דער היינטיגער פּרשה (כה, ל) אַז אברהם אבינו ע"ה איז נפטר געוואָרן אין דעם טאָג ווען יעקב האָט געקאָכט די לינדזן און עשו האָט אים פֿאַרקויפֿט די בכורה, כדי אברהם זאָל נישט זען ווי זײַן אייניקל עשו גייט אַרויס לתרבות רעה, ווײַל דאָס וועט נישט זײַן דער 'שיבה טובה' וואָס דער אויבערשטער האָט אים צוגעזאָגט (בראשית טו, טו). צוליב דעם האָט דער אויבערשטער צוגענומען פֿינף יאָר פֿון אברהם'ס לעבן. קומט אויס, אַז אויב רבקה וואָלט נישט געווען אַן עקרה און יצחק וואָלט באַלד געהאַט קינדער, וואָלט דער אויבערשטער געדאַרפֿט נאָך מער פֿאַרקירצן אברהם'ס יאָרן, וועגן דעם האָט יצחק נישט געהאַט קיין קינדער באַלד נאָך דער חתונה, כדי אברהם זאָל לעבן לענגער, און נאָר נאָך דעם ווי ער האָט אַסאַך געבעטן, איז רבקה געהאָלפֿן געוואָרן מיט קינדער, און דורך דעם האָבן געפֿעלט בלויז פֿינף יאָר פֿון אברהם'ס יאָרן.

צו דעם האָט צוגעלייגט דער גאון רבי יוסף חיים זאָנענפֿעלד זצ"ל גאב"ד ירושלים (געברענגט אין ספר 'חכמת חיים'), אַז די ווערטער 'ויעתר לו ה'', באַטרעפֿן 748, אַזוי ווי 'חמש שנים'... און ווען דער גאון רבי אהרן קאָטלער זצ"ל האָט געהערט דאָס וואָרט פֿון רבי יוסף חיים, האָט ער געזאָגט, 'איך בין זיכער אַז די דאָזיגע גימטריא איז געזאָגט געוואָרן מיט רוח הקודש'.

ד.

אויפ'ן פּסוק אין דער היינטיגער סדרה (כז, א) 'ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות', ברענגט דער 'פנינים יקרים החדש' (ד"ה 'במדרש שוחר טוב'), אַ מדרש וואָס דערציילט (ב"ר פס"ה, י), 'אַז בשעת ווען יצחק אבינו ע"ה איז געלעגן אויף די עקידה, האָט ער געזען די הייליגע שכינה און ס'איז נגזר געוואָרן אויף אים מיתה רח"ל (אַזוי ווי נדב און אביהוא זענען נפטר געוואָרן יונגערהייט ווען זיי האָבן געקוקט אויף די שכינה), און דעריבער איז ער געוואָרן אַ סגי נהור ל"ע ווײַל 'סומא חשוב כמת' (נדרים סד:). איי, וועסטו פֿרעגן, אויב אַזוי פֿאַרוואָס איז ער נישט געוואָרן אַ סגי נהור באַלד בשעת די עקידה (ווען ער האָט געזען די שכינה), איז דער תירוץ, ווײַל דעמאָלס האָט יצחק נאָך נישט געהאַט קינדער, און מיט דעם אַליין ווערט ער אויך גערעכנט ווי אַ מת ל"ע, ממילא האָט מען אים געקענט איבערלאָזן מיט זײַן זע-קראַפֿט, נאָר 'ויהי כי זקן יצחק', און ער האָט שוין געהאַט קינדער (ער איז שוין דעמאָלס אַלט געווען זעכציג יאָר, און די משנה זאָגט אין מסכת אבות, 'בן ששים לזקנה'). ממילא, האָט ער געמוזט צוקומען צו פֿאַרלירן דעם כח הראי' רח"ל. קומט אויס, אַז דאָס וואָס ער האָט בײַ די עקידה נאָך נישט געהאַט קינדער, האָט אים געראַטעוועט פֿון זײַן בלינד, און אויך די בלינדקייט שפּעטער האָט געראַטעוועט זײַן לעבן.

פֿון דעם קענען מיר לערנען, אַז דער מענטש טאָר זיך נישט אָפּרעדן און וויינען ווען עס פֿעלט אים עפּעס, ווײַל מ'קען קיינמאָל נישט וויסן וואָס פֿאַר אַ צרה ער טוט זיך איינשפּאָרן אין זכות פֿון דעם ווייטיג וואָס ער גייט יעצט אַריבער!

ה.

מ'דערציילט, אין א געוויסער שטאט איז דער 'גבאי' אין שול געווען א גרויסער עם הארץ, אזוי ווייט אז ער האט אפילו נישט געקענט לייענען און שרייבן. ווען ער האט געדארפט אונטערשרייבן א דאקומענט, האט ער עפעס 'אפגעפאטשקעט'... אבער אלעס האט זיך געפירט ווי געהעריג. די מתפללים אין שול זענען געווען צופרידן פון אים, אלע האבן אים ליב געהאט און געשעצט אלס גבאי.

ויהי היום, ווען דער רב פון שול איז נפטר געווארן און מ'האט אויפגענומען א נייעם רב אויף זיין ארט. ווען דער נייער רב האט איבערגענומען דאס רבנות, האט ער באשלאסן צוזאמען מיט די 'טובי העיר' איבערצוקוקן און איינפירן פונדאסניי די 'הוצאות' און 'הכנסות' פון דער שול, מיט א פונקטליכן חשבון. וואס זאלן זיי אבער טוהן, דער גבאי קען דאך נישט לייענען און שרייבן, און קיין ביכער קען ער אוודאי נישט פירן... האט מען אים בלית ברירה אפגעזאגט פון זיין גבאות-פאסטן, און אים פארגיטיגט מיט א שיינע סומע געלט.

דער גבאי האט פארלאזט די שול מיט א פעקל געלט אין טאש, פול מיט זארג און צער, וואס וועט זיין, פון וואו וועט ער נעמען פרנסה. ער האט זיך געדרייט אויפ'ן גאס, ביז ער האט זיך געפונען ביים וואלד נעבן דער שטאט. האט ער געטראכט ביי זיך, דא פארן דאך אדורך יעדן טאג צענדליגער מענטשן, און ס'איז נישט דא אן ארט פאר די דורכפארער וואו אראפצולייגן דעם קאפ זיך אפצורוהען אביסל און זיך דערכאפן דאס הארץ. כ'וועל דיר דא אויפבויען א קליין הייזקעלע, אריינברענגען טישן און בענקלעך מיט מזונות און געטראנקען, און פון פארקויפן די עסן מיט די געטראנקען וועל איך צוביסלעך פארדינען עפעס צום לעבן... אומר ועושה, ער האט געקויפט אן ארט און געבויט א הייזקע, און אויפגעשטעלט א 'קרעטשמע', וואס האט אים טאקע אריינגעברענגט א שיינע הכנסה, און צוביסלעך האט ער באקומען א גוטע נאמען ביי אלע אדורך-גייער און די פרנסה האט זיך גענומען בליען ביז ער איז צום סוף געווארן א שיינער עושר. אזוי האט ער געעפענט נאך א קרעטשמע, און אין די אוונט-שעה'ן, פלעגט ער אריינלייגן אין באנק דאס געלט וואס ער האט פארדינט במשך פונעם טאג.

