פרשת תולדות - תורה א'
פארווארד
הרה"ק ר' שמואל מקארוב איז געווען איינער פון די גרויסע תלמידים פונעם הרה"ק דער חוזה פון לובלין, אין זיינע יונגע יארן האט ר' שמואל זיך מקבל געווען קיינמאל נישט צו בעטן געלט פון קיין מענטשן.
איינמאל ערב פסח האט זיך ר' שמואל געפונען אין א גרויסע דחקות און נישט געהאט צו מינימום צו מאכען די יום טוב פסח, דער חוזה פון לובלין האט דאס צוגעזעהן מיט זיין רוח הקודש און האט געהייסן איינער פון זיינע רייכע תלמידים אפצושיקן א וואגן מיט עסנווארג צו ר' שמואל'ן.
ווען די וואגן איז אנגעקומען צו ר' שמואל האט ער באקומען דערפון גרויס שמחה און געדאנקט דעם באשעפער פאר די גרויסע חסד און טאקע די ערשטע סדר נאכט האט ער געפראוועט מיט גרויס שמחה און התרוממות הנפש, די צווייטע נאכט האט ר' שמואל געפילט א גרויס מידקייט און האט זיך געוואלט אראפגעלייגן שלאפן פאר די סדר אויף א פאר מינוט.
ר' שמואל איז אבער געווען זייער אויסגעמוטשעט און געשלאפן פאר א שטיק צייט, אזוי ווען ער האט זיך אויפגעכאפט איז שוין געווען שפעט, און ר' שמואל האט מקפיד געווען צו עסן די כזית פאר חצות אויך די צווייטע נאכט, און צו זיין גרויס צער האט ר' שמואל זיך געדארפט שטארק יאגן כדי צו כאפן חצות און האט געזאגט די הגדה שנעלערהייט מיט א צובראכענקייט און דערפאר געהאט גרויס צער אז ער האט נישט געקענט אפרעכטן די סדר מיט אזא געהויבנקייט ווי די ערשטע נאכט.
נאך פסח ווען ר' שמואל איז געווען ביים חוזה האט אים דער חוזה מיט זיין רוח הקודש געזאגט: ר' שמואל די צווייטע סדר נאכט (וואס ער האט געזאגט די הגדה מיט אזא צובראכנקייט) האט געלויכטן אין הימל מער ווי די ערשטע נאכט (וואס איז געזאגט געווארן מיט א גוטע געפיל), ר' שמואל האט גלייך פארשטאנען וואס דער חוזה מיינט און פון דעם געזען אז ביים באשעפער איז מער חשובער די צובראכנקייט ווי זעלבסט געהויבענקייט.
אין די קומענדיגע תורה גייט אונז די בת עין ערקלערן אן ענליכן געדאנק אז אפאר מאל ווען מען דאוונט מיט א צובראכענקייט, מען ווייסט מען קען גארנישט בעטן פונעם באשעפער נאר מיט די כח פון זכות אבות איז מער חשוב ביים באשעפער ווי ווען מען דאוונעט און מען בעהט צוליב די אייגענע זכותים. וזוכר חסדי אבות.
תוכן התורה
[א] לשון הפסוק. / די גרויסקייט פון תפילת צדיק בן צדיק.
[ב] א טייטש פון הרה"ק מזיטאמיר אויף די ווערטער 'הבוחר בשירי זמרה'. / עיקר התפילה איז צוליב זכות אבות. / פשט אין פסוק קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראהו 'באמת'. / די חילוק פון תפלת צדיק בן צדיק און צדיק בן רשע.
[ג] פשט אינעם פסוק 'וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' - לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ'. / די טעם פארוואס השי"ת האט ענדערש אנגענומען יצחק'ס תפלה. / די כוונה פון רש"י 'אינו דומה תפלת צדיק בן צדיק לתפלת צדיק בן רשע'.
[א] לשון הפסוק
וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ, כִּי עֲקָרָה הִיא, וַיֵּעָתֶר לוֹ ה'. און יצחק האט זיך געשטארקט צו בעטן צו דעם אויבערשטן – צו די ריכטונג וואס איז אקעגן זיין ווייב (ביי די אנדערע ווינקל) – ווייל זי איז געווען א קינדערלאזע פרוי, און דער אויבערשטער איז געווארן איבערגעבעטן פאר אים און אנגענומען זיין תפלה.
