Skip to content

וויאזוי איז מען זוכה צו לעבן מיט בטחון?

וַיִגְד ל הָאִיש וַי לֶךְ הָלוֹךְ וְגָדֵּל עַד כִי גָדַל מְאֹד (כו, יג)

און דער מענטש [יצחק] איז געווארן גרויס, און ער איז געווארן גרעסער און גרעסער, ביז ער איז געווארן גאר גרויס

אין ספר 'מבשר צדק' [פון הרה"ק רבי בער פון זלאטשוב זי"ע, א תלמיד פון רבי מיכל'ע זלאטשובער זי"ע] ערקלערט ער: א מענטש דארף זיך אינגאנצן פארלאזן אויפן אויבערשטן אין אלע זיינע עניינים. אבער ס'איז נישט מעגליך צו דערגרייכן צו אן אמת'ע בטחון אינעם אויבערשטן, נאר ווען מען איז זיך גענצליך מבטל, און מען גלייבט מיט אן אמונה שלימה, אז אלעס וואס פאסירט אין אלע וועלטן, קומט נאר פונעם אויבערשטן אליין, און בלויז ער געבט כח פאר אלע באשעפענישן צו קענען עפעס אויפטון, און דער מענטש איז גארנישט מיט נישט, ער האט נישט קיין שום אייגענע כוחות; ווען א מענטש ווייסט דאס מיט א קלארקייט, קען ער צוקומען צו א ריכטיגע בטחון אינעם אויבערשטן.

עס ווערט געברענגט (סידור האר"י), אז דער שם פון בטחון איז 'עד' [ווי דער פסוק זאגט (ישעיה כו, ד): "בטחו בה' עדי עד"]. און דער ענין פון זיך מבטל זיין גענצליך צום אויבערשטן, דאס ווערט אנגערופן 'מה' – אז דער מענטש שפירט "וואס בין איך דען?! איך בין דאך גארנישט מיט נישט".

לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פסוק: "וַיִגְד ל הָאִיש וַי לֶך הָלוֹך וְגָדֵּל עַד" – יצחק איז געווארן גרעסער און גרעסער אין דער מידה פון 'עד', וואס דאס ווייזט אויף בטחון, ווייל יצחק האט שטענדיג פארמערט און פארגרעסערט זיין בטחון, ביז ער האט זוכה געווען צו א שלימות'דיגע בטחון, און דער פסוק ערקלערט, וויאזוי האט ער זוכה געווען דערצו: "כִי גדַל מְאֹד" – וויבאלד ער איז געווען גרויס אין דעם ענין פון 'מאד', וואס דאס איז מרמז אויף א ביטול' [ווייל מא"ד איז די זעלבע גימטריא פון מ"ה, וואס דאס ווייזט אז מען האלט זיך ווי גארנישט], ווייל ווען א מענטש באגרייפט זיין נישטיגקייט, דאן קען ער גרינג צוקומען צו א שלימות'דיגע בטחון.

י י מבשר צדק: ויגדל האיש וילך הלוך וגדל עד כי גדל מאד. דהנה צריך האדם להיות בטחונו בו ית"ש בכל צרכו והנה אי אפשר לאדם לבוא אל הבטחון בשלימות אם לא שיבטל את עצמו מכל וכל ויבא לבחינת מ"ה ויאמין שכל העשיות שבכל העולמות הוא רק מאתו ית"ש והוא הוא הנותן כח לעשות חיל והאדם אינו רק כאפס וכאין ואז יכול לבא לבטחון באמת בהבוב"ה. וידוע דהשם של בטחון הוא 'עד' כדאיתא בסידור האר"י זלה"ה בקדושה דסידרא

PDF Preview