אזוי ווי זיין באנק-קאנטע איז געוואקסן פון טאג צו טאג, האט ער איין טאג באקומען א רוף פון דעם דירעקטאר פון דער באנק, וועלכער האט אים געזאגט, איך זע אז דיין חשבון אין באנק וואקסט פון טאג צו טאג... קום, לאמיר אינוועסטירן דיין געלט אין א געשעפט, אדרבה, ער איז אריבערגעקומען צום באנק און ווען די דירעקטאר פון דער באנק האט אים געגעבן פאפירן אונטערצושרייבן, האט ער סתם 'אנגעפאטשקעט', נישט קענענדיג אונטערשרייבן ווי געהעריג. האט דער דירעקטאר פון דער באנק אים געזאגט: פאר אזא גרויס געשעפט וואס מיר ווילן דא מאכן, דארפסטו זיך אונטערשרייבן געהעריג. האט דער איד געענטפערט, 'איך קען דאך נישט שרייבן אדער לייענען'... האט דער דירעקטאר פון דער באנק זיך געוואונדערט: אזא גרויסער עושר ווי דו, זאל נישט קענען אונטערשרייבן זיין נאמען אויף א דאקומענט?... האט דער עושר אים געענטפערט: אויב איך וואלט געקענט לייענען און שרייבן, וואלט איך דאך נאך אלץ געווען 'די 'גבאי' אין דער קליינער שול, מיט א מינימאלן געהאלט.

פון דער מעשה, קענען מיר לערנען א לימוד וועגן אמונה פשוטה. מ'האט אפגעזאגט דעם איד פון דער ארבעט אלס גבאי, וואו אלע האבן אים ליב געהאט, מ'האט אים ממש ארויסגעווארפן אויף דער גאס ווייל ער האט נישט געקענט שרייבן, און ער האט נישט געהאט קיין אנונג פון וואו ער וועט נעמען פרנסה פאר זיך און די משפחה, און פאקטיש, איז דייקא פון דעם דאזיגן נידעריגן ארט איז געקומען זיין ישועה, און ער איז געווארן רייך...

נאך א לימוד קען מען לערנען פון דער מעשה, וועגן דעם ענין פון השתדלות. דער מענטש רעדט זיך איין אז זיין השתדלות ברענגט אים די פרנסה, און דאס איז גורם אז ער זאל טראכטן 'כוחי ועוצם ידי', און צוליב דעם גייט ער צומאל ארויס פון שול אינמיטן דאווענען, ווייל ער מיינט אז ער וועט פארדינען מער געלט אויב ער וועט ארבעטן לענגערע שעות. דא האט מען אבער געזען, אז אויב דער 'גבאי' וואלט געווען א בעל כשרון, וואלט ער געבליבן מיט זיין מינימאלן געהאלט, און דייקא צוליב זיין 'אומוויסנהייט', איז ער געווארן גאר רייך. און נישט נאר דאס, נאר אזוי לאנג ווי ער איז געווען גבאי און האט זיך פארלאזט אויף זיין 'אונטערשרייבן', איז ער נאך נישט געווען רייך, נאר ווען ער האט אויפגעהערט זיך צו פארלאזן אויך אויף זיין 'פאטשקעריי', ווייל מ'האט אים אוועקגעשיקט פון גבאות, און ער האט פארשטאנען אז ער האט נישט קיין שום וועג צו האבן פרנסה, ער איז אנגעוויזן נאר אויף די חסדים פון באשעפער, איז ער געווארן אזוי רייך.

דער דריטער לימוד איז, ווי דער מענטש דארף זען בייצושטיין די נסיונות פונעם יצר. אט האט דער באנק-דירעקטאר אים געפרעגט א 'מורא'דיגע קשיא'. דו ביזט דאך אזוי רייך, ווי אזוי איז מעגליך אז דו קענסט נישט לייענען און שרייבן... און דער עושר האט אים באוויזן, אז דייקא ווייל ער קען גארנישט, איז ער געווארן רייך.

דאס זעלבע איז מיט'ן יצר הרע, דער יצר וויל אונז איינרעדן אז מיר זענען פול מיט חסרונות, מיט נידעריגע תאוות רח"ל, דארף מען אים ענטפערן: אדרבה, לויט מיינע פילע חסרונות, אזוי חשוב בין איך. דער 'רייכטום' אין רוחניות קומט לויט דעם גרויסן חסרון 'לפום צערא אגרא'...

א איד האט זיך אראפגערעדט פון הארצן פאר'ן בעל שם טוב הקדוש זי"ע, איבער זיין שווערן מצב אין פרנסה. ער האט געזאגט, ביז יעצט, האט זיך עס געהאנדלט בלויז אין ברויט צו עסן פאר די משפחה, האב איך זיך נישט באקלאגט אויף מיין מצב, אבער יעצט איז מיין טאכטער אונטערגעוואקסן ב"ה, און ס'איז שוין געקומען די צייט צו רעדן פאר איר שידוכים, און מיר זוכן א בחור א תלמיד חכם און ירא שמים, אבער מיר האבן נישט אפילו א פרוטה צו געבן פאר'ן 'נדן'.

האט דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע אים געהייסן ארויסגיין האנדלען אויפ'ן מארק, און דער ערשטער 'מקח' וואס עס וועט אים אונטערקומען, זאל ער קויפן, און פון דעם וועט ער פארדינען שיין, און זיין מזל וועט אויפשיינען. האט דער איד זיך בארואיגט און זיך ארויסגעלאזט אין וועג. ווען ס'איז געווארן נאכט, איז ער אריין אין א קרעטשמע אונטערוועגנס צו כאפן א דרימל. וויבאלד א 'בעט' אין דער קרעטשמע האט געקאסט הונדערט רובל, און זיין גאנצער פארמעגן איז באשטאנען בלויז פון הונדערט רובל, האט ער באשלאסן זיך צו לייגן אויף א באנק אינעם פאדער-צימער פון דער קרעטשמע.

בשעת ער איז אזוי געלעגן אויף דער באנק, זענען דערווייל אנגעקומען אין דער קרעטשמע עטליכע 'פרייע' אידן, סוחרים, וועלכע זענען געווען אויפ'ן וועג צוריק פון א גרויסן 'יריד', וואו זיי האבן פארדינט אסאך געלט, און זיי האבן זיך אראפגעזעצט עסן א סעודה.

אינמיטן דער סעודה, האבן זיי גערעדט הויך אויפ'ן קול נארישע רייד, און אפגעלאכט פון אלעם הייליג ביי אידן. אינעם שמועס, האט איינער פון זיי אויסגערופן הויך אויפ'ן קול, אז ער איז גרייט צו פארקויפן זיין גאנצן חלק אין עולם הבא פאר הונדערט רובל. ווען דער חסיד (וועלכער איז געלעגן אויפ'ן באנק אין פאדער-צימער) האט געהערט וואס דער פראסטאק זאגט, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז דאך דאס ערשטע 'געשעפט' וואס איז מיר אונטערגעקומען זייענדיג אויפ'ן וועג. ממילא, וועל איך פאלגן וואס מיין רבי דער בעל שם טוב האט געזאגט, און כ'וועל אפקויפן פון דעם איד זיין חלק אין עולם הבא...

ער האט נישט לאנג געטראכט, ער איז אויפגעשטאנען פון זיין ארט און איז צוגעגאנגען צו יענעם לץ, און אים געזאגט, כ'בין גרייט אפצוקויפן דיין חלק אין עולם הבא, נאדיר הונדערט רובל, און פארקויף מיר דיין חלק לעולם הבא, אבער מיט'ן תנאי, דו זאלסט אוועקשטעלן עדים און אונטערשרייבן א 'שטר מכירה' כדת וכדין. זיי האבן אזוי געטוהן, און זענען זיך געגאנגען יעדער אויף זיין וועג.

