ויעתר יצחק - דורך תפילה ווערט מען א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות
מיר לייענען אין דער היינטיגער פרשה (כה, כא) 'ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו כי עקרה היא'. פרעגט דער 'רבינו בחיי', אז לכאורה וואלט דער פסוק געדארפט פריער זאגן 'ותהי רבקה עקרה' [אזוי ווי ביי שרה, וואס דער פסוק זאגט, 'ותהי שרי עקרה אין לה ולד'], און ערשט דערנאך זאל ער זאגן 'ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו', אז יצחק און רבקה האבן מתפלל געווען אויף קינדער.
ענטפערט דער 'רבינו בחיי', אז אויבנאויף קען מען מיינען, אז וויבאלד רבקה איז געווען אן עקרה האבן זיי געדארפט דאווענען. דאס איז אבער נישט ריכטיג, נאר אדרבה, ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז זיי זאלן דאווענען, ווייל ער האט ליב געהאט צו הערן זייער תפילה, וועגן דעם האט דער אויבערשטער געמאכט אז זיי זאלן נישט האבן קינדער. און אויף דעם זאגן טאקע חז"ל (שהש"ר פ"ב, לד) אז די אמהות זענען געווען עקרות, 'מפני שהקדוש ברוך הוא מתאוה לתפילתן של צדיקים' - ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן די תפילה פון די צדיקים, עכ"ד.
אזוי שרייבט דער 'ערבי נחל' (פ' וארא), אז צומאל דויערט צייט ביז די בקשה פונעם מענטש ווערט ערפילט, ווייל דער אויבערשטער גליסט אז ער זאל מתפלל זיין צו אים.
לויט דעם טייטשט דער 'ערבי נחל' דעם פסוק (תהלים פו, ג) 'חנני ה' כי אליך אקרא כל היום'. איז שווער, 'חנני' איז משמע אז ער בעט א 'מתנת חינם'. אויב אזוי, וואס פאר א 'נתינת טעם' איז עס 'כי אליך אקרא', וואס ס'איז משמע, גיב מיר א מתנת חינם, ווייל איך דאווען צו דיר א גאנצן טאג [אויב ער דאווענט צו אים א גאנצן טאג, איז דאך די מתנה נישט אומזיסט - א 'מתנת חינם']. אויך פרעגט ער, לויט'ן דקדוק הלשון, וואלט דוד המלך ע"ה געדארפט זאגן 'קראתי כל היום', איך האב גערופן צו דיר א גאנצן טאג, און נישט א לשון עתיד - 'אקרא'?
נאר די כוונה פון פסוק איז, דוד המלך ע"ה האט געבעטן חנני ה', גיב מיר שוין יעצט א 'מתנת חינם', און האלט דיך נישט צוריק פון ערפילן מיין בקשה כדי איך זאל מתפלל זיין פאר דיר, ווייל איך נעם שוין אויף זיך, 'לעתיד', אז איך וועל מתפלל זיין צו דיר א גאנצן טאג. אויך נאך דעם ווי מיין בקשה וועט ערפילט ווערן.
דער 'ערבי נחל' לייגט צו א גרויסן יסוד, אז צוליב דעם טעם זאגן חז"ל (סנהדרין מד:) 'לעולם יקדים אדם תפילה לצרה' וכו', ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן אידישע תפילות, און אויב דער מענטש איז מתפלל נאר דעמאלס ווען ער דארף עפעס האבן, ווערט זיין בקשה צוריקגעהאלטן פון ערפילט צו ווערן, כדי ער זאל אסאך מתפלל זיין. מה שאין כן דער מענטש וואס דאווענט אייביג, אויך ווען עס גייט אים גוט ב"ה, איז דאך נישט דא קיין סיבה צו ברענגען אויף אים א צרה ח"ו, און אויך אויב עס וועט יא קומען א צרה ח"ו וועט עס באלד אפגעטוהן פון אים, עכ"ד.
אויך שרייבט דער 'רבינו בחיי', אז פון דא קען מען לערנען וועגן דעם גרויסן כח פון תפילה, אז עס איז בכח אויך צו טוישן די טבע'. און צוליב דעם דערמאנט ער דאס לשון 'ויעתר', און ער זאגט נישט 'ויתפלל', אדער 'ויצעק', אדער אן אנדער לשון, ווייל עס איז פון לשון 'עתר' (א גאפל), ווי די גמרא זאגט (סוכה יד.) אז די תפילה פון די צדיקים איז צוגעגליכן צו א גאפל, פונקט אזוי ווי א גאפל דרייט איבער די תבואה אינעם שייער פון איין ארט צום אנדערן, אזוי טוט די תפילה פון די צדיקים איבערדרייען די מדה פון דעם אויבערשטען, פון אכזריות צו רחמנות', עכ"ל.
אויך זאגט דער זוהר הקדוש (ח"א קלז:) אויפ'ן לשון פונעם פסוק, ויעתר לו ה', אז יצחק אבינו ע"ה האט מתפלל געווען און ער האט אונטערגעגראבן א 'לאך' צו די 'מזל' וואס איז באשטימט אויף קינדער, און דאן, ויעתר לו ה'. 'ויעתר' קען אויך מיינען 'ויחתר', דאס מיינט, אז דער אויבערשטער האט 'אויסגעגראבן' פאר אים א 'לאך' און ער האט אנגענומען זיין תפילה.
