Skip to content

ווען א איד האלט זיך נידריג, ווערט זיין תפילה מער אנגענומען!

וַיֶעְתַר יִצְחָק לה' לְנֹכַח אִשְתו כִי עֲקָרָה הִוא וַי עָתֶר לו ה' וַתַהַר רִבְקָה אִשְתו (כה, כא)

און יצחק האט פארמערט תפילות צום אויבערשטן, קעגנאיבער זיין ווייב [-זי האט אויך מתפלל געווען], ווייל זי איז אן 'עקרה', און דער אויבערשטער האט אנגענומען זיינע תפילות, און רבקה איז געהאלפן געווארן

רש"י טייטשט, אז דער פסוק דרוקט דוקא "ויעתר לו" – דער אויבערשטער האט אנגענומען זיינע תפילות, ווייל השי"ת צוגעהערט נאר צו די תפלה פון יצחק און נישט צו די תפלה פון רבקה, ווייל די תפלה פון א צדיק וואס איז א זון פון א צדיק, איז נישט די זעלבע ווי די תפלה פון א צדיק וואס איז א זון פון א רשע.

דער הייליגער בת עין זי"ע איז מרמז אין דעם פסוק, און אין די ווערטער פון רש"י, א געוואלדיגער יסוד אין עבודת ה' בכלליות, וואס איז ספעציעל שטארק נוגע ווען א מענטש שטעלט זיך דאווענען און בעטן זיינע בקשות פון השי"ת.

ער איז מקדים א טייטש פונעם הייליגן רבי וואלף פון זיטאמיר זי"ע, אויף דאס וואס מיר זאגן ביים דאווענען (ברכת 'ישתבח)' 'הבוחר בשירי זמרה', וואס ער טייטשט, אז 'זמרה' גייט ארויף אויפן דאווענען (וואס איז שירות ותשבחות), און 'שירי' איז מלשון 'שיריים,' וואס איז מרמז אויף די מדה פון 'ענוה' (ער האלט זיך נישט פאר קיין 'עיקר)'. דאס איז פשט: 'הבוחר בשירי זמרה' - השי"ת קלויבט אויס, און ער און הערט צו, די תפלות פון אזא איינער וואס האלט זיך קליין אזויווי 'שיריים.'

איז דער הייליגער בת עין מסביר, אז דער עיקר עבודה פון א איד איז, צו זיין ביי זיך בענוה ושפלות מיט אן אמת, און ווען ער שטעלט זיך דאווענען פאר השי"ת דארף ער טראכטן ביי זיך: "לויט וויאזוי איך פיר זיך אויף, בין איך בכלל נישט ראוי אפילו צו רעדן איין וואָרט פאר'ן בורא כל העולמים, און מכל שכן אים נאך בעטן פארשידענע בקשות. נאר איך טו דאס נאר בזכות פון אונזער הייליגע אבות, וואס אין זייער זכות נעם איך די מוט צו רעדן צו השי"ת, און בזכותם האף איך אז השי"ת וועט טאקע צוהערן מיין געבעט."

אזא תפלה הערט השי"ת צו, אזויווי עס שטייט (תהלים קמה יט) 'קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת', דאס ווארט 'אמת' איז מרמז אויף די אבות הקדושים, און דער פסוק זאגט אונז, אז ווען א איד איז מתפלל צו השי"ת 'באמת,' דהיינו מיטן כח פון זכות אבות, דעמאלטס איז השי"ת נאנט צו אים, און ער איז מקבל זיין תפלה.

דאס איז אבער אלעס נאר שייך ביי איינער וואס זיינע עלטערן זענען טאקע געווען צדיקים, אבער ווען א 'צדיק בן רשע' שטעלט זיך דאווענען, קען ער דאך נישט בעטן בזכות אבות, און בעל כרחך מוז ער בעטן אין זיין אייגענעם זכות, און אזא תפלה נעמט נישט השי"ת אן אזוי שטארק, ווי אויבנדערמאנט אז השי"ת איז 'בוחר בשירי זמרה,' דוקא פון אזא איינער וואס האלט זיך ווי 'שיריים' און ער טראכט אז זיין תפלה איז נישט ווערד אז מען זאל דאס אננעמען.

יעצט לאמיר צוריקקומען צו די תפלות פון יצחק און רבקה, יצחק איז דאך געווען א 'צדיק בן צדיק,' ממילא איז זיין גאנצע תפלה געווען נאר בזכות אבות, אבער רבקה וואס איז געווען א 'צדיקת בן רשע,' האט געמוזט מתפלל זיין אין איר אייגענע זכות.

דאס זאגט אונז דער פסוק 'ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו,' אז די תפלה פון יצחק איז געווען א פארקערטע סארט תפלה ווי די תפלה פון רבקה, 'כי עקרה היא,' ווייל ביי רבקה'ס תפלה איז זי געווען דער 'עיקר,' וויבאלד זי האט נישט געקענט מתפלל זיין בזכות אבות, אבער ביי די תפלה פון יצחק איז געווען פונקט פארקערט, ער איז געווען די 'שיריים,' און די זכות אבות איז געווען די 'עיקר,' ממילא 'ויעתר לו ה'', האט השי"ת צוגעהערט דוקא די תפלה פון יצחק, ווייל השי"ת איז 'בוחר בשירי זמרה' ווי אויבנדערמאנט.

דאס זאגט רש"י, אז ס'איז נישט גלייך די תפילה פון א צדיק בן צדיק צו די תפילה פון א צדיק בן רשע, וויבאלד דער 'צדיק בן צדיק' קען מתפלל זיין בזכות אבות, און ער קען זיך האלטן נאר פאר 'שיריים,' אבער דער 'צדיק בן רשע' קען דאס נישט טון, נאר ער דארף זיך מאכן פאר אן 'עיקר,' ממילא איז די תפלה פונעם 'צדיק בן צדיק' מער אנגענומען ביי השי"ת, וויבאלד השי"ת איז 'בוחר בשירי זמרה.' יהי רצון איז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו קענען שטענדיג דאווענען בבחינת 'שיריים,' אמן כן יהי רצון .

ג ג בת עין פ' תולדות: ויעתר יצחק לה' לנכח אשתו כי עקרה הוא ויעתר לו ה' (כה כא). פירש רש"י, לו ולא לה, לפי שאינו דומה תפלת צדיק בן צדיק לתפלת צדיק בן רשע. ונוכל לומר על זה, דהנה שמעתי מהצדיק הקדוש רבי זאב מזיטאמיר פירוש הבוחר בשירי זמרה (תפילת ישתבח), היינו שבורא כל עולמים ב"ה בוחר בשיריים של זמרה, היינו למי שמשים עצמו כשיריים בשעת זמרה ותפלה ודפח"ח. ולהבין זה, דהנה עיקר העבדות הוא בחינת ענוה ושפלות באמת, היינו שיתבונן בשכלו כשעומד להתפלל לפני בורא כל עולמים ב"ה, שמצד מעשי איני ראוי לדבר דבר לפניו ית' ולבקש ממנו גדולה או קטנה, ואפילו פתחון פה לעמוד ולבקש מלפניו איני ראוי מצד מעשי, רק אני מבקש מהשי"ת שיעזור לי בזכות אבותי. ובחינת תפלה זו מקובלת לפניו ית,' כמאמר הכתוב (תהלים קמה יח) קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת, היינו שקרוב ה' לקוראיו לקבל תפלתם, כשיקראוהו באמת, היינו מצד זכות אבות,

PDF Preview