ווען יענער לץ איז אהיים געקומען און דערציילט פאר זיין ווייב אלעס וואס האט מיט אים פאסירט אונטערוועגנס, און ווי ער האט פארדינט גאר אסאך געלט, האט ער צוגעלייגט, 'איך האב צוך סוף אויך 'פארדינט' נאך הונדערט רובל, פאר מיין חלק אין עולם הבא'... איז דאס ווייב געווארן דערציטערט, און באפוילן פאר איר מאן שוין אויפצוזוכן יענעם חסיד וואס האט געקויפט זיין חלק לעולם הבא, און ער זאל אים בעטן ער זאל צוריקציען פונעם מקח. אויב דו וועסט עס נישט טוהן - האט זי אים געסטראשעט - וויל איך א גט פון דיר, שוין דא אויפ'ן ארט, ווייל איך וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט נישט קיין חלק ונחלה מיט אלע אידן אויף יענער וועלט...

האט דער מאן אנגעהויבן בעטן זיין פרוי זי זאל נישט מאכן אזא טומל פון דער גאנצער מעשה, ווייל באמת איז אלעס נאר געווען א 'שפאס' וואס ער האט געמאכט מיט יענעם, און ער האט עס נישט געמיינט ערנסט. זי האט אבער נישט געוואלט הערן קיין ווארט, נאר זי וועט אויסדריקליך נישט מסכים זיין צו וואוינען ווייטער מיט אים, אויב זי וועט נישט זען דעם שטר צעריסן אויף שטיקלעך.

בלית ברירה, איז דער לץ נאכגעפארן דעם חסיד, און ווען ער האט אים באגעגענט, האט ער זיך געבעטן ביי אים בטל צו מאכן דעם מקח. דער חסיד האט אבער נישט געוואלט הערן דערפון, ער וועט נישט צוריקציען פונעם מקח, אויך אויב ער וועט אים געבן צען מאל אזוי פיל געלט. האט דער פארקויפער אים געפרעגט, פאר וויפיל געלט טוסטו 'שאצן' מיין קליינעם חלק אין עולם הבא? האט דער חסיד געענטפערט, לויט מיין מיינונג, איז דיין חלק אין עולם הבא ווערט אמווייניגסטענס 250 טויזנט רובל... דאס איז געווען א ריזיגע סומע, פון וועלכער דער חסיד האט געקענט חתונה מאכן אלע זיינע טעכטער מיט גרויס הרחבה, און אפילו שענקען א 'נדן' ווי ס'דארף צו זיין. נישט האבנ'דיג קיין אנדערע ברירה, האט דער לץ פארקויפט עטליכע טייערע חפצים, און ווען ער האט שוין געהאט אין האנט די גאנצע 250 טויזנט רובל, האט ער עס איבערגעגעבן פאר דעם חסיד, וועלכער האט אים צוריקגעגעבן דעם שטר מכירה. ער איז אהיים געגאנגען, געוויזן פאר די בני בית דעם שטר, און עס צעריסן, און 'שלום על ישראל'.

שפעטער איז דער חסיד צוריקגעגאנגען צום בעל שם טוב הקדוש, און ער האט געפרעגט דעם בעל שם טוב: רבי, ממה נפשך, האב איך דא געטוהן א מעשה פון א גניבה. אויב דער גאנצער חלק פונעם לץ אין עולם הבא איז נישט ווערד געווען מער ווי 100 רובל, האב איך דאך נישט געטארט נעמען דערפאר יעצט 250 טויזנט רובל... און אויב ס'איז יא ווערד געווען 250 טויזנט רובל, קומט אויס אז לכתחילה איז דאס 'געשעפט' צווישן אונז געווען א 'מקח טעות', ווען ער האט עס מיר פארקויפט פאר 100 רובל, איז דאך זיין 'עולם הבא' בכלל נישט אריינגעקומען אין מיין רשות...

האט דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע אים געענטפערט: ניין, דא איז נישט געווען נישט א מקח טעות, און נישט קיין 'אונאה'. סיי אין אנהייב, סיי ביים סוף, ווייל די ווערד פון א איד'ס חלק אין עולם הבא, רעכנט זיך לויט ווי דער בעה"ב דערפון שאצט עס. ממילא, אין אנהייב ווען זיין גאנצער עולם הבא איז נישט געווען ווערד אין זיינע אויגן מער ווי הונדערט רובל, איז דאס געווען די ריכטיגע שאצונג, אבער צום סוף, ווען ער האט אנערקענט די ווערד דערפון און איז געווען גרייט צו באצאלן דערפאר 250 טויזנט רובל, האט ער דאך אליין געהויבן די ווערד דערפון ביז'ן דאזיגן סכום.

דאס קען זיין די כוונה אין דעם 'געשעפט' וואס יעקב און עשו האבן געמאכט, ווען יעקב האט באצאלט עשו'ן פאר דער בכורה א 'נזיד עדשים', און ס'איז נישט געווען א 'מקח טעות' (וואס די בכורה איז דאך באמת ווערד פיל מער), ווייל אין עשו'ס אויגן, איז די בכורה באמת נישט ווערד געווען מער ווי א טאפ געקאכטע לינדזן... ממילא, איז עס געווען אן אמת'דיגער מקח.

לדידן ייאמר, ביי אלע ענינים פון עבודת ה', לויט ווי א איד שאצט זיין אייגענע עבודה, אזוי פיל איז עס ווערד אויבן אין הימל. ווי אזוי קען מען וויסן וויפיל א איד שאצט זיין עבודה? איז דער תירוץ, לויט'ן חיות, הארץ און 'ברען' וואס ער שפירט ווען ער דינט דעם אויבערשטען מיט תורה און תפילה...

ו.

אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער פרשה (כז, א) 'ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות', זאגט רש"י אין צווייטן פשט, אז ווען יצחק אבינו ע"ה איז געברענגט געווארן אויף דער עקידה און אברהם האט אים געוואלט שחט'ן, האבן זיך געעפענט די הימלען און די מלאכים האבן געזען די עקידה, און זיי האבן געוויינט, און זייערע טרערן זענען אראפגעפאלן אויף יצחק'ס אויגן, און פון דעם איז ער געווארן א סגי נהור. דארף מען פארשטיין, פארוואס האט מען געדארפט עפענען די הימלען אז די מלאכים זאלן זען וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט, אז אברהם ברענגט זיין זון יצחק אויף דער עקידה?

איז דער תירוץ, אז באמת זעען די מלאכים סיי-ווי אלעס אין הימל, און זיי וואלטן געוואוסט אז אברהם ברענגט יצחק'ן אויף דער עקידה, נאר וואס דען, דארט וויינט מען נישט דערויף ווייל מ'זעט דארט נאר די טובה וואס איז באהאלטן דערין, און אויף א גוטע זאך און א ברכה וויינט מען נישט. וועגן דעם האט אויסגעפעלט צו עפענען די הימלען, אזוי ווען זיי קוקן אראפ אויף דער וועלט, און שפירן מיט ווי אידישע קינדער פלאגן זיך און ליידן יסורים ל"ע, דאן וויינען זיי אויף דעם און אויפהער, און דערפאר האבן זיי געוויינט און יצחק האט פארלוירן די ראי'.

אויף די פריער דערמאנטע ווערטער פון רש"י אז דער אויבערשטער האט פארקירצט דאס לעבן פון אברהם אבינו ע"ה מיט פינף יאר כדי ער זאל נישט זען ווי עשו גייט ארויס לתרבות רעה, איז לכאורה שווער, וואס האט אברהם 'פארדינט' פון דעם וואס ער איז אוועק פון דער וועלט פינף יאר פאר דער צייט, אויך נאכ'ן ארויפגיין אין הימל האט ער דאך געזען דארט אלעס וואס עשו טוט דא אויף דער וועלט...