זאגן די ספרים הקדושים, אז בעצם, לויט די דרך הטבע, איז בכלל נישט מעגליך געווען במציאות אז רבקה זאל האבן א קינד, נאר יצחק האט אזוי שטארק געדאוונט, ביז ער האט געעפענט אן 'ארט' אז די תפילה זאל אנגענומען ווערן, און ער האט ממש געווען פאר איר קינדער 'אויסער די סדרי בראשית'. די מדת הדין האט אבער געוואלט שטערן די זאך, דערפאר האט דער אויבערשטער 'אויסגעגראבן' און געמאכט א 'לאך', אנצונעמען די תפילות פון יצחק אבינו און רבקה אמנו ע"ה, כדי די מקטרגים זאלן נישט קענען שטערן די תפילה אנגענומען צו ווערן פאר דעם אויבערשטען.
דורך זיין תפילה, ווערט דער מענטש א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות, ווי עס שרייבט דער 'ש"ך על התורה' (מגורי האר"י ז"ל, ריש פרשתינו), אז די סיבה פארוואס רבקה איז געווען אן עקרה איז געווען, כדי מ'זאל מתפלל זיין אויף איר און זי זאל ווערן אן אנדערע באשעפעניש (דורך די תפילה), צו זאגן אז זי איז נישט די זעלבע רבקה וואס איז די 'טאכטער פון בתואל', נאר זי איז א נייע 'רבקה', וואס אויף איר זאגט דער פסוק 'ותהר רבקה'. אויב אזוי, איז זי נישט די זעלבע רבקה, נאר אן אנדערע רבקה, וואס איז נישט די טאכטער פון בתואל. און דאס אלעס, כדי דאס אידישע פאלק זאל ארויסקומען ריין, און זיי זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אומות העולם.
און אויף דעם זאגט דער פסוק 'ויעתר', פונקט אזוי ווי דער 'עתר' - א גאפל, וואס טוט איבערדרייען די תבואה אינעם שייער, אזוי איז רבקה געווארן איבערגעדרייט פון אן עקרה, צו ווערן געהאלפן מיט קינדער דורך די תפילה...
שרייבט דער 'ש"ך על התורה' ווייטער, אז טאקע דערפאר איז לאה נישט געווען אן עקרה, ווייל ווען זי האט געוויינט אז זי זאל נישט אריינפאלן צו עשו הרשע [ווי דער פסוק זאגט (בראשית כט, יז) 'ועיני לאה רכות'], האט זי זיך דעמאלט שוין איבערגעדרייט, און ממילא איז זי נישט געווען די זעלבע 'לאה', ווייל יענע 'לאה' איז טאקע געווען פאר עשו, אבער יעצט איז זי געווען א נייע, אנדערע 'לאה'!
דער מדרש זאגט (ב"ר פמ"ה, ה) אז אלע אמהות זענען געווען עקרות, און צווישן די אבות, איז נאר אברהם אבינו ע"ה געווען אן עקר (עפ"י 'ילקוט שמעוני', רמז עח).
די כוונה דערפון איז, ווייל יצחק און יעקב זענען געבוירן געווארן בטהרה פון זייערע הייליגע אבות, צוליב דעם האבן זיי געקענט געבוירן בדרך הטבע. אבער אברהם אבינו ע"ה, וואס ער איז געווען א זון פון תרח וואס ער האט געדינט די עבודה זרה, און אויך די אמהות זענען אלע געווען די טעכטער פון רשעים, האבן זיי דעריבער געדארפט זיין עקרות כדי זיי זאלן נישט קענען געבוירן מיט'ן דרך הטבע, נאר דורך א סאך תפילות צום באשעפער, זענען זיי געהאלפן געווארן, און זענען געווארן ווי נייע באשעפענישן, דורך דעם איז אפגעטוהן געווארן די פארבינדונג און די שייכות וואס זיי האבן געהאט מיט די אומות העולם, און דורך דעם האבן זיי געקענט אויפשטעלן כלל ישראל בקדושה ובטהרה.
ז
אויב א מענטש ליידט יסורים ח"ו, קען ער זיך שטארקן און מחזק זיין פון דעם פאקט, אז ס'איז מעגליך אז די גאנצע סיבה פון די יסורים איז נאר דערפאר ווייל דער אויבערשטער גליסט צו הערן זיין תפילה, און ער פאדערט פון אים, 'השמיעיני את קולך, כי קולך ערב'. ממילא, אויב ער זעט אז זיין תפילה איז נאך נישט געענטפערט געווארן, זאל ער נישט ווערן געפאלן ביי זיך, צו טראכטן אז מ'וויל חלילה נישט הערן זיין תפילה אין הימל, נאר אדרבה, טאקע דערפאר ווייל דער אויבערשטער וויל הערן זיין תפילה, צוליב דעם איז ער נאך נישט געענטפערט געווארן, כדי ער זאל ווייטער מתפלל זיין...
