וויאזוי לעשט מען דעם פייער פון עולם הזה?
כריח השדה אשר ברכו ה' // א פארברענגען
אידישע אינטערעסאנטע טבע. א איד קען פארמאגן א סוקסעספולע ביזנעס, א שיינע גרויסע הויז, און אלע גשמיות'דיגע תענוגים, אבער ערגעץ טיף אינעווייניג נאגט אים עפעס... מ'קען זיך פרובירן אנצופילן מיט אלע סארט הנאות פונעם עולם הזה, אבער עפעס פעלט, מען ווערט נישט זאט. עס בלייבט אייביג דער שטילער געפיל אז 'נישט דאס איז עס'...
אבער פון דער אנדערער זייט, כאטש מיר ווייסן קלאר אז די תענוגים פון דער וועלט וועלן אונז קיינמאל נישט אמת'דיג באפרידיגן, האט דער עולם הזה פארט א מעכטיגן צוציאונגס קראפט. די דרויסנדיגע גלאנץ און בליץ פון דער וועלט פארבלענדט אונז איינמאל און נאכאמאל.
פון וואו נעמט זיך די אינערליכע בענקשאפט צו העכערקייט, און וואס איז די עצה ווען די תאוות פלאקערן און ברענען יא, וויאזוי קען מען זיי שטיל מאכן?
קינדער
האבן
אן
יצחק אבינו; א לעבן פון לעתיד לבא
ביי יצחק אבינו געפינען מיר דריי ענליכע מאמרי חז"ל, פון וואו מ'זעט דעם זעלבן יסוד, אז יצחק אבינו האט שוין געלעבט א לעבן פון לעתיד לבא, אפילו דא אויף דער וועלט.
א. די גמרא זאגט (שבת פט, ב): אז די גאולה העתידה ווען זיין בזכות יצחק אבינו. (ולכן נאמר דווקא עליו הפסוק 'כי אתה אבינו'). און דער בעל התניא איז מבאר (תורה אור, פרשת תולדות) דעם טעם דערפון, ווייל יצחק'ס עבודה איז געווען יראה, 'פחד יצחק', וואס די פנימיות'דיגע באדייט דערפון איז 'ביטול'. און אט די מדריגה פון ביטול וועט בשלימות נתגלה ווערן לעתיד לבא, דעריבער וועט די גאולה קומען דוקא אין זכות פון יצחק, ווייל דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן זיין בחינה פון 'ביטול'.
ב. אויף אלע אבות זאגן חז"ל (ב"ב טז, ב) אז 'הטעימן הקב"ה מעין עולם הבא', אבער ביי יצחק איז עס געווען איז עס געווען אסאך מער ווי בלויז א 'מעין עולם הבא', ווי חז"ל זאגן (זח"א ס, א, פרקי דר"א פל"א) אז בשעת דעם נסיון העקידה, איז געווען 'פרחה נשמתו' און 'נמשך בו נשמה מעלמא דאתי'. קומט אויס אז זיין גאנצע לעבן נאכ'ן עקידה איז געווען ממש אן אמת'ע בחינה און דוגמא פון לעתיד לבא.
ג. ווען יעקב איז אריינגעגאנגען צו יצחק נעמען די ברכות, שטייט אין פסוק (תולדות כז, כז): 'וירח את ריח בגדיו ויאמר ראה ריח בני כריח השדה אשר ברכו ה''. און דער מדרש (ב"ר סוף פרשה סה) טייטשט אז ער האט געשמעקט א ריח פון גן עדן. דאס באדייט, אז געווענליך, ווען א נשמה קומט אראפ פון גן עדן, איז דא א מלאך וואס מאכט אז די נשמה זאל אלעס פארגעסן פון דארט, ווייל אויב דער מענטש וואלט געדענקט די הויכע גילויים פון גן עדן, וואלט עס מבלבל געווען זיין עבודה בעולם הזה. אבער ביי יצחק אבינו איז יא געבליבן אינגאנצן אפן דער חוש צו שפירן און דערקענען דעם ריח פון גן עדן, אויך אויף דער וועלט! אפילו נאכדעם וואס ער איז צוריקגעקומען אין א גוף 'בעלמא הדין', זענען געבליבן מיט אים די רוחניות'דיגע גילויים פון גן עדן.