איז דער תירוץ, אז אויך וואס עס זעט אויס אויף דער וועלט ווי די שווערסטע זאך, אבער ווען מען איז שוין אין הימל זעט מען די טובה וואס קען ארויסקומען דערפון. ממילא, אויב אברהם וואלט נסתלק געווארן אין דער באשטימטער צייט און ער וואלט געזען דא, אויף דער וועלט, עשו'ס שלעכטע אויפפירונג, וואלט ער געהאט גרויס צער דערפון, וועגן דעם איז ער נסתלק געווארן פינף יאר פריער. ווען ער איז אבער ארויפגעקומען אין הימל און געזען דאס וואס ער האט געזען, האט ער גוט פארשטאנען אז דא איז נישט פארהאן א רעה, נאר א גרויסע טובה, ווי די ספרים הקדושים זאגן, אז כדי יעקב אבינו ע"ה זאל זוכה זיין צו זען 'מטתו שלימה', ווי עס שפראצט אויף פון אים כלל ישראל בקדושה ובטהרה, האט עשו געדארפט ארויסקומען פון יצחק און מאכן א 'בירור' פונעם 'פסולת', אזוי האט יעקב געקענט זיין אן 'איש תם', מיט דער פולער שלימות.

מ'דערציילט, אז ווען דער גראדזשיסקער רבי, הרה"ק רבי ישראל זי"ע הי"ד (בעל 'אמונת ישראל'), איז אין דער ביטערער צווייטער וועלט מלחמה וואו ער איז ליידער אומגעקומען א מות קדושים, שוין געשטאנען אין טויט לאגער ממש פאר'ן אומקום, האבן די ארומיגע אידן אים געבעטן ער זאל זיי זאגן א ווארט פון חיזוק אין אמונה. האט דער גראדזשיסקער רבי זיי געזאגט: באלד וועלן מיר ארויפגיין אין הימל, און 'דארט' וועלן מיר זען אז אלע צרות מיר ליידן דא זעען אויס אינגאנצן אנדערש ווי דא, אויף דער וועלט. ממילא טאר מען נישט ווערן געפאלן ביי זיך...

עס שטייט אין ספה"ק 'קדושת לוי' (פרשתנו, ד"ה 'אם תעשה'), אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער פרשה (כו, כט) 'אם תעשה עמנו רעה כאשר לא נגענוך'. עס איז באקאנט וואס דער 'בעל הטורים' שרייבט, אז אבימלך האט געוואלט שלעכטס טוהן פאר יצחק, נאר דער אויבערשטער האט עס איבערגעדרייט לטובה, ווייל דער אויבערשטער דרייט אלעס איבער צום גוטן.

אויף דעם זאגט דער 'קדושת לוי' זי"ע, אז דאס איז די כוונה פון די ווערטער וואס אבימלך האט געזאגט, 'אם תעשה עמנו רעה' - אויב דו וועסט וועלן שלעכטס טוהן מיט אונז, וועט עס אוודאי זיך איבערדרייען צום גוטן, און א ראי' האסטו, 'כאשר לא נגענוך' - מיר האבן געוואלט שלעכטס טוהן מיט דיר, און דער אויבערשטער האט עס איבערגעדרייט צום גוטן, און מיר האבן געטוהן מיט דיר נאר גוטס. און וויבאלד דעם באשעפער'ס מדה איז צו טוהן נאר גוטס, איז אויך אויב דו וועסט אונז וועלן שלעכטס טוהן ח"ו, וועט עס איבערגעדרייט ווערן צום גוטן. ממילא, איז בעסער אז דו זאלסט טוהן מיט אונז א טובה, ווייל צום סוף וועט עס דאך סיי-ווי זיין צום גוטן, עכדה"ק.

די כוונה דערפון איז, אזוי ווי דער 'בעל הטורים' שרייבט, אז אין אנהייב האט אבימלך געוואלט הרג'ענען יצחק, אבער עס איז אים נישט געלונגען. אדרבה, נישט נאר וואס דער אויבערשטער האט אים געהאלפן, נאר אבימלך האט אים נאך געדארפט טוהן א טובה, און יצחק האט דארט פארדינט 'מאה שערים'. ער האט געטראפן ברונעמס מיט וואסער, און זיין פארמעגן איז דארט פארגרעסערט געווארן, ווייל דער אויבערשטער האט איבערגעדרייט צום גוטן אלע שלעכטע פלענער פון אבימלך.

ווען אבימלך האט געזען די גרויסע וואונדער, ווי דער באשעפער האט אלעס איבערגעדרייט פאר יצחק אבינו ע"ה צום גוטן, האט ער עס אזוי גוט פארשטאנען, ביז ער האט אליין געזאגט צו יצחק: דו וועסט מיר נישט קענען שלעכטס טוהן, ווייל יעצט גלייב איך אין דעם אויבערשטען וואס האט באשאפן הימל און ערד. ס'איז ביי מיר קלאר, אז אויב דו וועסט מיר וועלן שלעכטס טוהן וועט דער אויבערשטער איבערדרייען אלעס פאר מיר צום גוטן.

ויעתר יצחק - דורך תפילה ווערט מען א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות

מיר ליינען אין דער היינטיגער פרשה (כה, כא) 'ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו כי עקרה היא'. פרעגט דער 'רבינו בחיי', אז לכאורה וואלט דער פסוק געדארפט פריער זאגן 'ותהי רבקה עקרה' [אזוי ווי ביי שרה, וואס דער פסוק זאגט, 'ותהי שרי עקרה אין לה ולד'], און ערשט דערנאך זאל ער זאגן 'ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו', אז יצחק און רבקה האבן מתפלל געווען אויף קינדער.

ענטפערט דער 'רבינו בחיי', אז אויבנאויף קען מען מיינען, אז וויבאלד רבקה איז געווען אן עקרה האבן זיי געדארפט דאווענען. דאס איז אבער נישט ריכטיג, נאר אדרבה, דער אויבערשטער האט געוואלט אז זיי זאלן דאווענען, ווייל ער האט ליב געהאט צו הערן זייער תפילה, וועגן דעם האט דער אויבערשטער געמאכט אז זיי זאלן נישט האבן קינדער. און אויף דעם זאגן טאקע חז"ל (שהש"ר פ"ב, לד) אז די אמהות זענען געווען עקרות, 'מפני שהקדוש ברוך הוא מתאוה לתפלתן של צדיקים' - ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן די תפילה פון די צדיקים, עכ"ד.

אזוי שרייבט דער 'ערבי נחל' (פ' וארא), אז צומאל דויערט צייט ביז די בקשה פונעם מענטש ווערט ערפילט, ווייל דער אויבערשטער גליסט אז ער זאל מתפלל זיין צו אים.

ז. אויב א מענטש ליידט יסורים ח"ו, קען ער זיך שטארקן און מחזק זיין פון דעם פאקט, אז ס'איז מעגליך אז די גאנצע סיבה פון די יסורים איז נאר דערפאר ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן זיין תפילה, און ער פאדערט פון אים, 'השמיעיני את קולך, כי קולך ערב'. ממילא, אויב ער זעט אז זיין תפילה איז נאך נישט געענטפערט געווארן, זאל ער נישט ווערן געפאלן ביי זיך, צו טראכטן אז מ'וויל חלילה נישט הערן זיין תפילה אין הימל, נאר אדרבה, טאקע דערפאר ווייל דער אויבערשטער וויל הערן זיין תפילה, צוליב דעם איז ער נאך נישט געענטפערט געווארן, כדי ער זאל ווייטער מתפלל זיין...

לויט דעם טייטשט דער 'ערבי נחל' דעם פסוק (תהלים פ"ו, ג') 'חנני ה' כי אליך אקרא כל היום'. איז שווער, 'חנני' איז משמע אז ער בעט א 'מתנת חינם'. אויב אזוי, וואס פארא 'נתינת טעם' איז עס 'כי אליך אקרא', וואס ס'איז משמע, גיב מיר א מתנת חינם, ווייל איך דאווען צו דיר א גאנצן טאג [אויב ער דאווענט צו אים א גאנצן טאג, איז דאך די מתנה נישט אומזיסט - א 'מתנת חינם']. אויך פרעגט ער, לויט'ן דקדוק הלשון, וואלט דוד המלך ע"ה געדארפט זאגן 'קראתי' כל היום, איך האב גערופן צו דיר א גאנצן טאג, און נישט א לשון עתיד - 'אקרא'?