ח
די גמרא זאגט (פסחים קיח.) 'קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף', און אויך די פרנסה פון מענטש איז שווער אזוי ווי קריעת ים סוף. פרעגן די מפרשים, וואס איז שייך אז א זאך זאל זיין 'שווער' ביי דעם אויבערשטען כביכול. איז דער תירוץ, ווייל דער מדרש זאגט (שמו"ר פכ"א, ה) אז דער אויבערשטער האט ארומגענומען די אידן אין מדבר אויף אן אופן, אז די מצריים זאלן זיין אויף איין זייט און דער ים זאל זיין פון דער צווייטער זייט, און די אידן זאלן נישט האבן א וועג ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן פון די צרה. דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט אזוי געטוהן, איז ווייל ער האט געוואלט הערן זייער תפילה...
נאך דעם ווי די אידן האבן געשריגן צו דעם אויבערשטען, האט ער זיי געוואלט העלפן און שפאלטן פאר זיי דעם ים. ער האט אבער געוואוסט אז פון יעצט און ווייטער וועלן זיי אויפהערן צו שרייען און מתפלל זיין צו אים, און דאס איז געווען שווער אין זיינע אויגן, אזוי ווי חז"ל זאגן (וועגן שמיני עצרת, אז דער אויבערשטער זאגט) 'קשה עלי פרידתכם'...
דאס זעלבע איז מיט די פרנסה און דער זיווג פון מענטש. דער אויבערשטער גליסט צו אידישע תפילות, און צוליב דעם איז ער נישט משפיע מיט איין מאל פרנסה בהרחבה, און דאס זעלבע איז מיט א זיווג. דער אויבערשטער קוקט ארויס אז זיינע ליבע אידישע קינדער זאלן מתפלל זיין און שרייען 'מאין יבוא עזרי'. ס'איז אבער 'שווער' כביכול צו ערפילן זייערע פארלאנגען, ווייל דאן וועלן זיי מער נישט דאווענען, און עס איז א בחינה פון 'קשה עלי פרידתכם'...
דעריבער איז די עצה, אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען זיך צו ווענדן צו דעם אויבערשטען אין יעדן מצב, סיי איידער עס קומט די ישועה, און אויך שפעטער, ווען מ'דארף לויבן דעם אויבערשטען פאר די ישועה. אויב עס וועט נישט זיין א 'פרידתכם' - מיר וועלן זיך נישט אפשיידן ח"ו פון באשעפער - וועט אויך נישט זיין א מצב פון 'קשה'...
מ'דערציילט, אז איינער פון די יקירי ירושלים, הרה"צ רבי יצחק דוד גוטפארב זצ"ל, האט זיך אמאל גענויטיגט אין א ישועה פון הימל, און ער איז געגאנגען פערציג טעג מתפלל זיין ביים כותל המערבי, און ער האט דארט געבעטן דעם באשעפער. ווען ער איז געהאלפן געווארן בעזרת השי"ת, איז ער געגאנגען נאך פערציג טעג צום כותל המערבי, כדי צו דאנקען דעם אויבערשטען פאר דעם חסד וואס ער האט געטוהן מיט אים.
מן הבאר
עס ווערט דערציילט אז ווען הגה"צ רבי מענדעלע הורוויץ זצ"ל הי"ד (א זון פון הרה"ק ר' אלטר'ל דזשיקובער זי"ע הי"ד, און א ברודער פון הרה"ק רבי יהודה'לע דזשיקובער זי"ע), איז געווען א קינד, איז ער געווען זייער נישט געזונט ל"ע. זיין לעבן איז געווען אין א געפאר ה' ירחם. האט דער זיידע פונעם קינד, דער וויזשניצער רבי הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' זי"ע, געזאגט צו זיין איידים (און פלימעניק), הרה"ק רבי אלטר'ל, דער טאטע פונעם קינד:
- מיר ווייסן דאך אז 'שלשה שותפים באדם'. עס זענען דא דריי שותפים אין א מענטש, דער אויבערשטער, זיין טאטע, און זיין מאמע. דער דין איז ביי א שותפות, אז אויב דריי מענטשן מאכן א שותפות אין א געשעפט, קען קיינער פון זיי זיך נישט ארויסציען פונעם שותפות, נאר די אנדערע צוויי שותפים קענען אים צווינגען צו בלייבן ווייטער אלס שותף (שו"ע חו"מ סי' קעו, סט"ו). ממילא, קענט איר אויך, אלס שותפים אין אייער קינד, 'צווינגען כביכול דעם אויבערשטען', וואס ער איז דער דריטער שותף, ער זאל איבערלאזן ביי אייך אין האנט דעם טייערן פקדון וואס ער האט אייך געגעבן.
- ס'איז אבער דא נאך א הלכה ביי א שותפות - האט דער 'אהבת ישראל' ווייטער געזאגט צו זיין איידים - אז אויב צוויי פון די שותפים זענען זיך מייאש פון דעם געשעפט, איז דער דריטער שותף זוכה אין דער גאנצער סחורה אלס הפקר. ממילא, דארפט איר זייער שטארק אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין יאוש חלילה. 'חזקו ויאמץ לבבכם', איר זאלט נישט אויפגעבן האפענונג ח"ו, און ווייטער מתפלל זיין צום אויבערשטען ער זאל שיקן א רפואה פאר אייער מענדעלע'ן.