די גרויסקייט פון תפילת צדיק בן צדיק
פֵּרֵשׁ רַשִׁ"י לוֹ וְלֹא לָהּ, רש"י (ד"ה ויעתר לו) זאגט אויף די פסוק אז השי"ת איז איבערגעבעטן געווארן צו זיין תפלה (און נישט צו איר תפלה) ווי עס שטייט 'ויעתר לו השם', לְפִי שֶׁאֵינוֹ דוֹמֶה תְּפִלַּת צַדִּיק בֶּן צַדִּיק לִתְפִלַּת צַדִּיק בֶּן רָשָׁע, ווייל ס'איז נישט גלייך א תפלה פון א צדיק וואס איז אויך א זוהן פון א צדיק (אזוי ווי יצחק בן אברהם) צו א תפלה פון א צדיק וואס איז א קינד פון א רשע (אזוי ווי רבקה בת בתואל).
[ב] א טייטש פון הרה"ק מזיטאמיר אויף די ווערטער 'הבוחר בשירי זמרה'
וְנוּכַל לוֹמַר עַל זֶה, דְּהִנֵּה שָׁמַעְתִּי מֵהַצַּדִּיק הַקָּדוֹשׁ רַבִּי זְאֵב מִטִּיזְמָאִיר פֵּירוּשׁ 'הַבּוֹחֵר בְּשִׁירֵי זִמְרָה', אונז קענען זאגן אויף דעם, איך האב געהערט פונעם הייליגן צדיק ר' זאב וואלף פון זיטאמיר א טייטש אויף די ווערטער ביים דאווענען (ברכת ישתבח) 'הַבּוֹחֵר בְּשִׁירֵי זִמְרָה', הַיְנוּ שֶׁבּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים בָּרוּךְ הוּא בּוֹחֵר רַק בַּשִּׁירַיִים שֶׁל זִמְרָה, אז ס'מיינט צו זאגן אז דער באשעפער וועלט נאר אויס די תפלות וואס זענען די 'שיריים' פון די זמירות, הַיְנוּ לְמִי שֶׁמֵּמִים עַצְמוֹ כְּשִׁירַיִים בִּשְׁעַת זִמְרָה וּתְפִלָּה, דאס מיינט צו ווער עס מאכט זיך ווי שיריים בשעת'ן זאגן זמירות און דאווענען, וְדִבְרֵי פִי חָכָם חֵן, און הייליגע ווערטער פון א חכם האבן א חן און ווערן אנגענומען.
עיקר התפילה איז צוליב זכות אבות
וּלְהָבִין זֶה, דְּהִנֵּה עִיקָּר הָעַבְדוּת הוּא בְּחִינַת עֲנָוָה וְשִׁפְלוּת בֶּאֱמֶת, און צו פארשטיין זיינע הייליגע ווערטער, די עיקר עבודה פון א מענטש איז די בחינה פון ענוה און זיך קליין האלטן באמת, הַיְינוּ שֶׁיִּתְבּוֹנֵן בְּשִׂכְלוֹ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים בָּרוּךְ הוּא, דאס מיינט דער מענטש זאל אריינטראכטן מיט זיין שכל ווען ער שטעלט זיך דאווענען פארן באשעפער, שֶׁמִּצַּד מַעֲשַׂי אֵינִי רָאוּי לְדַבֵּר דָּבָר לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ וּלְבַקֵּשׁ מִמֶּנּוּ גְּדוֹלָה אוֹ קְטַנָּה, אז אלץ מיינע אייגענע מעשים בין איך נישט ראוי ארויסצורעדן א ווארט פארן באשעפער און בעטן פון אים א גרויסע אדער אפילו א קליינע בקשה, וַאֲפִילּוּ פִּתְחוֹן פֶּה לַעֲמוֹד וּלְבַקֵּשׁ מִלְּפָנָיו אֵינִי רָאוּי מִצַּד מַעֲשַׂי, און אפילו נאר אויפצומאכן א מויל און בעטן עפעס פונעם באשעפער בין אויך נישט ראוי אלץ מיינע מעשים, רַק אֲנִי מְבַקֵּשׁ מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּעֲזוֹר לִי בִּזְכוּת אֲבוֹתַי, נאר איך בעט פונעם באשעפער ער זאל מיר העלפן אין זכות פון מיינע עלטערן.
פשט אין פסוק קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראהו 'באמת'
וּבְחִינַת תְּפִלָּה זוּ מְקוּבֶּלֶת לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ, און אזא תפלה איז אנגענומען פארן באשעפער, כְּמַאֲמַר הַכָּתוּב (תהלים קמה, יח) 'קָרוֹב ה' לְכָל קוֹרְאָיו לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת', אזוי ווי די פסוק זאגט 'השי"ת איז נאנט צו אלע וואס רופן אים – צו יעדן וואס רופט אים מיט א אמת', הַיְנוּ שֶׁקָּרוֹב ה' לְקוֹרְאָיו לְקַבֵּל תְּפִלָּתָם, דאס מיינט אז השי"ת איז נאנט צו אלע וואס רופן אים אנצונעמען זייערע תפילות, כְּשֶׁיִּקְרְאוּהוּ מֵחֲמַת הָאֱמֶת, ווען זיי רופן און דאווענען צו אים מיט די בחינה פון 'אמת'.