נאר די כוונה פון פסוק איז, דוד המלך ע"ה האט געבעטן חנני ה', גיב מיר שוין יעצט א 'מתנת חינם', און האלט דיך נישט צוריק פון ערפילן מיין בקשה כדי איך זאל מתפלל זיין פאר דיר, ווייל איך נעם שוין אויף זיך, 'לעתיד', אז איך וועל מתפלל זיין צו דיר א גאנצן טאג, אויך נאך דעם ווי מיין בקשה וועט ערפילט ווערן.

דער 'ערבי נחל' לייגט צו א גרויסן יסוד, אז צוליב דעם טעם זאגן חז"ל (סנהדרין מד:) 'לעולם יקדים אדם תפילה לצרה' וכו', ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן אידישע תפילות, און אויב דער מענטש איז מתפלל נאר דעמאלס ווען ער דארף עפעס האבן, ווערט זיין בקשה צוריקגעהאלטן פון ערפילט צו ווערן, כדי ער זאל אסאך מתפלל זיין. מה שאין כן דער מענטש וואס דאווענט אייביג, אויך ווען עס גייט אים גוט ב"ה, איז דאך נישט דא קיין סיבה צו ברענגען אויף אים א צרה ח"ו, און אויך אויב עס וועט יא קומען א צרה ח"ו וועט עס זיך באלד אפטוהן פון אים, עכ"ד.

ח. די גמרא זאגט (פסחים קיח.) 'קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף', און אויך די פרנסה פון מענטש איז שווער אזוי ווי קריעת ים סוף. פרעגן די מפרשים, וואס איז שייך אז א זאך זאל זיין 'שווער' ביי דעם אויבערשטען כביכול.

איז דער תירוץ, ווייל דער מדרש זאגט (שמו"ר פכ"א, ה) אז דער אויבערשטער האט ארומגענומען די אידן אין מדבר אויף אן אופן, אז די מצריים זאלן זיין אויף איין זייט און דער ים זאל זיין פון דער צווייטער זייט, און די אידן זאלן נישט האבן א וועג ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן פון די צרה. דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט אזוי געטוהן, איז ווייל ער האט געוואלט הערן זייער תפילה...

נאך דעם ווי די אידן האבן געשריגן צו דעם אויבערשטען, האט ער זיי געוואלט העלפן און שפאלטן פאר זיי דעם ים. ער האט אבער געוואוסט אז פון יעצט און ווייטער וועלן זיי אויפהערן צו שרייען און מתפלל זיין צו אים, און דאס איז געווען שווער אין זיינע אויגן, אזוי ווי חז"ל זאגן (וועגן שמיני עצרת, אז דער אויבערשטער זאגט) 'קשה עלי פרידתכם'...

דאס זעלבע איז מיט די פרנסה און דער זיווג פון מענטש. דער אויבערשטער גליסט צו אידישע תפילות, און צוליב דעם איז ער נישט משפיע מיט איין מאל פרנסה בהרחבה, און דאס זעלבע איז מיט א זיווג. דער אויבערשטער קוקט ארויס אז זיינע ליבע אידישע קינדער זאלן מתפלל זיין און שרייען 'מאין יבוא עזרי'. ס'איז אבער 'שווער' כביכול צו ערפילן זייערע פארלאנגען, ווייל דאן וועלן זיי מער נישט דאווענען, און עס איז א בחינה פון 'קשה עלי פרידתכם'...

דעריבער איז די עצה, אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען זיך צו ווענדן צו דעם אויבערשטען אין יעדן מצב, סיי איידער עס קומט די ישועה, און אויך שפעטער, ווען מ'דארף לויבן דעם אויבערשטען פאר די ישועה. אויב עס וועט נישט זיין א 'פרידתכם' - מיר וועלן זיך נישט אפשיידן ח"ו פון באשעפער - וועט אויך נישט זיין א מצב פון 'קשה'...

מ'דערציילט, אז איינער פון די יקירי ירושלים, הרה"צ רבי יצחק דוד גוטפארב זצ"ל, האט זיך אמאל גענויטיגט אין א ישועה פון הימל, און ער איז געגאנגען פערציג טעג מתפלל זיין ביים כותל המערבי, און ער האט דארט געבעטן דעם באשעפער. ווען ער איז געהאלפן געווארן בעזרת השי"ת, איז ער געגאנגען נאך פערציג טעג צום כותל המערבי, כדי צו דאנקען דעם אויבערשטען פאר דעם חסד וואס ער האט געטוהן מיט אים.

ט. ווי גרויס ס'איז דער כח פון תפילה, קען מען אויך זען פון דעם פסוק (בראשית כא, יז) 'וישמע אלוקים את קול הנער'. זאגט רש"י, פון דא לערנען מיר אז די תפילה פונעם חולה איז חשוב'ער ווי די תפילה פון אנדערע מענטשן, און עס ווערט פריער אנגענומען.

איז לכאורה שווער, חז"ל זאגן דאך (ברכות ה:) 'אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים' (דער ארעסטאנט קען זיך נישט אליין באפרייען פון טורמע), אויב אזוי, ווי אזוי איז מעגליך אז די תפילה פון א חולה איז חשוב'ער ווי די תפילות פון אנדערע מענטשן?

ענטפערן רבותינו בעלי התוספות (אין ספר 'מושב זקנים'), און אויך דער 'טור' אין זיין פירוש שרייבט אזוי, אז תפילה איז אנדערש..! (עס איז באקאנט, אז דער גאון רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל האט אמאל אויפגעשריבן די דאזיגע ווערטער פון תוספות און דעם 'טור', און עס אויפגעהאנגען ביים בעט פון זיין זון וועלכער איז געווען נישט געזונט ל"ע, כדי צו שטארקן דעם ענין פון תפילה בכלל, און די תפילה פונעם חולה אויף זיך בפרט).

מן הבאר

עס ווערט דערציילט אז ווען הגה"צ רבי מענדעלע הורוויץ זצ"ל הי"ד (א זון פון הרה"ק ר' אלטר'ל דזשיקובער זי"ע הי"ד, און א ברודער פון הרה"ק רבי יהודה'לע דזשיקובער זי"ע), איז געווען א קינד, איז ער געווען זייער נישט געזונט ל"ע. זיין לעבן איז געווען אין א געפאר ה' ירחם. האט דער זיידע פונעם קינד, דער וויזשניצער רבי הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' זי"ע, געזאגט צו זיין איידים (און פלימעניק), הרה"ק רבי אלטר'ל, דער טאטע פונעם קינד:

- מיר ווייסן דאך אז 'שלשה שותפים באדם'. עס זענען דא דריי שותפים אין א מענטש, דער אויבערשטער, זיין טאטע, און זיין מאמע. דער דין איז ביי א שותפות, אז אויב דריי מענטשן מאכן א שותפות אין א געשעפט, קען קיינער פון זיי זיך נישט ארויסציען פונעם שותפות, נאר די אנדערע צוויי שותפים קענען אים צווינגען צו בלייבן ווייטער אלס שותף (שו"ע חו"מ סי' קעו, סט"ו). ממילא, קענט איר אויך, אלס שותפים אין אייער קינד, 'צווינגען' כביכול דעם אויבערשטען, וואס ער איז דער דריטער שותף, ער זאל איבערלאזן ביי אייך אין האנט דעם טייערן פקדון וואס ער האט אייך געגעבן.