הרה"ק רבי אלטר'ל און זיין רעביצין האבן טאקע שטארק מתפלל געווען, און דאס קינד איז געזונט געווארן בעהי"ת (ליידער איז ער אומגעקומען אין דער ביטערער מלחמה, הי"ד). (הגדה של פסח 'מפי ספרים וסופרים', הערה קב)
איז דאך נישט דא קיין סיבה צו ברענגען אויף אים א צרה ח"ו, און אויך אויב עס וועט יא קומען א צרה ח"ו וועט עס זיך באלד אפטוהן פון אים, עכ"ד.
אויך שרייבט דער 'רבינו בחיי', אז פון דא קען מען לערנען וועגן דעם גרויסן כח פון תפילה, אז עס איז בכח אויך צו טוישן די טבע. און צוליב דעם טעם דערמאנט ער דאס לשון 'ויעתר', פונקט אזוי ווי דער 'עתר' - א נאפל, וואס טוט איבערדרייען די תבואה אינעם שייער, אזוי ווי די גמרא זאגט (סוכה יד.) אז די תפילה פון די צדיקים איז צוגעגליכן צו א נאפל, פונקט אזוי ווי א נאפל דרייט איבער די תבואה אינעם שייער פון איין ארט צום אנדערן, אזוי
ט. ווי גרויס ס'איז דער כח פון תפילה, קען מען אויך זען פון דעם פסוק (בראשית כא, יז) 'וישמע אלוקים את קול הנער'. זאגט רש"י, פון דא לערנען מיר אז די תפילה פונעם חולה איז חשוב'ער ווי די תפילה פון אנדערע מענטשן, און עס ווערט פריער אנגענומען.
איז לכאורה שווער, חז"ל זאגן דאך (ברכות ה:) 'אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים' (דער ארעסטאנט קען זיך נישט אליין באפרייען פון טורמע), אויב אזוי, ווי אזוי איז מעגליך אז די תפילה פון א חולה איז חשוב'ער ווי די תפילות פון אנדערע מענטשן?
ענטפערן רבותינו בעלי התוספות (אין ספר 'מושב זקנים'), און אויך דער 'טור' אין זיין פירוש שרייבט אזוי, אז תפילה איז אנדערש..! (עס איז באקאנט, אז דער גאון רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל האט אמאל אויפגעשריבן די דאזיגע ווערטער פון תוספות און דעם 'טור', און עס אויפגעהאנגען ביים בעט פון זיין זון וועלכער איז געווען נישט געזונט ל"ע, כדי צו שטארקן דעם ענין פון תפילה בכלל, און די תפילה פונעם חולה אויף זיך בפרט).
ווי ווייט עס דערגרייכט דער כח פון תפילה, האבן מיר געהערט א מורא'דיגע מעשה פון איינעם וואס האט געקענט די בעלי העובדא. פאר דער קריג, איז ביי א משפחה אין ווארשע געבוירן געווארן דאס ניינטע קינד, אבער ליידער איז עס געבוירן געווארן מיט פארקרימטע פיס רח"ל. די עלטערן האבן אבער געטראפן בחסדי ה' א גוי'שע דאקטארין, וועלכע האט באהאנדלט דאס קינד און אויסגעגליכן זיינע פיס ווי געהעריג.
א צייט שפעטער, ווען די ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן און די משפחה איז געווען אין געטא, איז געבוירן געווארן ביי זיי דאס צענטע קינד, אויך ליידער מיט פארקרימטע פיס ה"י. איז די מאמע ארויסגעלאפן אין געהיים פון געטא צום הויז פון דער דאקטארין, וועלכע האט אויך דאס מאל באהאנדלט דאס קינד און באוויזן אויסצוגלייכן זיינע פיס.
ווען די מאמע האט געוואלט צוריקגיין מיט איר קינד צוריק אין געטא, האט די דאקטארין איר געפרעגט וואוהין זי גייט, און ווען זי האט געענטפערט אז זי גייט צוריק אין געטא, האט די דאקטארין איר געפרעגט אויב זי איז אראפ פון זינען ח"ו... מ'וועט דאך אייך אלע אויס'הרג'ענען דארט, האט זי געזאגט. האט די מאמע פונעם קינד געזאגט צו דער דאקטארין, נו, וואס דען זאל איך טוהן? איך האב דאך דארט מיין גאנצע משפחה מיט 9 קינדער... האט די דאקטארין איר געזאגט, גיי צוריק אין געטא, נעם צוזאמען דיין גאנצע משפחה, און קומט אהער מיט אלע קינדער... זי האט אזוי געטוהן, די גאנצע משפחה (מיט די צען קינדער) האבן זיך באהאלטן אין משך פון דער גאנצער צייט פון דער מלחמה, ביי דער גוי'טע אין שטוב, און אזוי זענען זיי אלע געראטעוועט געווארן פון אומקום ה"י.