הַיְנוּ מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, וואס די בחינה פון 'אמת' מיינט אז זיי דאווענען און בעטן צו אים ער זאל זיי העלפן אין די זכות פון זייערע 'זכות אבות', אֱמֶת הוּא בְּחִינַת אָבוֹת, וואס די ווארט 'אמת' איז מרמז צו די אבות הקדושים (זכות אבות), רֹאשׁ תּוֹךְ וְסוֹף, וואס די ווארט א'מ'ת' איז צוזאמגעשטעלט פון די ערשטע אות אין די א"ב די אות א' און די מיטעלסטע אות מ' און די לעצטע אות ת' און איז מרמז אויף די מידות פון די אבות.
די חילוק פון תפלת צדיק בן צדיק און צדיק בן רשע
אַךְ זֶהוּ כְּשֶׁהוּא צַדִּיק בֶּן צַדִּיק, אבער דאס איז נאר ווען א מענטש איז א 'צדיק בן צדיק', אָז יוּכַל לְבַקֵּשׁ מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּעֲזוֹר מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, דעמאלסט קען ער בעטן פונעם באשעפער ער זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע עלטערן.
אֲבָל כְּשֶׁהוּא צַדִּיק בֶּן רָשָׁע אֵינוֹ יָכוֹל לְבַקֵּשׁ מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, אבער ווען ער איז א 'צדיק בן רשע' קען ער נישט בעטן פונעם באשעפער ער זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע עלטערן, רַק עִיקָּר הַבַּקָּשָׁה מוּכְרָח לִהְיוֹת מִצַּד מַעֲשָׂיו, נאר די עיקר בקשה זיינע איז אז השי"ת זאל אים העלפן אין זכות פון זיינע אייגענע גוטע מעשים.
וְלִתְפִלָּה כָּזוּ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹנֶה כָּל כָּךְ לְקַבְּלָהּ, און צו אזא תפלה איילט זיך נישט השי"ת אזוי שנעל עס אנצונעמען, שֶׁאֵינוֹ בּוֹחֵר רַק בְּשִׁירֵי זִמְרָה, ווייל השי"ת וועלט נישט אויס נאר אין די תפלות וואס זענען 'שיריים', זֶה הָעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּשִׁירַיִים, און די תפלות קומען פון דער וואס מאכט זיך אליין קליין און ווייניג ווי 'שיריים' און בעט נאר אין זכות פון זיינע עלטערן.
יִצְחָק - צַדִּיק בֶּן צַדִּיק: וְהִנֵּה יִצְחָק הָיָה צַדִּיק בֶּן צַדִּיק, און יצחק איז דאך געווען א 'צדיק בן צדיק', עַל כֵּן הָיָה תְּפִלָּתוֹ רַק מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, און דערפאר איז זיין תפלה נאר געווען אז השי"ת זאל אים העלפן אלץ 'זכות אבות' אין זכות פון זיין טאטע.
רִבְקָה - צַדֶּיקֶת בַּת רָשָׁע: וְרִבְקָה הָיְתָה צַדֶּיקֶת בַּת רָשָׁע וּתְפִלָּתָהּ הָיְתָה מִצַּד זְכוּתָהּ, אבער רבקה איז געווען א 'צדיקת בת רשע' ממילא ווען זי האט געדאוונט האט זי געבעטן פונעם באשעפער נאר אין איר אייגענע זכות.
[ג] פשט אינעם פסוק 'וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' - לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ'
וְזֶהוּ 'וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' - לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ', און דאס איז וואס די פסוק זאגט 'און יצחק האט זיך געשטארקט צו בעטן דעם באשעפער – אקעגן זיין ווייב', הַיְנוּ שֶׁעֲתִירָתוֹ וּתְפִלָּתוֹ שֶׁל יִצְחָק הָיָה בִּבְחִינַת 'לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ', דאס מיינט אז די תפלה און געבעט פון יצחק איז געווען אין די בחינה פון זיין פארקערט און אנדערש פון זיין ווייב, הַיְנוּ בִּבְחִינַת הִתְנַגְּדוּת נֶגֶד תְּפִלָּתָהּ, דאס מיינט אז זיין תפלה איז געווען פונקט פארקערט פון איר תפלה.