אונזער ירושה פון יצחק אבינו
חז"ל זאגן (ברכות טז, ב): 'אין קורין אבות אלא לשלשה', איז דער בעל התניא מסביר (תורה אור, ריש פרשת וארא): בדרך כלל האט זיך יעדער צדיק זיין אייגענע דרך העבודה, און נישט יעדע מדרגה פון א צדיק ווערט שפעטער נמשך צו יעדן פשוט'ן איד. אנדערש זענען אבער די אבות הק'; יעדער איד זאגט דאך ביים דאווענען 'אלקי אברהם, אלקי יצחק ואלקי יעקב', ווייל זייערע עבודות זענען געווארן אריינגעקריצט אין דעם 'מהות הטבע' פון יעדן איינציגן איד, לעד לעולמי עולמים.
אט דאס איז דער סוד פון דער אינערליכער טבע פון א איד וואס בענקט שטענדיג צו רוחניות: ס'איז פארהאן א באהאלטענע חלק אין יעדן איינציגן איד, וואס מיר האבן באקומען בירושה פון יצחק אבינו, וואס לעבט שוין יעצט מיט א קלארן בליק פון עולם הבא. דאס איז א ריינע ווינקל אין דער נשמה, וואס ווערט בכלל נישט געטריבן פון די נארישע תענוגים פון דער וועלט, נאר איר איינציגסטער רצון איז בלויז 'לחזות בנועם ה''. דער טיפע חלק פון דער נשמה קוקט אויף דער וועלט מיט אמת'ע ברילן, זי ווערט נישט באפרידיגט מיט קיין שום גשמיות'דיגע תענוגים, נאר זי שטרעבט און גארט אלעמאל צו איר עכטן תכלית – 'לשמש את קוני'.
א העכערן בליק אויף די תענוגים פון דער וועלט
וואס טוט מען אבער למעשה אין א שווערע מינוט, ווען
פסולת מתענוג אלקות שהנשמות נהנין ומתענגין מזיו השכינה התענוג נמצא בכל גשמיות שבעולם השפל וכמו שאנו רואים שיש בחי' תענוג בכל חושי הנפש ראיה שמיעה ריח דבור . . וכה"ג יש בחי' תענוג בכל חומר הגשמי שבעולם והוא בחי' פסולת התענוג העליון והנה באמת בחינת התענוג הגשמי הוא נמשך מבחי' התענוג הרוחני ע"ד מארז"ל אין לך עשב מלמטה שאין לו מזל מלמעלה כו' והרי מתיקת העשב נמשך ונולד מן המזל המכהו ומגדלו, ובאמת הוא רק פסולת מתענוג אלקות שהנשמות נהנין ומתענגין מזיו השכינה שהוא נפלא כו' כי העוה"ז הוא עולם השפל שהאלקות הוא בהעלם והסתר גדול עד"מ קליפת הפרי שמסתרת לפרי.
מען האט אים געגעבן די כח מען האט אים געגעבן דעם כוח פון אלקי יצחק, אריינצוקוקן און זיך פארטיפן אין דעם ענין פון לעתיד לבא און גן עדן, עד כדי כך אז ביי אים קען אויך איצטער זיין ראה ריח וגו', אז אלע תענוגים פון דער וועלט — אפילו די אמת'ע תענוגים — זענען מער נישט ווי פסולת פון די תענוגים פון גן עדן, היינט ווי וועט ער אוועקלייגן דעם עיקר תענוג צוליב באקומען די פסולת? . . דערפאר דארף ער אלע זיינע געדאנקען אריינטוהן אין דעם עיקר, וואס דער וועג צו דעם איז ביטול, וואס אין עבודה איז דאס דער ענין פון קבלת עול. . . און דאס איז אויך דער ענין פון יצחק'ן, "פחד יצחק" — ביטול און קבלת עול.