- ס'איז אבער דא נאך א הלכה ביי א שותפות - האט דער 'אהבת ישראל' ווייטער געזאגט צו זיין איידים - אז אויב צוויי פון די שותפים זענען זיך מייאש פון דעם געשעפט, איז דער דריטער שותף זוכה אין דער גאנצער סחורה אלס הפקר. ממילא, דארפט איר זייער שטארק אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין יאוש חלילה. 'חזקו ויאמץ לבבכם', איר זאלט נישט אויפגעבן האפענונג ח"ו, און ווייטער מתפלל זיין צום אויבערשטען ער זאל שיקן א רפואה פאר אייער מענדעלע'ן.

הרה"ק רבי אלטר'ל און זיין רעביצין האבן טאקע שטארק מתפלל געווען, און דאס קינד איז געזונט געווארן בעהי"ת (ליידער איז ער אומגעקומען אין דער ביטערער מלחמה, הי"ד). (הגדה של פסח 'מפי ספרים וסופרים', הערה קב)

ווי ווייט עס דערגרייכט דער כח פון תפילה, האבן מיר געהערט א מורא'דיגע מעשה פון איינעם וואס האט געקענט די בעלי העובדא. פאר דער קריג, איז ביי א משפחה אין ווארשע געבוירן געווארן דאס ניינטע קינד, אבער ליידער איז עס געבוירן געווארן מיט פארקרימטע פיס רח"ל. די עלטערן האבן אבער געטראפן בחסדי ה' א גוי'שע דאקטארין, וועלכע האט באהאנדלט דאס קינד און אויסגעגליכן זיינע פיס ווי געהעריג.

א צייט שפעטער, ווען די ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן און די משפחה איז געווען אין געטא, איז געבוירן געווארן ביי זיי דאס צענטע קינד, אויך ליידער מיט פארקרימטע פיס ה"י. איז די מאמע ארויסגעלאפן אין געהיים פון געטא צום הויז פון דער דאקטארין, וועלכע האט אויך דאס מאל באהאנדלט דאס קינד און באוויזן אויסצוגליין זיינע פיס.

ווען די מאמע האט געוואלט צוריקגיין מיט איר קינד צוריק אין געטא, האט די דאקטארין איר געפרעגט וואוהין זי גייט, און ווען זי האט געענטפערט אז זי גייט צוריק אין געטא, האט די דאקטארין איר געפרעגט אויב זי איז אראפ פון זינען ח"ו... מ'וועט דאך אייך אלע אויס'הרג'ענען דארט, האט זי געזאגט. האט די מאמע פונעם קינד געזאגט צו דער דאקטארין, נו, וואס דען זאל איך טוהן? איך האב דאך דארט מיין גאנצע משפחה מיט 9 קינדער... האט די דאקטארין איר געזאגט, גיי צוריק אין געטא, נעם צוזאמען דיין גאנצע משפחה, און קומט אהער מיט אלע קינדער... זי האט אזוי געטוהן, די גאנצע משפחה (מיט די צען קינדער) האבן זיך באהאלטן אין משך פון דער גאנצער צייט פון דער מלחמה, ביי דער גוי'טע אין שטוב, און אזוי זענען זיי אלע געראטעוועט געווארן פון אומקום ה"י.

נאך דער מלחמה, האט די משפחה עמיגרירט קיין אמעריקע, און איידער זיי האבן חתונה געמאכט דאס ערשטע קינד, האבן זיי געשיקט א 'טיקעט' און איינגעלאדן די גוי'שע דאקטארין וואס האט געראטעוועט די גאנצע פאמיליע אין די מלחמה יארן, צו קומען קיין אמעריקע צו דער חתונה. זי איז טאקע געקומען צו פארן, און ווען זי איז געווען אין אמעריקע, האבן מענטשן איר געפרעגט, פארוואס זי האט עס געטוהן, זיך איינצושטעלן דאס לעבן (ווי באקאנט, אויב די דייטשן ימ"ש האבן געכאפט א איד באהאלטן ביי א גוי, האבן זיי גע'הרג'עט אויך דעם גוי און זיין משפחה) כדי צו ראטעווען א אידישע משפחה.

האט די גוי'שע דאקטארין געענטפערט, אז אלס קינד האט זי געלערנט תנ"ך, און זי האט דארט געזען (אין פרשת וירא) ווי עס ווערט געשילדערט די תפילה פון אברהם אבינו ע"ה, אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטען אז אויב עס זענען דא צען צדיקים אין סדום, זאל ער אין זייער זכות ראטעווען די גאנצע שטאט, און דער אויבערשטער האט מסכים געווען דערצו, אז אויב ס'זענען דא צען צדיקים אין שטאט, וועט די שטאט נישט חרוב ווערן. פאקטיש, האבן דאך אבער נישט געלעבט אין סדום צען צדיקים, ממילא איז די שטאט חרוב געווארן. האב איך געטראכט ביי זיך - האט די גוי'שע דאקטארין געזאגט - די אידן זענען דאך צדיקים. נו, וואס וועט פאסירן אויב די רשעים וועלן אומברענגען אלע אידן ח"ו און עס וועט נישט בלייבן אפילו א מנין אידן אין ווארשע, וועט דאך די גאנצע שטאט ווערן איבערגעדרייט אזוי ווי סדום און עמורה זענען איבערגעדרייט געווארן. דעריבער, כדי צו ראטעווען די שטאט ווארשע, האב איך אריינגענומען די גאנצע אידישע משפחה אין הויז, כדי צו ראטעווען ווארשע.

פון דער דאזיגער מעשה לערנען מיר, די מפרשים רעדן דאך ארום דאס ענין וואס עס זעט אויס 'אויבנאויף' ווי די גאנצע תפילה פון אברהם אבינו ע"ה וואס ער האט זיך געבעטן אולי יש חמשים צדיקים, ארבעים וגו', האט נישט געהאלפן, און מיר ווייסן דאך אז קיין שום תפילה גייט נישט פארפאלן. נו, אויב אזוי, ווי איז געגאנגען די תפילה פון אברהם אבינו? אבער טויזנטער יארן שפעטער, האט עס יא געהאלפן צו ראטעווען א גאנצע משפחה לדורות עולם. ממילא, טאר מען זיך נישט מייאש זיין פון תפילה, נאר מ'דארף גלייבן אז יעדע תפילה פועל'ט אלע גוטע השפעות. דער עיקר איז, מתפלל צו זיין מיט אמונה שלימה אין דעם כח פון תפילה.

הרה"ק בעל 'צמח צדק' זי"ע פון ליובאוויטש האט דערציילט, אז אין א דארף נעבן ירושלים האט געוואוינט א פשוט'ער איד, אן איש תם וישר, וועלכער האט אבער אפילו נישט געקענט דאווענען. ער האט זיך געפירט, אז יעדע וואך איז ער געגאנגען קיין ירושלים צו פארקויפן פרוכט און גרינצייג פון זיין פעלד, און דאן פלעגט ער אריינגיין צום שטאט רב פון ירושלים, ער זאל אים אויפשרייבן אויף א צעטל גענוי וואס ער דארף דאווענען במשך פון דער קומענדיגער וואך.

אמאל חודש חשון, האט דער איד געבעטן דעם רב ער זאל אים פארשרייבן דעם סדר פון די תפילות פאר עטליכע וואכן צייט, וויבאלד עס גייט דאך רעגענען במשך פונעם ווינטער, און ער ווייסט נישט אויב ער וועט קענען קומען קיין ירושלים פארקויפן זיינע פירות און ירקות. דער רב האט טאקע אויפגעשריבן פאר אים דעם סדר פון די תפילות אויף די קומענדיגע וואכן הבעל"ט.

