Skip to content

א מעשה פארן שבת טיש

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א:

מען זעט בחוש אז סיפורי צדיקים שיינט אריין יראת שמים, זייער אסאך פראבלעמען און שוועריגקייטן וועט מען זיך איינשפארן ווען מען וועט האבן אמונת צדיקים, און דערציילן סיפורי צדיקים - עס ברענגט צו אריינבאקן אין זיך דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים', סיפורי צדיקים וועט אונז האלטן ביי אידישקייט.

העומדים בבית ה' בלילות

לרגל זמן החורף - סיפורים ועובדות מפי כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע

די בחורים אין רודניק פלעגן בלייבן אין בית המדרש נאך שלש-סעודות אויף מוצאי שבת, און מען האט געזיצן און געלערנט ברציפות, א גאנצע צייט, און מען איז בכלל נישט אהיימגעגאנגען. מען איז געבליבן אין בית המדרש ביז דינסטאג נאכט!

דעמאלס איז מען אהיימגעגאנגען שלאפן געהעריג אין בעט פאר א פאר שעה, און ווי נאר עס איז געווארן לעכטיג אינדרויסן, איז מען צוריק געקומען אין בית המדרש און געלערנט ווייטער פלייסיג ברציפות, אן ארויסגיין פון בית המדרש ביז שבת קודש!

שבת איז מען האיים געגאנגען פאר די סעודות, און פון מוצאי שבת איז מען ווייטער געבליבן ביז דינסטאג און אזוי יעדע וואך. מען האט מסדר געווען אז מען זאל זיי ברענגען צו עסן אין שוהל, אזוי האבן זיי נישט געדארפט אהיים גיין. מיר האט מיין שוועסטער געברענגט צו עסן, און פאר אנדערע האבן זייערע קרובים זיי געברענגט, מען האט געברענגט א מאלצייט מיט נאך עפעס אין די זייט...

די בחורים האבן געגעסן אין ביהמ"ד און גארנישט ארויסגעגאנגען, אויסער דינסטאג, און שבת קודש.

אזוי האט מען געלערנט ברציפות, אן קיין "סדרים", און אן קיין דיבורים בטלים, מען האט נישט געקוקט אויף קיין זייגער, און אויך די עסן האט נישט געדויערט לענגער ווי פונעף מינוט... און מיט דעם אלעמען, זענען די בחורים געווען שפלים ביי זיך, און קיינער האט זיך נישט גרויס געהאלטן מיט דעם אז ער לערנט אסאך.

*

איך געדענק פון אלס קינד, ווי אזוי אין די ווינטער נעכט, פארטאגס, איז די בית המדרש געווען פול געפאקט, ביז עס איז נישט קיין איין ליידיגע פלאץ. ווען איך בין געווען א בחור, בין איך געווען אין דעם "צאנזער קלויז" אין שטאט "ריישא", און די קלויז איז געווען אזוי פול אז מען האט זיך געדארפט זעצן אויף די ערד לערנען! מען האט נישט געקענט אריבערגיין פון איין פלאץ צו די אנדערע אין בית המדרש, צוליב די אלע מענטשן וואס זענען געזיצן אויף די ערד. די עלטערע מענטשן זענען געזיצן אויף די בענק און געלערנט, און די בחורים אויף די ערד מיט א גמרא און א לעכטל אין די הענט. אויך איך בין דארט געזיצן צוזאמען מיט יעדעם, און אזוי האבן מיר געלערנט גאנצע נעכט...

א גאנצע נאכט איז די בית המדרש געווען אינגאנצן פול, ביז חצות איז געווען איין קבוצה וואס האט געלערנט, און פון חצות און ווייטער איז געקומען אנדערע מענטשן לערנען. אזוי איז מען געזיצן און געלערנט טאג און נאכט... אזוי איז געווען כמעט אין יעדע שטעטל, די בתי מדרשים זענען געווען פול, און בפרט שבת קודש האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש, פרייטאג צונאכטס, און שבת נאכמיטאג צו לערנען גמרא מיט תוספות...

*

אלס בחור האט זיך געמאכט מער ווי איינמאל, אז איך בין אנגעקומען צו א תוספות וואס איך האב מיר זייער געמוטשעט, און איך בין געבליבן אויף א גאנצע נאכט ביז איך האב מצליח געווען עס צו פארענטפערן...

(הרה"ג ר' שלום אליהו צבי זילבער ז"ל - ששמע מפי רבינו זי"ע)

*

ווען איך בין געווען א בחור האט זיך געמאכט אסאך נעכט, וואס אונז האבן "געדארפט יוצא זיין ברכת התורה" פון אנדערע, נאכדעם וואס מיר האבן זיך געזעצט לערנען נאך מעריב, און פלוצלינג איז מען אונז געקומען זאגן, אדער מיר האבן אליינס באמערקט אז עס איז שוין געווארן לעכטיג אינדרויסן...

(חדב"נ הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א - ששמע מפי רבינו זי"ע)

*

ווען איך בין געווען יונג, זענען מיר געזיצן א גאנצע נאכט אין ביהמ"ד און געלערנט, ווען "עס איז געווארן לעכטיג אינדרויסן האבן אונז זיך געוואונדערט: ווי אזוי איז די נאכט אזוי שנעל אריבער געלאפן..." אונז זענען געגאנגן קוקן וויפיל בלאט מיר האבן אנגעיאגט... דעמאלס האבן מיר פארשטאנען, אז ס'קען טאקע זיין אז ס'איז שוין א נייע טאג אויפן וועלט...

(שיעור חורש"י פרשת ויחי תשמ"ג) (שפע קודש וירא, רעד"ר ויחי תשל"ו) (פעולת צדיק לחיים)

PDF Preview