נאך דער מלחמה, האט די משפחה עמיגרירט קיין אמעריקע, און איידער זיי האבן חתונה געמאכט דאס ערשטע קינד, האבן זיי געשיקט א 'טיקעט' און איינגעלאדן די גוי'שע דאקטארין וואס האט געראטעוועט די גאנצע פאמיליע אין די מלחמה יארן, צו קומען קיין אמעריקע צו דער חתונה. זי איז טאקע געקומען צו פארן, און ווען זי איז געווען אין אמעריקע, האבן מענטשן איר געפרעגט, פארוואס זי האט עס געטוהן, זיך איינצושטעלן דאס לעבן (ווי באקאנט, אויב די דייטשן ימ"ש האבן געכאפט א איד באהאלטן ביי א גוי, האבן זיי גע'הרג'עט אויך דעם גוי און זיין משפחה) כדי צו ראטעווען א אידישע משפחה.
האט די גוי'שע דאקטארין געענטפערט, אז אלס קינד האט זי געלערנט תנ"ך, און זי האט דארט געזען (אין פרשת וירא) ווי עס ווערט געשילדערט די תפילה פון אברהם אבינו ע"ה, אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטען אז אויב עס זענען דא צען צדיקים אין סדום, זאל ער אין זייער זכות ראטעווען די גאנצע שטאט, און דער אויבערשטער האט מסכים געווען דערצו, אז אויב ס'זענען דא צען צדיקים אין שטאט, וועט די שטאט נישט חרוב ווערן. פאקטיש, האבן דאך אבער נישט געלעבט אין סדום צען צדיקים, ממילא איז די שטאט חרוב געווארן. האב איך געטראכט ביי זיך - האט די גוי'שע דאקטארין געזאגט - די אידן זענען דאך צדיקים. נו, וואס וועט פאסירן אויב די רשעים וועלן אומברענגען אלע אידן ח"ו און עס וועט נישט בלייבן אפילו א מנין אידן אין ווארשע, וועט דאך די גאנצע שטאט ווערן איבערגעדרייט אזוי ווי סדום און עמורה זענען איבערגעדרייט געווארן. דעריבער, כדי צו ראטעווען די שטאט ווארשע, האב איך אריינגענומען די גאנצע אידישע משפחה אין הויז, כדי צו ראטעווען ווארשע.
פון דער דאזיגער מעשה לערנען מיר, די מפרשים רעדן דאך ארום דאס ענין וואס עס זעט אויס 'אויבנאויף' ווי די גאנצע תפילה פון אברהם אבינו ע"ה וואס ער האט זיך געבעטן אולי יש חמשים צדיקים, ארבעים וגו', האט נישט געהאלפן, און מיר ווייסן דאך אז קיין שום תפילה גייט נישט פארפאלן. נו, אויב אזוי, ווי איז געגאנגען די תפילה פון אברהם אבינו? אבער טויזנטער יארן שפעטער, האט עס יא געהאלפן צו ראטעווען א גאנצע משפחה לדורות עולם. ממילא, טאר מען זיך נישט מייאש זיין פון תפילה, נאר מ'דארף גלייבן אז יעדע תפילה פועל'ט אלע גוטע השפעות.
דער עיקר איז, מתפלל צו זיין מיט אמונה שלימה אין דעם כח פון תפילה.
הרה"ק בעל 'צמח צדק' זי"ע פון ליובאוויטש האט דערציילט, אז אין א דארף נעבן ירושלים האט געוואוינט א פשוט'ער איד, אן איש תם וישר, וועלכער האט אבער אפילו נישט געקענט דאווענען. ער האט זיך געפירט, אז יעדע וואך איז ער געגאנגען קיין ירושלים צו פארקויפן פרוכט און גרינצייג פון זיין פעלד, און דאן פלעגט ער אריינגיין צום שטאט רב פון ירושלים, ער זאל אים אויפשרייבן אויף א צעטל גענוי וואס ער דארף דאווענען במשך פון דער קומענדיגער וואך. אמאל חודש חשון, האט דער איד געבעטן דעם רב ער זאל אים פארשרייבן דעם סדר פון די תפילות פאר עטליכע וואכן צייט, וויבאלד עס גייט דאך רעגענען במשך פונעם ווינטער, און ער ווייסט נישט אויב ער וועט קענען קומען קיין ירושלים פארקויפן זיינע פירות און ירקות. דער רב האט טאקע אויפגעשריבן פאר אים דעם סדר פון די תפילות אויף די קומענדיגע וואכן הבעל"ט.
למעשה, איז אים יא געלונגען א וואך שפעטער צו קומען קיין ירושלים, און אט זעט ער ווי אלע אידישע געשעפטן אין שטאט זענען פארמאכט. האט ער זיך דערשראקן, ווער ווייסט צי ער האט נישט געהאט א טעות אין דעם חשבון פון די טעג, און היינט איז גאר שבת... שפעטער האט ער אבער געזען מענטשן גיין מיט זייערע טלית און תפילין, האט ער זיך בארואיגט, אז ווי עס ווייזט אויס, האט ער נישט געהאט א טעות אינעם חשבון פון די טעג. דאן האט ער געפרעגט עטליכע דורכגייער, וואס האט היינט פאסירט, אז אלע געשעפטן אין שטאט זענען געשפארט. האט מען אים געענטפערט, אז היינט איז א תענית ציבור, און דערפאר ארבעט מען נישט היינט. האט דער איד געהאט עגמת נפש אז ער האט געגעסן פריער, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז היינט א תענית ציבור.
