Skip to content

יעדע פעולה פון די אבות הקדושים טוט אויף לדורי דורות!

וְיִתֶן לְך אֶת בִרְכַת אַבְרָהָם לְך ו לְזַרְעֲך אִת ך לְרִשְת ך אֶת אֶרֶץ מְגֻרֶיך אֲשֶר נָתַן אֱלֹהִים לְאַבְרָהָם (כח, ד)

[יצחק האט געבענטשט יעקב:] און דער אויבערשטער זאל דיר געבן די ברכה פון אברהם, פאר דיר און פאר דיינע דורות, אז דו זאלסט ירש'ענען די לאנד וואו דו וואוינסט, וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אברהם

דער הייליגער חתם סופר זי"ע זאגט, אז אין די ווערטער 'לרשתך את ארץ מגוריך אשר נתן אלקים לאברהם' ליגט א באזונדערע ברכה, ווייל השי"ת האט געזאגט פאר אברהם אבינו (בראשית יג, יז) 'קום התהלך בארץ,' און אין דעם איז געווען א ברכה, אז די אלא מקומות וואו ער וועט גיין, וועלן די אידן זוכה זיין איינצונעמען ווען זיי וועלן אריינקומען אין ארץ ישראל, און אברהם אבינו איז דעמאלטס נאר געגאנגען אין ארץ ישראל און אין ארץ פלשתים.

יעצט האט יצחק געבענטשט יעקב 'לרשתך את ארץ מגוריך אשר נתן אלקים לאברהם,' אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט געבענטשט אברהם אבינו, אז איבעראל ווי ער איז געגאנגען וועלן די אידן זוכה זיין איינצונעמען, די זעלבע וועסטו אויך זוכה זיין 'לרשתך את ארץ מגוריך', אז אלע פלעצער ווי דו וועסט וואוינען וועלן די אידן ירש'נען.

די כוונה פון יצחק אבינו איז געווען, אז וויבאלד יעקב אבינו גייט דאך יעצט גיין וואוינען א שטיק צייט אין ארם נהרים, און דאס וועט יעצט זיין 'ארץ מגוריך,' ממילא וועלן די אידן אויך זוכה זיין דאס איינצונעמען, און דאס איז טאקע געווען די לאנד 'סוריא' וואס דוד המלך האט איינגענומען .

כב כב חתם סופר על התורה פ' תולדות (עמ' קלא): ארץ מגוריך אשר נתן אלקי' לאברהם. נ"ל זו היא ברכה מחודשת, שהקב"ה ברך אברהם קום התהלך וגו' ובכלל זה כל מקום התהלוכו יכבוש אלא שלא התהלך כ"א בא"י ובארץ פלשתים אשר כבשו ישראל חמשת סרני פלשתים, ועכשיו בירך יעקב אחר שהולך לארם נהרים ויהי' זה ארץ מגוריו יזכה גם לזה והיינו סורי' שכבש דהע"ה ארם נהרים וארם צובה ע"י זאת הברכה. ובזה י"ל פסוקי תהלי' [ס]' בהצותו את ארם נהרים ואת ארם צובה וישב יואב ויך את אדום בגיא מלח שנים עשר אלף, והתפלל אלקי' זנחתנו פרצתנו אנפת וגו' באלקים נעשה חיל והוא יבוס צרינו, כי יואב לא יכול לכבוש את ארם וחשב אולי נתקיים והי' כאשר תריד ולא תחול ברכת יצחק ארץ מגורך ע"כ ניסה יואב ויך את אדום, ע"כ כיון שהכה את אדום ראה שראוי שתחול ברכת אברהם ארץ מגורך ע"כ התאמץ בתפלה באלקי' נעשה חיל והוא יבוס צרינו.

PDF Preview