א פעקל געלט, ערב שבת נאכמיטאג
השגחה עליונה
ס'איז ערב שבת קודש. אין הויז פונעם גרויסן גאון רבי שלום הדאיה זצ"ל איז נאכנישט דא קיין פרוטה פאר צורכי שבת... אבער דער צדיק ווערט נישט צעבראכן, ער איז מחזק זיין רביצין מיט א פעסטע אמונה און בטחון.
אין ירושלים עיה"ק, האט געוואוינט דער הייליגן גאון און מקובל, רבי שלום הדאיה.
נישט קיין חילוק ווען, איז רבי שלום אלץ געזעצן אויף א טעפיך, זיין רוקן איינגעבויגן, געהאלטן אן אפענע ספר צווישן זיינע הענט, און זיינע אויגן טיף איינגעזונקען אין די שורות. פילע ירושלימ'ער אידן וואס זענען דורכגעגאנגען זיין פענסטער און געכאפט א בליק אויף זיין ליכטיגע געשטאלט, האבן אונטערגעלייגט עטליכע מטבעות אונטער זיין טעפיך, אזוי צו זוכה זיין צו שטיצן דעם צדיק.
צוליב זיין שוואכע זעה-קראפט צוזאמען מיט זיין גרויסע התמדה, האט רבי שלום קיינמאל נישט באמערקט ווען און ווער ס'לייגט אים אונטער געלט. ערשט ביינאכט, ווען ער האט באמערקט דאס געלט, האט ער עס גלייך איבערגעגעבן פאר זיין רביצין.
געווען איז עס איין פרייטאג. ווי זיין שטייגער, איז זיך רבי שלום געזעצן און געלערנט מיט א מורא'דיגע התמדה. ער האט געוואלט אריבערמישן די בלאט, ווען אויפאמאל איז אריינגעקומען די רביצין און געפרעגט אויב סיי ווער האט שוין אונטערגעלייגט עפעס געלט. "מ'דארף איינקויפן אויף שבת" - האט זי אנגעגעבן.
רבי שלום האט אומגעקוקט ארום זיך, אבער ניין, ס'איז דארט גארנישט געווען. קיינער האט נאך גארנישט געלייגט אונטערן טעפיך.
א צייט שפעטער איז די רביצין נאכאמאל אריין אין צימער, וועלנדיג וויסן אויב ס'איז שוין אריינגעקומען עפעס געלט פאר שבת. צו איר באדויער, איז נאך די טעפיך געווען זויבער...
דא האט זיך די רביצין אנגעהויבן זארגן. זי האט אויסגעדרוקט איר אנגסט פאר איר מאן, וואס האט איר רואיגערהייט געענטפערט: "דארפסט זיך גארנישט זארגן. לאמיר זיך אינגאנצן פארלאזן אויפן באשעפער, ער וועט אונז זיכער שיקן אלעס וואס מיר דארפן, און מיט א ברייטקייט...!"
רבי שלום האט ארויסגענומען א ליידיגע פאפיר און א פעדער. ער האט עס אראפגעלייגט און געפרעגט די רביצין: "זאג נאר, וואס דארף מען נאך איינקויפן אויף שבת?"
די רביצין אויסצורעכענען א ליסטע, בשעת דער צדיק רבי שלום האט אלעס אפגעשריבן: "חלות, גרינצייג, פיש, פלייש, געווירצן, פרוכט, וויין, מעל, אויל, צוקער, אייער, און אביסל נאש..." ווי נאר זי האט געענדיגט אלעס פארצולייגן, האט זיך רבי שלום האסטיג אויפגעשטעלט און אויסגערופן: "איך גיי צום כותל המערבי..."
די וועג אהין איז נישט געווען קורץ. אבער נאך א לאנגע צייט גיין מיט רואיגע, געמאסטענע טריט, איז רבי שלום ענדליך אנגעקומען צום שריד בית מקדשינו.
ער איז צוגעגאנגען צום כותל, אפירגענומען די ליסטע וואס ער האט נארוואס פארשריבן, און עס אריינגעלייגט צווישן די שטיינער. דערנאך, מיט א הארץ פול מיט ריינע אמונה, האט ער אנגעהויבן זאגן מיט גרויס געפיל, ווי גלייך א קינד רעדט צו זיין טאטן: "רבונו של עולם, טאטע אין הימל, איך דארף האבן געלט איינצוקויפן צרכי שבת קודש. ביטע, שיק אונז גענוג אויף שבת, אזוי אז ס'זאל זיין מיט א שפע...!"
דער גאון האט געענדיגט זיין תפילה. ער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעהויבן אהיימגיין.