איז ער אריבערגעגאנגען צום רב וועמען ער פלעגט אייביג באזוכן, און געהאט טענות, היתכן אז ער האט אים מכשיל געווען מיט אזא הארבע עבירה, צו עסן אין א תענית ציבור. האט דער רב אים בארואיגט זאגנדיג, אז באמת איז היינט נישט א תענית פון די קביעות'דיגע תעניתים, נאר בית דין האט אויסגערופן א תענית ציבור, ווייל עס איז גייט נישט קיין רעגן שוין א לאנגע צייט, און מ'איז דעריבער מתפלל צום אויבערשטען, וואס דער שליסל פון די רעגנס איז ביי אים אין האנט. האט דער פשוט'ער איד זיך געוואונדערט, צי דען וועגן דעם דארף מען אויסרופן צו פאסטן א טאג? האט דער רב אים געענטפערט מיט א שאלה, נו, וואס האלטסטו, וואלט מען געדארפט טוהן? האט דער איד געענטפערט מיט זיין אמונה און תמימות:
- וואס הייסט וואס מ'דארף טוהן? איך וואלט ארויסגעגאנגען אין פעלד, און איך וואלט מתפלל געווען צו דעם אויבערשטען, אזוי ווי איך טוה אסאך מאל ווען עס קומט נישט א רעגן, און דער אויבערשטער העלפט מיר אייביג, אז עס הייבט אן צו רעגענען...
האט דער רב געבעטן דעם איד, ער זאל אויך דאס מאל אזוי טוהן פאר אונז, די אידן פון ירושלים, וועלכע נויטיגן זיך דרינגענד אין רעגן... האט דער פשוט'ער איד אזוי געטוהן, ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט, ליבער טאטע, דיינע קינדער דארפן האבן רעגן, צי דען ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן אויסגיין פון הונגער ח"ו? א קורצע צייט שפעטער, האט אנגעהויבן אראפצוקומען א שטארקער רעגן.
צו די מעשה וואס עס האט דערציילט דער 'צמח צדק', האט צוגעלייגט זיין זון, הרה"ק רבי שמואל מליובאוויטש זי"ע, אז מ'טוט קיינמאל נישט צוריקשיקן ליידיג די תפילה פון א איד וואס דאווענט מיט תמימות, ווייל ער פארשטייט דאך נישט קיין 'חסידישע פשעטלעך', און ער ווייסט נישט פון קיין 'חכמות'... נאר ער רעדט צו דעם אויבערשטען אזוי ווי א קינד וואס בעט זיך ביי זיין פאטער, און אזא תפילה מוז אנגענומען ווערן אין הימל.
טוט די תפילה פון די צדיקים איבערדרייען די מדה פון דעם אויבערשטען, פון אכזריות צו רחמנות, עכ"ל. יא
אזוי זאגט אויך דער זוהר הקדוש (ח"א קלז:) אויפ'ן לשון פונעם פסוק, 'ויעתר לו ה', אז יצחק אבינו ע"ה
י. מיר האבן געהערט פון דעם מגיד מישרים, הגה"ח רבי בן ציון סנה שליט"א, וועגן א איד וועמען ער קען, א חשוב'ער עסקן איז געווען נישט געזונט ל"ע און איז געלעגן צוויי און א האלב חדשים אין א שפיטאל אין קאליפארניע, ווארטנדיג פאר א 'לונג-איבערפלאנצונג'. עס האט זיך אבער נישט געזען אויפ'ן האריזאנט א ישועה. דער איד איז ליידער געווארן שוואכער און שוואכער ה' ירחם, און די דאקטוירים און עסקנים האבן אים נישט געקענט העלפן, ווייל מ'האט נישט געקענט טרעפן א לונג וואס זאל זיין צוגעפאסט צו זיין קערפער.
פאריאר, אין דער וואך פון פרשת לך לך תשפ"ו, האבן עטליכע חשוב'ע אידן זיך מטריח געווען און זענען ארויסגעפארן פון ניו יארק, כדי אפצושטאטן ביי אים א באזוך - מצוות ביקור חולים. ווען זיי זענען דארט געווען איז אנגעקומען די צייט צו דאווענען מנחה, און זיי האבן געפרעגט דעם עסקן, וועלכער האט ליידער קוים געקענט ארויסרעדן א ווארט פון שוואכקייט, אויב ער וויל אפשר דאווענען מנחה מיט מנין, ווייל שוין צוויי און א האלב חדשים וואס ער געפינט זיך אין דער פרעמד, און ער האט נישט געהאט א 'מנין' צום דאווענען. האט ער געענטפערט אז יא, ער וויל דאווענען א תפילה בציבור. זיי האבן ב"ה באוויזן צוזאמענצושטעלן א מנין אידן צו דאווענען מנחה, און מ'האט געדאוונט מנחה מיט גרויס כוונה און מיט צובראכענע הערצער. דאן האט פאסירט דער גרויסער וואונדער: אזוי ווי זיי האבן געענדיגט דאווענען מנחה, האבן די דאקטוירים געמאלדן אז מ'האט געפונען א פאסיגע לונג, און א טאג שפעטער האט מען טאקע איבערגעפלאנצט די לונג אינעם קערפער פון דעם עסקן. זעט מען פון דעם ווי ווייט עס דערגרייכט דער כח פון א תפילה פון טיפן הארצן.