למעשה, איז אים יא געלונגען א וואך שפעטער צו קומען קיין ירושלים, און אט זעט ער ווי אלע אידישע געשעפטן אין שטאט זענען פארמאכט. האט ער זיך דערשראקן, ווער ווייסט צי ער האט נישט געהאט א טעות אין דעם חשבון פון די טעג, און היינט איז גאר שבת... שפעטער האט ער אבער געזען מענטשן גיין מיט זייערע טלית און תפילין, האט ער זיך בארואיגט, אז ווי עס ווייזט אויס, האט ער נישט געהאט א טעות אינעם חשבון פון די טעג. דאן האט ער געפרעגט עטליכע דורכגייער, וואס האט היינט פאסירט, אז אלע געשעפטן אין שטאט זענען געשפארט. האט מען אים געענטפערט, אז היינט איז א תענית ציבור, און דערפאר ארבעט מען נישט היינט. האט דער איד געהאט עגמת נפש אז ער האט געגעסן פריער, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז היינט א תענית ציבור.

איז ער אריבערגעגאנגען צום רב וועמען ער פלעגט אייביג באזוכן, און געהאט טענות, היתכן אז ער האט אים מכשיל געווען מיט אזא הארבע עבירה, צו עסן אין א תענית ציבור. האט דער רב אים בארואיגט זאגנדיג, אז באמת איז היינט נישט א תענית פון די קביעות'דיגע תעניתים, נאר בית דין האט אויסגערופן א תענית ציבור, ווייל עס איז גייט נישט קיין רעגן שוין א לאנגע צייט, און מ'איז דעריבער מתפלל צום אויבערשטען, וואס דער שליסל פון די רעגנס איז ביי אים אין האנט. האט דער פשוט'ער איד זיך געוואונדערט, צי דען וועגן דעם דארף מען אויסרופן צו פאסטן א טאג? האט דער רב אים געענטפערט מיט א שאלה, נו, וואס האלטסטו, וואלט מען געדארפט טוהן? האט דער איד געענטפערט מיט זיין אמונה און תמימות: - וואס הייסט וואס מ'דארף טוהן? איך וואלט ארויסגעגאנגען אין פעלד, און איך וואלט מתפלל געווען צו דעם אויבערשטען, אזוי ווי איך טוה אסאך מאל ווען עס קומט נישט א רעגן, און דער אויבערשטער העלפט מיר אייביג, אז עס הייבט אן צו רעגענען... האט דער רב געבעטן דעם איד, ער זאל אויך דאס מאל אזוי טוהן פאר אונז, די אידן פון ירושלים, וועלכע נויטיגן זיך דרינגענד אין רעגן... האט דער פשוט'ער איד אזוי געטוהן, ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט, ליבער טאטע, דיינע קינדער דארפן האבן רעגן, צי דען ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן אויסגיין פון הונגער ח"ו? א קורצע צייט שפעטער, האט אנגעהויבן אראפצוקומען א שטארקער רעגן.

צו די מעשה וואס עס האט דערציילט דער 'צמח צדק', האט צוגעלייגט זיין זון, הרה"ק רבי שמואל מליובאוויטש זי"ע, אז מ'טוט קיינמאל נישט צוריקשיקן ליידיג די תפילה פון א איד וואס דאווענט מיט תמימות, ווייל ער פארשטייט דאך נישט קיין 'חסידישע פשעטלעך', און ער ווייסט נישט פון קיין 'חכמות'... נאר ער רעדט צו דעם אויבערשטען אזוי ווי א קינד וואס בעט זיך ביי זיין פאטער, און אזא תפילה מוז אנגענומען ווערן אין הימל.

י. מיר האבן געהערט פון דעם מגיד מישרים, הגה"ח רבי בן ציון סנה שליט"א, וועגן א איד וועמען ער קען, א חשוב'ער עסקן איז געווען נישט געזונט ל"ע און איז געלעגן צוויי און א האלב חדשים אין א שפיטאל אין קאליפארניע, ווארטנדיג פאר א 'לונג-איבערפלאנצונג'. עס האט זיך אבער נישט געזען אויפ'ן האריזאנט א ישועה. דער איד איז ליידער געווארן שוואכער און שוואכער ה' ירחם, און די דאקטוירים און עסקנים האבן אים נישט געקענט העלפן, ווייל מ'האט נישט געקענט טרעפן א לונג וואס זאל זיין צוגעפאסט צו זיין קערפער.

פאראיאר, אין דער וואך פון פרשת לך לך תשפ"ו, האבן עטליכע חשוב'ע אידן זיך מטריח געווען און זענען ארויסגעפארן פון ניו יארק, כדי אפצושטאטן ביי אים א באזוך - מצוות ביקור חולים. ווען זיי זענען דארט געווען איז אנגעקומען די צייט צו דאווענען מנחה, און זיי האבן געפרעגט דעם עסקן, וועלכער האט ליידער קוים געקענט ארויסרעדן א ווארט פון שוואכקייט, אויב ער וויל אפשר דאווענען מנחה מיט מנין, ווייל שוין צוויי און א האלב חדשים וואס ער געפינט זיך אין דער פרעמד, און ער האט נישט געהאט א 'מנין' צום דאווענען. האט ער געענטפערט אז יא, ער וויל דאווענען א תפילה בציבור. זיי האבן ב"ה באוויזן צוזאמענצושטעלן א מנין אידן צו דאווענען מנחה, און מ'האט געדאוונט מנחה מיט גרויס כוונה און מיט צובראכענע הערצער. דאן האט פאסירט דער גרויסער וואונדער: אזוי ווי זיי האבן געענדיגט דאווענען מנחה, האבן די דאקטוירים געמאלדן אז מ'האט געפונען א פאסיגע לונג, און א טאג שפעטער האט מען טאקע איבערגעפלאנצט די לונג אינעם קערפער פון דעם עסקן. זעט מען פון דעם ווי ווייט עס דערגרייכט דער כח פון א תפילה פון טיפן הארצן.

יא. די תפילה ווערט נאך מער אנגענומען אויב דער מענטש ווערט נתעורר צו פארגיסן טרערן ביי די תפילה, ווי עס שטייט אין 'תנא דבי אליהו' (רבא כד) אז אלס שכר פאר די דריי טרערן וואס עשו האט אראפגעלאזט פון זיינע אויגן, האט מען אים געגעבן דאס לאנד שעיר, וואס עס פעלט דארט קיינמאל נישט קיין רעגן.

אין זוהר הקדוש, ווערט דערציילט די פאלגענדע מעשה נורא, וועגן דעם כח פון טרערן צו פועל'ן ביים אויבערשטען אפילו 'תחיית המתים' כפשוטו ממש. דער זוהר דערציילט (ח"ג רה.) אז רבי יוסי פון פקיעין איז נסתלק געווארן פון דער וועלט און ער האט איבערגעלאזט נאך זיך א קליינעם זון. דאס קינד האט גאר שטארק געוויינט און געבעטן פון באשעפער, ביז עס איז ארויס א 'בת קול' פון הימל וואס האט אויסגערופן: 'וואויל איז דיר, רבי יוסי, וואס די ווערטער (תפילות) פון דיין קליינעם 'ציגעלע' (זיין קינד) און זיינע טרערן, זענען ארויפגעקומען צום כסא הכבוד פון באשעפער און מ'האט דיך גע'משפט... און מ'האט דיר צוגעגעבן צום לעבן צוויי און צוואנציג יאר! ווייטער זאגט דארט דער זוהר, אז רבי אלעזר האט געזאגט, וואויל איז מיר אז איך האב געזען תחיית המתים. און רבי יוסף האט געזאגט, די 365 טרערן וואס מיין זון האט פארגאסן, זענען אריינגעגאנגען אין חשבון פאר'ן הייליגן באשעפער און ער האט רחמנות געהאט אויף מיר.

