וויאזוי איז מען זוכה צו יראת שמים?
דברי חיזוק - אידיש | November 14, 2026
אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק (כה, יט)
אברהם האט געבוירן יצחק
דער הייליגער דברי ישראל פון מאדזשיץ זי"ע ערקלערט: אברהם האט זיך אויסגעצייכנט אין דער מידה פון ענוה, ווי ער האט געזאגט פארן אויבערשטן (בראשית יח, כז): "ואנכי עפר ואפר" [איך בין ווי ערד און אַש], און ס'איז באקאנט אז יצחק איז מרמז אויף די מידה פון יראה (תיקוני זוהר תיקון לג, עז.).
לויט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק: "אַבְרָהָם" – די מידה פון יראה, "הוֹלִיד אֶת יִצְחָק" – דאס האט צוגעברענגט און געבוירן די מידה פון יראה, ווי חז"ל זאגן (עבודה זרה כ:), אז דורך ענוה איז מען זוכה צו אמת'ע יראת שמים .
א א דברי ישראל: אברהם הוליד את יצחק. יש לרמז אברהם היינו מדת ענוה כמו שאמר ואנכי עפר ויצחק היינו מדת היראה כידוע. והנה ידוע אומרם ז"ל (ע"ז כ ב) ענוה מביא לידי יראה זהו שרמז אברהם הוליד את יצחק ר"ל ענוה מוליד יראה כנ"ל והבן.
View The Full Article (PDF)