יא. די תפילה ווערט נאך מער אנגענומען אויב דער מענטש ווערט נתעורר צו פארגיסן טרערן ביי די תפילה, ווי עס שטייט אין 'תנא דבי אליהו' (רבא כד) אז אלס שכר פאר די דריי טרערן וואס עשו האט אראפגעלאזט פון זיינע אויגן, האט מען אים געגעבן דאס לאנד שעיר, וואס עס פעלט דארט קיינמאל נישט קיין רעגן.
אין זוהר הקדוש, ווערט דערציילט די פאלגענדע מעשה נורא, וועגן דעם כח פון טרערן צו פועל'ן ביים אויבערשטען אפילו 'תחיית המתים' כפשוטו ממש. דער זוהר דערציילט (ח"ג רה.) אז רבי יוסי פון פקיעין איז נסתלק געווארן פון דער וועלט און ער האט איבערגעלאזט נאך זיך א קליינעם זון. דאס קינד האט גאר שטארק געוויינט און געבעטן פון באשעפער, ביז עס איז ארויס א 'בת קול' פון הימל וואס האט אויסגערופן: 'וואויל איז דיר, רבי יוסי, וואס די ווערטער (תפילות) פון דיין קליינעם 'ציגעלע' (זיין קינד) און זיינע טרערן, זענען ארויפגעקומען צום כסא הכבוד פון באשעפער און מ'האט דיך גע'משפט... און מ'האט דיר צוגעגעבן צום לעבן צוויי און צוואנציג יאר! ווייטער זאגט דארט דער זוהר, אז רבי אלעזר האט געזאגט, וואויל איז מיר אז איך האב געזען תחיית המתים. און רבי יוסף האט געזאגט, די 365 טרערן וואס מיין זון האט פארגאסן, זענען אריינגעגאנגען אין חשבון פאר'ן הייליגן באשעפער און ער האט רחמנות געהאט אויף מיר.
מן הבאר
מיר האבן שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט, אז אויך די תפילה פון רשעים איז מעורר רחמים אין הימל, ווייל דער אויבערשטער הערט יעדע אידישע תפילה, ווי מיר זאגן ביים דאווענען: 'כי אתה שומע תפילת כל פה'.
עס שטייט אין ספר 'משיבת נפש' (פון הגאון רבי יוחנן לוריא זצ"ל, מגדולי רבני אשכנז פאר פינף הונדערט יאר צוריק), אויפ'ן פסוק אין דער היינטיגער סדרה (כז, כב) 'הקל קול יעקב'. דער ערשטער 'קול' שטייט 'חסר', אן א ו', און דער צווייטער 'קול' איז 'מלא', מיט א ו'. כדי מרמז צו זיין, אז אויך ווען דער 'קול יעקב' (די תפילה) קומט פון איינעם וואס איז א 'קל', ווערט עס אויך גערעכנט ביי דעם אויבערשטען ווי א 'קול', און עס איז מבטל די 'ידים ידי עשו'.
האט מתפלל געווען און ער האט אונטערגעגראבן א 'לאך' צו די 'מזל' וואס איז באשטימט אויף קינדער, און דאן, 'ויעתר לו ה''. 'ויעתר' קען אויך מיינען 'ויחתר', דאס מיינט, אז דער אויבערשטער האט 'אויסגעגראבן' פאר אים א 'לאך' און ער האט אנגענומען זיין תפילה... זאגן די ספרים הקדושים, אז בעצם, לויט די דרך הטבע, איז בכלל נישט מעגליך געווען במציאות אז רבקה זאל האבן א קינד, נאר יצחק האט אזוי שטארק געדאוונט, ביז ער האט געעפנט אן 'ארט' אז די תפילה זאל אנגענומען ווערן, און ער האט ממש געווען פאר איר קינדער 'אויסער די סדרי בראשית'. די מדת הדין האט אבער געוואלט שטערן די זאך, דערפאר האט דער אויבערשטער 'אויסגעגראבן' און געמאכט א 'לאך', אנצונעמען די תפילות פון יצחק אבינו און רבקה אמינו ע"ה, כדי די מקטרגים זאלן נישט קענען שטערן די תפילה אנגענומען צו ווערן פאר דעם אויבערשטען.
דורך זיין תפילה, ווערט דער מענטש א 'נייע באשעפעניש', און אן אנדערע מציאות, ווי עס שרייבט דער 'ש"ך על התורה' (מגורי האר"י ז"ל, ריש פרשתינו), אז די סיבה פארוואס רבקה איז געווען אן עקרה איז געווען, כדי מ'זאל מתפלל זיין אויף איר און זי זאל ווערן אן אנדערע באשעפעניש (דורך די תפילה), צו זאגן אז זי איז נישט די זעלבע רבקה וואס איז די 'טאכטער פון בתואל', נאר זי איז א נייע 'רבקה', וואס אויף איר זאגט דער פסוק 'ותהר רבקה'. אויב אזוי, איז זי נישט די זעלבע רבקה, נאר אן אנדערע רבקה, וואס איז נישט די טאכטער פון בתואל. און דאס אלעס, כדי דאס אידישע פאלק זאל ארויסקומען ריין, און זיי זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אומות העולם.