אזוי זאגט אויך דער זוהר הקדוש (ח"א קלו:) אויפ'ן לשון פונעם פסוק, ויעתר לו ה', אז יצחק אבינו ע"ה האט מתפלל געווען און ער האט אונטערגעגראבן א 'לאך' צו די 'מזל' וואס איז באשטימט אויף קינדער, און דאן, ויעתר לו ה'. 'ויעתר' קען אויך מיינען 'ויחתר', דאס מיינט, אז דער אויבערשטער האט 'אויסגעגראבן' פאר אים א 'לאך' און ער האט אנגענומען זיין תפילה.

זאגן די ספרים הקדושים, אז בעצם, לויט די דרך הטבע, איז בכלל נישט מעגליך געווען במציאות אז רבקה זאל האבן א קינד, נאר יצחק האט אזוי שטארק געדאווענט, ביז ער האט געעפענט אן 'ארט' אז די תפילה זאל אנגענומען ווערן, און ער האט ממשיך געווען פאר איר קינדער 'אויסער די סדרי בראשית'. די מדת הדין האט אבער געוואלט שטערן די זאך, דערפאר האט דער אויבערשטער 'אויסגעגראבן' און געמאכט א 'לאך', אנצונעמען די תפילות פון יצחק אבינו און רבקה אמנו ע"ה, כדי די מקטרגים זאלן נישט קענען שטערן די תפילה אנגענומען צו ווערן פאר דעם אויבערשטען.

דורך זיין תפילה, ווערט דער מענטש א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות, ווי עס שרייבט דער 'ש"ך על התורה' (מגורי האריז"ל, ריש פרשתינו), אז די סיבה פארוואס רבקה איז געווען אן עקרה איז געווען, כדי מ'זאל מתפלל זיין אויף איר און זי זאל ווערן אן אנדערע באשעפעניש (דורך די תפילה), צו זאגן אז זי איז נישט די זעלבע רבקה וואס איז די 'טאכטער פון בתואל', נאר זי איז א נייע 'רבקה', וואס אויף איר זאגט דער פסוק 'ותהר רבקה'. אויב אזוי, איז זי נישט די זעלבע רבקה, נאר אן אנדערע רבקה, וואס איז נישט די טאכטער פון בתואל. און דאס אלעס, כדי דאס אידישע פאלק זאל ארויסקומען ריין, און זיי זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אומות העולם.

און אויף דעם זאגט דער פסוק 'ויעתר', פונקט אזוי ווי דער 'עתר' - א גאפל, וואס טוט איבערדרייען די תבואה אינעם שייער, אזוי איז רבקה געווארן איבערגעדרייט פון אן עקרה, צו ווערן געהאלפן מיט קינדער דורך די תפילה...

שרייבט דער 'ש"ך על התורה' ווייטער, אז טאקע דערפאר איז לאה נישט געווען אן עקרה, ווייל ווען זי האט געוויינט אז זי זאל נישט אריינפאלן צו עשו הרשע [ווי דער פסוק זאגט (בראשית כט, יז) 'ועיני לאה רכות'], האט זי זיך שוין דעמאלס איבערגעדרייט, און ממילא איז זי נישט געווען די זעלבע 'לאה', ווייל יענע 'לאה' איז טאקע געווען פאר עשו, אבער יעצט איז זי געווען א נייע, אנדערע 'לאה'!

מן הבאר

מיר האבן שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט, אז אויך די תפילה פון רשעים איז מעורר רחמים אין הימל, ווייל דער אויבערשטער הערט יעדע אידישע תפילה, ווי מיר זאגן ביים דאווענען: 'כי אתה שומע תפילת כל פה'.

עס שטייט אין ספר 'משיבת נפש' (פון הגאון רבי יוחנן לוריא זצ"ל, מגדולי רבני אשכנז פאר פינף הונדערט יאר צוריק), אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער סדרה (כז, כב) 'הקל קול יעקב'. דער ערשטער 'קול' שטייט 'חסר', אן א ו', און דער צווייטער 'קול' איז 'מלא', מיט א ו'. כדי מרמז צו זיין, אז אויך ווען דער 'קול יעקב' (די תפילה) קומט פון איינעם וואס איז א 'קל', ווערט עס אויך גערעכנט ביי דעם אויבערשטען ווי א 'קול', און עס איז מבטל די 'ידים ידי עשו'.

דער מדרש זאגט (ב"ר פמ"ה, ד) אז אלע אמהות זענען געווען עקרות, און צווישן די אבות, איז נאר אברהם אבינו ע"ה געווען אן עקר (זע 'ילקוט שמעוני', רמז עח).

די כוונה דערפון איז, ווייל יצחק און יעקב זענען געבוירן געווארן בטהרה פון זייערע הייליגע אבות, צוליב דעם האבן זיי געקענט געבוירן בדרך הטבע. אבער אברהם אבינו ע"ה, וואס ער איז געווען א זון פון תרח וואס ער האט געדינט די עבודה זרה, און אויך די אמהות זענען אלע געווען די טעכטער פון רשעים, האבן זיי דעריבער געדארפט זיין עקרות כדי זיי זאלן נישט קענען געבוירן מיט'ן דרך הטבע, נאר דורך א סאך תפילות צום באשעפער, זענען זיי געהאלפן געווארן, און זענען געווארן ווי נייע באשעפענישן. דורך דעם איז אפגעטוהן געווארן די פארבינדונג און די שייכות וואס זיי האבן געהאט מיט די אומות העולם, און דורך דעם האבן זיי געקענט אויפשטעלן כלל ישראל בקדושה ובטהרה.

יב. די ספרים פרעגן, ווי אזוי קען א תפילה העלפן איבערצודרייען א גזירה? ביי דעם אויבערשטען, איז דאך נישט שייך א 'שינוי רצון', ער זאל טוישן זיין רצון, און דער מצב פון א מענטש זאל זיך טוישן צום גוטן דורך א תפילה. ענטפערט דער 'בני יששכר' (מאמרי השבתות, מאמר ח, אות ז) אין נאמען פון די תלמידי בעל שם טוב זי"ע, אז זיי האבן געזאגט, וויבאלד אז דורך די תפילה ווערט דער מענטש צוגעקלעבט צו א העכערן ארט און ער ווערט איבערגעדרייט צו א נייעם מענטש, איז כאטש ס'איז נגזר געווארן חלילה א גזירה אויף אים, אבער ווען ער דאווענט צו דעם אויבערשטען ברוך הוא, דער 'מהוה כל הויות', קלעבט ער זיך אן דעמאלס צו א העכערן ארט, און ער ווערט אן אנדערע 'הויה'. ממילא איז עס נישט אין גדר פון א 'שינוי רצון' ביי דעם אויבערשטען כביכול, ווייל אויף די נייע באשעפעניש וואס ער איז יעצט, איז די גזירה נישט ארויסגעגעבן געווארן.

דער 'בני יששכר' אליין ענטפערט, אז עס הייסט נישט א 'שינוי רצון', ווייל דאס אליין איז א חלק פון דעם באשעפער'ס גזירה, אז אויב דער מענטש וועט מתפלל זיין צו אים, זאל די גאנצע גזירה געטוישט ווערן צום גוטן.

על דרך ווי עס שרייבט דער 'עיקרים' (מאמר ד' פי"ח) א משל צו א קעניג וואס האט ארויסגעגעבן א גזירה, אז יעדער איינער אין זיין לאנד וואס איז נישט גע'מל'עט, איז מחויב מיתה. איז דאך פשוט אז ווער עס וועט לויפן זיך מל'ען, וועט געראטעוועט ווערן פון דער גזירה, ווייל ער איז דאך שוין מער נישט אין כלל פון די 'ערלים' וואס זענען נישט גע'מל'עט. דאס זעלבע איז מיט'ן מענטש וואס דאוונט צו דעם אויבערשטען. זיין גאנצער מהות ווערט געטוישט, ער איז יעצט א 'נייער' מענטש, און אויף אים איז נישט ארויסגעגעבן געווארן די גזירה.

PDF Preview