כִּי עֲקָרָה הִיא
וּמִפְּנֵי מַה הָיָה תְּפִלָּתוֹ בִּבְחִינַת הִתְנַגְּדוּת, איז די תורה מסביר מיט וואס איז געווען זיין תפלה אין די בחינה פון 'התנגדות' און פארקערט פון רבקה'ס תפלה, לָזֶה נָתַן טַעַם 'כִּי עֲקָרָה הִיא', פאר דעם גיט די פסוק די טעם 'ווייל רבקה איז געווען א עקרה', הַיְנוּ מֵחֲמַת שֶׁבִּתְפִלָּתָהּ הָיְתָה הִיא בְּעַצְמָהּ הָעִיקָּרִית, דאס מיינט ווייל אין איר תפלה איז זי געווען די עיקר, מֵחֲמַת שֶׁלֹּא הָיְתָה יְכוֹלָה לְבַקֵּשׁ מִצַּד זְכוּת אָבוֹת כַּנַּ"ל, ווייל זי האט נישט געקענט בעטן דעם באשעפער אין זכות פון אירע עלטערן (וואס זענען געווען רשעים) ווי אויבנדערמאנט.
די טעם פארוואס השי"ת האט ענדערש אנגענומען יצחק'ס תפלה
לְכָךְ 'וַיֵּעָתֶר לוֹ ה'', און דערפאר האט זיך דער אייבערשטער זיך געקערט צו יצחק און צו 'זיין' תפלה. שֶׁבּוֹרֵא עוֹלָמִים בָּרוּךְ הוּא פָּנָה רַק לִתְפִלָּתוֹ, אז דער באשעפער האט זיך געקערט נאר צו זיין תפלה, מֵחֲמַת שֶׁתְּפִלָּתוֹ הָיָה רַק בִּבְחִינַת שִׁירַיִים, ווייל זיין דאווענען איז אין זיינע אויגן ווי די בחינה פון 'שיריים' און ער האט כמעט נישט געבעטן דעם באשעפער ער זאל אים העלפן צוליב זיין אייגענע דאווענען, שֶׁעָשָׂה עַצְמוֹ שִׁירַיִים וּזְכוּת אָבוֹת עִיקָּר, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר די 'שיריים' און די עיקר בקשה זיינע צום באשעפער איז געווען מיט די זכות אבות, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ בּוֹחֵר רַק בְּמִי שֶׁמֵּמִים עַצְמוֹ כְּשִׁירַיִים בִּשְׁעַת הַזִּמְרָה וְהַתְּפִלָּה, און דער באשעפער וועלט נישט אויס אין די תפלות נאר ווער ס'האלט זיך ווי 'שיריים' בשעת'ן בעטן און דאווענען.
די כוונה פון רש"י 'אינו דומה תפלת צדיק בן צדיק לתפלת צדיק בן רשע'
וְזֶהוּ שֶׁפֵּרֵשׁ רַשִׁ"י אֵינוֹ דוֹמֶה תְּפִלַּת צַדִּיק בֶּן צַדִּיק לִתְפִלַּת צַדִּיק בֶּן רָשָׁע, און דאס איז וואס רש"י זאגט 'ס'איז נישט גלייך די תפלה פון א צדיק בן צדיק צו די תפלה פון א צדיק בן רשע', הַיְינוּ מֵחֲמַת שֶׁזֶּה יָכוֹל לְבַקֵּשׁ מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, ווייל דער 'צדיק בן צדיק' קען דאווענען און בעטן מיט די כח פון זכות אבות, וּמֵשִׂים עַצְמוֹ כְּשִׁירַיִים לְגַבֵּי הָאָבוֹת, און ער מאכט זיך ווי א איבערגעבליבענע קליין שטיקעל וואס איז איבערגעבליבן (שיריים) אקעגן די זכות און כח פון זכות אבות, הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא פּוֹנֶה לִתְפִלָּתוֹ, און דערפאר קערט זיך דער באשעפער צו זיין תפלה.
אֲבָל צַדִּיק בֶּן רָשָׁע צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ עִיקָּר, אבער א 'צדיק בן רשע' וואס ער דארף זיך מאכן פאר די עיקר אין תפלה אז השי"ת זאל זיך צוהערן צו אים צוליב זיין אייגענע זכות, וְאֵינוֹ יָכוֹל לְבַקֵּשׁ מִצַּד זְכוּת אָבוֹת, און ער קען נישט בעטן מיט 'זכות אבות', וְהוּא עִיקָּר בִּתְפִלָּתוֹ, און ער איז די עיקר אין זיין דאווענען, וְהַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא בּוֹחֵר רַק בְּשִׁירֵי זִמְרָה כַּנַּ"ל בִּבְחִינַת עֲנָוָה, און דער באשעפער וועלט נאר אויס די געזאנגען און די תפלות וואס זענען די שיריים ווי אויבענדערמאנט און זענען אין די בחינה פון ענוה.
יְהִי רָצוֹן שֶׁנִּזְכֶּה לָזֶה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן.