וכנוסח הידוע: אז ס'איז לייכטער ארויסנעמען אידן פון גלות, ווי ארויסצונעמען דעם גלות פון אידן
וכנוסח הידוע: אז ס'איז לייכטער ארויסנעמען אידן פון גלות, ווי ארויסצונעמען דעם גלות פון אידן
ז. און דעם מעמד ומצב רופט מען אן "זעלבסטשטענדיקייט" און "עצמאות" - בשעת אז דאס איז א גרעסערער גלות פון דעם גלות אין וועלכן ס'האט זיך געפונען א איד אין ארעמאן רח"ל אין א קליין שטעטל אין רוסלאנד אדער אין פוילן,
וואס יענער האט געציטערט פאר א גוי, עאכו"כ פאר א גוי וואס איז נאך געווען מיט א קנעפל (ווי מ'פלעגט דאס דעמולט אנרופן) - אבער דער ציטערן האט געצייגט עפעס א ממשות, ווארום ווען דער גוי וואלט אים געוואלט געבן א שמייץ, וואלט ניט געווען ווער ס'זאל אים קענען אפהאלטן;
אבער איצטער איז מען מזמין דעם גוי ער זאל קומען צום אידן, און דארטן זאל ער ווערן א בעה"ב, און דארטן וועט מען זיך אויסטענה'ן מיט אים, און אין וואס באשטייט די טענה - אז "אחיו אתה",
דו ביסט אן איש צדק ויושר, דו האסט א טענה צודק, מ'האט אבער קיין ברירה ניט און מ'דארף עפעס באווארענען וכו' - איז גיב להבדיל א שמייכל, און מ'פארלאנגט פון דיר נאכמער: זאלסט זאגן בדבור אז דו ביסט צופרידן, און מ'פארלאנגט פון דיר נאכמער: זאלסט געבן נשק צו די מדינות שמסביב און געבן אידן לכה"פ א דריטל דערפון!
וואס אלץ ווייסטו אז נאך אלע הפלאות וואס מ'האט געגעבן צו אידן כלי נשק, האט מען געגעבן כמ"פ ככה צום צד שכנגד - ס'איז מערניט וואס מ'דערציילט ניט וועגן דעם, ביז וואנעט אז ווען ס'האט זיך געפונען איינער פון אנשי הצבא וואס האט זיך ארויסגעכאפט מיט א ווארט (וואס מכחיש זיין אים קען מען ניט, ווארום ער האט דאך געזען דעם אמת) - מאכט מען א טומל אז ער האט ניט געהאט קיין רשות זאגן אזא זאך!
ס'רעדט זיך וועגן אן ענין פון פקו"נ - דינעט מען זיך צי מ'מעג דאס מגלה זיין, אדער אז מ'דארף איינרעדן א שלום עליך, און ווי אזוי וועט זיין א שלום של קיימא - דורך דערויף וואס מ'וועט אפגעבן נאך א שטח פון א"י, נאך אן ענין פון תורת ישראל, און נאך אן ענין פון בנ"י!
ח. וכמדובר כמ"פ אז בשעת מ'געפינט זיך אין א גלות בנפשו פנימה - קומט ארויס דער ענין הגלות אין זיין טראכטן וכו', אז ער טראכט אין א קרומען וועג ווי ס'דארף טראכטן "גלות", און ניט ווי ס'דארף טראכטן א איד, אפילו א איד וואס געפינט זיך אין גלות.
....וכנוסח הידוע אז ס'איז לייכטער ארויסנעמען אידן פון גלות, ווי ארויסצונעמען דעם גלות פון אידן, און אויב ער האט ניט דעם הרגש פון חירות, איז דאס ניט דערפאר וואס ער געפינט זיך אין גלות, נאר ס'איז דערפאר וואס ער האט אריינגענומען דעם גלות אין זיך.
ובלשון המשנה (אבות פ"ו מ"ב) אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה....
(אחשי"פ תשי"ז)
וואס א איד קען זיך געפינען אין גלות, און בשעת מעשה זאל ער שטיין אין א מעמד ומצב פון חירות אמיתי, ווארום "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה" (אבות שם), ווארום דער ענין הגלות קען אנגרייף מערניט ווי דעם גוף, אבער ניט די נשמה.
וכידוע דער ווארט פון דעם רבי'ן נ"ע וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו (לקו"ד כרך ד תרצב, א): אז נשמה איז מלכתחילה ניט געגאנגען אין גלות, מערניט דער גוף, וואס דארפן איז פארשטאנדיק, אז אין זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט דער נשמה, מיט אידישקייט, איז קיינער ניט קיין בעה"ב אויף א איד.
(משיחת ל"ג בעומר ה'תשל"ח)