און אויף דעם זאגט דער פסוק 'ויעתר', פונקט אזוי ווי דער 'עתר' - א נאפל, וואס טוט איבערדרייען די תבואה אינעם שייער, אזוי איז רבקה געווארן איבערגעדרייט פון אן עקרה, צו ווערן געהאלפן מיט קינדער דורך די תפילה...
שרייבט דער 'ש"ך על התורה' ווייטער, אז טאקע דערפאר איז לאה נישט געווען אן עקרה, ווייל ווען זי האט געוויינט אז זי זאל נישט אריינפאלן צו עשו הרשע [ווי דער פסוק זאגט (בראשית כט, יז) 'ועיני לאה רכות'], האט זי זיך שוין דעמאלס איבערגעדרייט, און ממילא איז זי נישט געווען די זעלבע 'לאה', ווייל יענע 'לאה' איז טאקע געווען פאר עשו, אבער יעצט איז זי געווען א נייע, אנדערע 'לאה'!
דער מדרש זאגט (ב"ר פמ"ה, ד) אז אלע אמהות זענען געווען עקרות, און צווישן די אבות, איז נאר אברהם אבינו ע"ה געווען אן עקר (עס ילקוט שמעוני, רמז עח). די כוונה דערפון איז, ווייל יצחק און יעקב זענען געבוירן געווארן בטהרה פון זייערע הייליגע אבות, צוליב דעם האבן זיי געקענט געבוירן בדרך הטבע. אבער אברהם אבינו ע"ה, וואס ער איז געווען א זון פון תרח וואס ער האט געדינט די עבודה זרה, און אויך די אמהות זענען אלע געווען די טעכטער פון רשעים, האבן זיי דעריבער געדארפט זיין עקרות כדי זיי זאלן נישט קענען געבוירן מיט'ן דרך הטבע, נאר דורך א סאך תפילות צום באשעפער, זענען זיי געהאלפן געווארן, און זענען געווארן ווי נייע באשעפענישן. דורך דעם איז אפגעטוהן געווארן די פארבינדונג און די שייכות וואס זיי האבן געהאט מיט די אומות העולם, און דורך דעם האבן זיי געקענט אויפשטעלן כלל ישראל בקדושה ובטהרה.
יב. די ספרים פרעגן, ווי אזוי קען א תפילה העלפן איבערצודרייען א גזירה? ביי דעם אויבערשטען, איז דאך נישט שייך א 'שינוי רצון', ער זאל טוישן זיין רצון, און דער מצב פון א מענטש זאל זיך טוישן צום גוטן דורך א תפילה. ענטפערט דער 'בני יששכר' (מאמרי השבתות, מאמר ח, אות ז) אין נאמען פון די תלמידי בעל שם טוב זי"ע, אז זיי האבן געזאגט, וויבאלד אז דורך די תפילה ווערט דער מענטש צוגעקלעבט צו א העכערן ארט און ער ווערט איבערגעדרייט צו א נייעם מענטש, איז כאטש ס'איז נגזר געווארן חלילה א גזירה אויף אים, אבער ווען ער דאווענט צו דעם אויבערשטען ברוך הוא, דער 'מהוה כל הויות', קלעבט ער זיך אן דעמאלס צו א העכערן ארט, און ער ווערט אן אנדערע 'הויה'. ממילא איז עס נישט אין גדר פון א 'שינוי רצון' ביי דעם אויבערשטען כביכול, ווייל אויף די נייע באשעפעניש וואס ער איז יעצט, איז די גזירה נישט ארויסגעגעבן געווארן.
דער 'בני יששכר' אליין ענטפערט, אז עס הייסט נישט א 'שינוי רצון', ווייל דאס אליין איז א חלק פון דעם באשעפער'ס גזירה, אז אויב דער מענטש וועט מתפלל זיין צו אים, זאל די גאנצע גזירה געטוישט ווערן צום גוטן.
על דרך ווי עס שרייבט דער 'עיקרים' (מאמר ד' פי"ח) א משל צו א קעניג וואס האט ארויסגעגעבן א גזירה, אז יעדער איינער אין זיין לאנד וואס איז נישט גע'מל'עט, איז מחויב מיתה. איז דאך פשוט אז ווער עס וועט לויפן זיך מל'ען, וועט געראטעוועט ווערן פון דער גזירה, ווייל ער איז דאך שוין מער נישט אין כלל פון די 'ערלים' וואס זענען נישט גע'מל'עט. דאס זעלבע איז מיט'ן מענטש וואס דאוונט צו דעם אויבערשטען. זיין גאנצער מהות ווערט געטוישט, ער איז יעצט א 'נייער' מענטש, און אויף אים איז נישט ארויסגעגעבן געווארן די גזירה.