Skip to content

תורה ב'

בת עין - אידיש | November 14, 2026

תוכן התורה: לשון הפסוק. / די הבטחה פון השי"ת צו אברהם. / די קשיא פון רבקה אמנו.

לשון הפסוק

וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ וַתֹּאמֶר אִם כֵּן לָמָּה זֶּה אָנֹכִי. און די קינדער האבן זיך געקריגט און זי האט געזאגט אויב (איך האב אזויפיל צער) וואס דארף איך עס (האבן די קינדער).

די הבטחה פון השי"ת צו אברהם

וְנוּכַל לוֹמַר עַל דֶּרֶךְ זֶה און אונז קענען טייטשען די פסוק אויף די וועג, דְּהִנֵּה הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא הִבְטִיחַ לְאַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה וְאָמַר לוֹ (בראשית טו, א) 'אָנֹכִי מָגֵן לָךְ שְׂכָרְךָ' וְגוֹ' ווייל דער אייבישטער האט דאך צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און אים געזאגט 'איך בין א שיצונג צו דיר – דיין שכר איז פיל'.

אָנֹכִי מָגֵן לָךְ

מָגֵן בִּלְשׁוֹן תַּרְגּוּם הוּא חִנָּם די ווארט מָגֵן איז אין לשון תרגום טייטש 'אומזיסט', רְצוֹנוֹ לוֹמַר שֶׁהַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא הִבְטִיחַ לְאַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה שֶׁיַּעֲשֶׂה לוֹ וּלְזַרְעוֹ תָּמִיד חֶסֶד חִנָּם דאס מיינט צו זאגן אז דער באשעפער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז ער וועט שטענדיג טאהן צו אים און זיינע קינדער אומזיסטע חסד, וְלֹא יְשַׁלֵּם לָהֶם כְּמַעֲשָׂם וְכִגְמוּלָם און ווען זיי וועלן דארפן זכותים וועט ער זיי נישט באצאלן נאר לויט זייערע מעשים און וואס ס'קומט זיך זיי (נאר ער וועט זיי געבן חסדים אומזיסט און אסאך מער וואס עס קומט זיך זיי).

די קשיא פון רבקה אמנו

וְהִנֵּה רִבְקָה כְּשֶׁהָיָה לָהּ צַעַר הֵרָיוֹן הָיָה מוּחְלָט בְּדַעְתָּהּ שֶׁבְּוַודַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְשַׁלֵּם לָהּ לְפִי מַעֲשֶׂיהָ און ווען רבקה האט געהאט צער איז געווען אפגעמאכט אין געוויסן אז דאס איז ווייל דער אייבישטער באצאלט איר לויט אירע מעשים וואס עס קומט זיך איר (און ס'קומט זיך איר נישט בעסער), וְהָיָה זֶה לְפֶלֶא בְּעֵינֶיהָ און דאס איז געווען צו וואונדער אין אירע אויגן, מֵחֲמַת שֶׁהַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא הִבְטִיחַ לְאַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה שֶׁיַּעֲשֶׂה תָּמִיד חֶסֶד חִנָּם ווייל דער אייבישטער האט דאך צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז ער וועט שטענדיג טאהן אומזיסטע חסד (מיט זיינע קינדער), וְלֹא לְפִי מַעֲשֵׂיהֶם און נישט לויט זייערע מעשים.

וַתֹּאמֶר 'אִם כֵּן'

'וַתֹּאמֶר אִם כֵּן' כְּשֶׁיֵּשׁ לִי צַעַר הֵרָיוֹן מִסְּתָמָא הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְשַׁלֵּם לִי כְּפִי מַעֲשַׂי און די פסוק זאגט אז זי האט זיך אפגערעדט און געזאגט: 'אויב אזוי' [אִם כֵּן] אז איך האב אזויפיל צער איז מן הסתם באצאלט מיר יא דער באשעפער שכר נאר וויפיל עס קומט זיך מיר לויט מיינע מעשים.

'לָמָּה זֶּה אָנֹכִי'

'לָמָּה זֶּה אָנֹכִי' און רבקה האט געזאגט 'פארוואס דארף איך דאס', הַיְינוּ לָמָּה הִבְטִיחַ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְאַבְרָהָם בְּחִינַת 'זֶּה אָנֹכִי' גִּימַטְרִיָּא 'מָגֵן' דאס מיינט די פסוק אז רבקה האט געמיינט צו זאגן 'לָמָּה' פארוואס האט דער אייבישטער צוגעזאגט פאר אברהם אבינו די בחינה פון 'זֶּה אָנֹכִי' וואס איז בגמטריא 'מָגֵן', הַיְינוּ שֶׁיַּעֲשֶׂה תָּמִיד חֶסֶד חִנָּם עִם זַרְעוֹ דאס מיינט אז ער וועט שטענדיג טאהן אומזיסטע חסד מיט זיינע קינדער (און זי זעהט נישט ווי ס'ווערט מקויים ביי איר).

יְהִי רָצוֹן שֶׁנִּזְכֶּה לָזֶה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן.

א. ראה עוד מה שכתב רבינו להלן פרשת חקת ד"ה או יאמר דבר אל: כאשר שמעתי בשם המגיד הגדול ז"ל שפירש מגן אברהם לשון מגן בחינת חנם, היינו שהקב"ה הוא נותן לעולם בחינת חסד חנם, וזהו בחינת מגן היינו חנם, ובחינת אברהם היינו בחינת חסד, וזהו היתה בחינת אברהם שהיה מבין בדעתו תמיד איך שהקב"ה עושה עמו חסד חנם בחינת מגן אברהם.

PDF Preview