"עס ברענגט אז ער זאל אנהויבן לעבן א "אונזערע אמונה ובטחון זאל ווערן אזוי'חיי עולם הבא', מיט א העכערע שאיפה צו שטארק איינגעקריצט אין אונזערקדושה. ער קוקט אויף דער וועלט מיט א ריכטיגן בליק, נישט אויף איהרע תענוגים,גשמיות'דיגן מח און הארץ, אז ס'זאל קענען נאר וויאזוי אויסצונוצן יעדע זאך פַאר'ןאריינברענגען אן אמת'ן רואיגקייט אפילו אמת'ן ציל פון 'לשמש את קוני'.אין צייטן פון דחקות און אומזיכערקייט. דער קרבת אלקים זאל אונז אריינברענגען דעם געפיל אז מ'דארף גארנישט אנדערש אויף דער וועלט, און מ'איז נישט אנגעוויזןדער 'עולם הזה' ציעט יא פון אלע זייטן; ווען אויף קיין שום בשר ודם – פשוט ווייל מירמען באגעגנט זיך מיט'ן גלאנץ פון גשמיות'דיגע זענען נאנט צום אויבערשטן און מיר זענעןהצלחות; ווען מ'כאפט התפעלות און מ'שפירט ווי אייביג ארומגענומען מיט זיין ליבשאפט.דער כח המושך פונעם עולם הזה רייסט שטיקער?
דא קומט אריין דער כח פון יצחק אבינו: תורת החסידות לערנט אונז, אז דער זעלבער אינערליכער חלק וואס לאזט אונז קיינמאל נישט שפירן קיין אמת'ע זאטקייט און צופרידנקייט פון בלויזע גשמיות — דאס איז דער זעלבער כח וואס קען אונז אויך אויפהייבן צו קוקן אויף דער וועלט מיט א העכערן און קלארערן פערספעקטיוו. ווייל ווען א איד שפירט און לעבט מיט דער תשוקה אז ער וויל בלויז דעם תענוג אין אלוקות, דעמאלט פאלט ממילא אוועק אלע אנדערע תענוגים פון דער וועלט.
דאס פאסירט אודאי נישט פון זיך אליין; עס פאדערט אן אמת'ע, אינערליכע עבודה, וואס רופט זיך 'התבוננות'. ווען א איד שטעלט זיך אפ און טראכט אריין אין די טיפע תענוגים פון 'לעתיד לבוא' און 'גן עדן', הייבט ער אן צוביסלעך דערהערן אז אפילו די בעסטע און גרעסטע הנאות פונעם עולם הזה, זענען בלויז ווי 'פסולת' קעגן די ריכטיגע תענוג פון דביקות אין די רבש"ע.
לעבן מיט אמת'ע ברילן
די התבוננות ברענגט אז דער איד זאל אנהויבן לעבן א 'חיי עולם הבא', מיט א העכערע שאיפה צו קדושה. ער זאל קוקן אויף דער וועלט מיט א ריכטיגן בליק, נישט אויף די תענוגים פונעם עולם הזה, נאר וויאזוי אויסצוניצן יעדע זאך אויף דער וועלט פאַר'ן אמת'ן ציל פון 'לשמש את קוני'.
מ'דארף זיך בלויז דערמאנען און אויפוועקן די אינערליכע טבע וואס מיר האבן באקומען בירושה פון יצחק אבינו, צו זעהן וואס ליגט אונטער די קוליסן, וואס דעמאלט זעט מען קלאר אז די תענוגי העולם זענען בלויז א בלאסער שאטן, א ליידיגע שאלעכץ פון דעם עכטן תענוג וואס ליגט באמת אין אונזערע הענט. און דעמאלט דערהערט מען אז יעדע זאך וואס פאסירט, סיי אין ביזנעס, סיי אינעם פריוואטן לעבן, און סיי אויף דער גרויסער וועלט, איז אלעס בהשגחה פרטית מיט איין תכלית: צו מגלה זיין אחדות ה' און צו העלפן פאר קיום התורה והמצוות.
ווען מ'לעבט מיט דער דאזיגער הכרה, באקומט יעדע מינוט פונעם לעבן א פיל טיפערן באדייט. אנשטאט צו פארשווענדן אונזערע כחות אויפ'ן טפל, לייגט מען זיך אינגאנצן אריין אינעם עיקר — אין תורה, עבודה און דביקות בה'. מיט אזא צוגאנג ווערט דער ברען פון עולם הזה צוביסלעך אפגעשטילט; מען הייבט אן באמת אטעמען דעם ריינעם ריח פון גן עדן, און מען לעבט שוין יעצט אן אמת'ער לעבן פון לעתיד לבוא. לחיים אידן, לחיים ולברכה!
לקוטי תורה שלח מו, ד לקוטי שיחות ח"א, ע' 51