אינמיטן שפאנען צווישן די שמאלע געסעלעך פון אלט-שטאט ירושלים, האט אים באמערקט פונדערווייטנס איינס פון די חשוב'ע ספרד'ישע אידן פון ירושלים, רבי יוסף אליהו שמע. רבי יוסף אליהו איז געווען פון די
איד, רבי שמואל יונגרייז שליט"א. אין לויף פון יענע גאנצע תקופה, האט ער זיך פרייוויליג אנגעבאטן צו דינען אלס אמבולאנס דרייווער און אריינפירן די מיידל אין שפיטאל, יעדעס מאל זי האט געדארפט אהינקומען אויף באהאנדלונגען.
מיר פארשטייען נישט און דארפן נישט פארשטיין קיין חשבונות פון הימל, אבער ליידער איז שוין די מיידל'ס גורל געווען פארזיגלט. איר צושטאנד האט זיך שטארק פארערגערט, און טראץ אלע באמיאונגען איז די קרענק געווארן אלץ שווערער, ביזן טאג כ"ו תמוז תשמ"ז ווען זי האט אויסגעהויעכט איר נשמה.
די איינציגסטע ירושה וואס יענע מיידל האט איבערגעלאזט, איז געווען א קייטל וואס זי האט ערגעצוואו געטראגן. מיין מאמע האט עס אוועקגעשאנקען פאר דעם געטרייען אמבולאנס דרייווער, אלס הכרת הטוב פאר זיינע איבערגעגעבענע לייסטונגען פאר יענע אידישע נשמה. ר' שמואל האט באשלאסן צו פארקויפן די קייטל און מנדב זיין דאס געלט פאר א בית המדרש אין זיין געגנט, לעילוי נשמת די נפטרת. נאכן ערהאלטן די נדבה, האבן די גבאים אין בית המדרש געלאזט אויפהענגען א טאוול, ווי ס'איז געשטאנען איר נאמען לזכרון עולם בהיכל ה'.
וויסנדיג אז די מיידל האט נישט קיין משפחה און אז איר יארצייט מאכט נישט אויס פאר קיינעם, האט מיין מאמע באשלאסן אז פון דעמאלטס אן ביזן היינטיגן טאג, יעדעס יאר ווען ס'געפאלט איר יארצייט, צו דערמאנען די משפחה צו לערנען משניות און צינדן ליכט לטובת איר נשמה. מיר קינדער האלטן טאקע איר יארצייט, מיר צינדן ליכט און לערנען משניות, ווי אויך פירט זיך מיין טאטע שליט"א צו זאגן קדיש נאך איר, אדער מאכט ער זיכער אז כאטש א צווייטער זאל זאגן קדיש.
דאס יאר, כ"ו תמוז ביינאכט, האט זיך די מיידל באוויזן צום דרייווער ר' שמואל אין חלום, און זי האט אים געפרעגט: "דו האסט נישט פארגעסן פון מיר, אמת?!" ר' שמואל האט זיך גלייך אויפגעוועקט, אינגאנצן דערשראקן און באזארגט. ער האט דערציילט זיינע
באקאנטע עסקנים אין די בארימטע ישיבה 'פורת יוסף'. 'ווארשיינליך דארף רבי שלום געלט אויף שבת' – איז אים ארויפגעשווימען א מחשבה אין קאפ; אריינגעשיקט גראד פון הימל.
רבי יוסף אליהו האט פארשנעלערט זיינע טריט, וועלנדיג אנקומען צום הויז איידער דער גאון קומט אן אהין. ווי נאר ער האט דערגרייכט רבי שלום'ס פענסטער, האט ער שנעל אונטערגעלייגט א שיינע סומע געלט אונטערן טעפיך, און שנעל אנטרינען פון ארט.
נישט לאנג דערויף, איז דער גאון אנגעקומען צו זיין שטוב. זיין רביצין, זעענדיג ווי איר גרויסער מאן שטייט ביים שוועל פון הויז, איז אים אנטקעגן געקומען. אבער בעפאר, האט זי אויפגעהויבן די טעפיך. 'אפשר איז שוין דארט ערגעצוואו אנגעקומען עפעס געלט, כאטש ס'איז פריער געווען ליידיג...' נאך דערצו, אז געווענליך אין אזא צייט זענען מענטשן פארנומען מיטן זיך צוגרייטן צום שבת, און ווער האט צייט אונטערצולייגן געלט?
אבער ווען זי האט דארט געטראפן דאס פעקל געלט, האט זיך רבי שלום הדאיה ברייט צושמייכלט און אויסגערופן: "האב איך דיר דען נישט געזאגט אז מ'דארף זיך נישט זארגן? דער באשעפער געבט פאר יעדן אלעס וואס ער דארף!"