א שמועס מיט די גליקליכע משפיעים

השגחה פרטית | October 31, 2026

זיכה וזכה

די וואך האבן א חידוש אנדערש פון געווענליך, ווי מיר האלטן אפ דעם שמועס מיט א ספעציעלער גאסט: דער חשוב’ער רב א בית המדרש אין ברוקלין, וואס איז זיך מטריח בכבודו ובעצמו צו ברענגען די גליונות אין זיין אייגענע ביהמ”ד וואו ער טוט עס פארשפרייטן.

וואס זיך אריינצולייגן אין די ענין פון פארשפרייטן די גליונות?

זייער פשוט: ווי נאר כ’האב געהאט געזען די גליונות, האב איך זיי געזען אלס אן אויסטערליש חשוב’ע זאך; א דבר שבקדושה וואס איז מרבה אן קיין שיעור אמונה און בטחון ביי אידישע קינדער. ביי דעם פונקט איז מיר נתעורר געווארן א געוואלדיגע תשוקה צו האבן א חלק אין דעם זיכוי הרבים, אזוי צו אויך זיין צווישן די אויף וועמען ס’שטייט “אין חטא בא על ידו”. אין אמת’ן אריין האב איך זיך שוין אלע יארן זייער שטארק געקאכט אין דעם ענין, ס’איז ממש געווען א מילתא דפשיטא ביי מיר. אבער אצינד, ווען איך זעה ווי אידן באקומען א טעימה דערפון, מ’שעפט זיך אן מיט די אלע אמת’ע, הייליגע רעיונות, איז ביי מיר געשטיגן די רצון צו האבן א האנט דערין. און טאקע דערפאר פיר איך זיך אראפצולייגן די גליונות אויף א טיש ביי מיר אין בית המדרש, כדי אידן זאלן עס מיטנעמען מיט זיך, עס גרונטליך דורכליינען און זיך אנשעפן מיט אירע אוצרות פון חיזוק. אייגנטליך שפיר איך אז דאס איז נאך א וועג וויאזוי איך קען ערפילן מיין אחריות אלס א רב בישראל; נעמליך, העלפן ווער ס’קומט אריין אין בית המדרש צו באקומען די מאקסימום התעלות אין אמונה און בטחון, ווי אויך די אלע קלארע, ריינע השקפות וואס ווערן דארט ארויסגעברענגט אין אלגעמיין.

דער רב האט סיי ווען מיטגעלעבט א ספעציעלע השגחה פרטית, וואס האט צוטון מיט די גליונות?

אוודאי, פונקט יעצט האב איך געהאט אזאנס! ס’איז געווען פאר יום טוב, און איך האב נישט געהאט קיין געלט פאר די הוצאות פון יום טוב. כ’האב פשוט נישט געוואוסט וואס צו טון. אזוי איז געווען ביז דער אויבערשטער האט צוגעפירט מיט א געוואלדיגע השגחה עליונה, אז די גליון איז אנגעקומען צו מיינע הענט און כ’האב דארט געליינט די מעשה מיט רבי אשר פריינד. דאס איז פאר מיר געווען ווי גלייך א ווינק פון הימל, ווייל מיין טאטע איז געווען מורא’דיג נאנט מיט רבי אשר. אזוי ארום האב איך געשפירט, אז פונקט ווען ס’איז דא א זאך וואס שטערט מיין מנוחה, שיקט מען מיר ספעציעל א ‘היימישע מעשה’ פון הימל, אזוי מיר צו מחזק זיין און שטארקן זיך נישט זארגן! מ’שיקט מיר א מעשה פון איינער וואס איז מיר נאנט צום הארץ, נאר כדי מיר צו לאזן הערן אז כ’זאל זיין רואיג און פארזיכערט אז מיטן אויבערשטנ’ס הילף וועט אלעס זיין אין בעסטן ארדענונג.

דערצו האב איך יעצט געהאט א מעשה ביי מיר אין בית המדרש, ווי ס’האט זיך געמאכט א פראבלעם מיט די מקוה, אזוי אז כ’האב געדארפט אריינגיין אין מקוה אין די נישט געווענליכע שעות, כדי דארט צו עפעס מסדר זיין. ווען כ’בין דארט אנגעקומען, איז דארט פונקט געווען איינער וואס האט געוואלט אריינגיין אין מקוה. אזוי רעדנדיג, האט ער מיר געזאגט אז ער וויל קומען דאווענען ביי אונז אויף יום טוב. פונקט אין יענע טעג איז געווען א געוויסע ענין וואס כ’האב געדארפט ערלעדיגן אין בית המדרש, אויף א פארנעם אז ס’האט געמוזט זיין מסודר נאך פאר יום טוב. דערביי האט מיר דער איד פארגעשלאגן צו ערלעדיגן דעם ענין אויפן בעסטן און שענסטן אופן. און אזוי איז טאקע געווען.

און אז מ’רעדט שוין, איז אפשר נישט אזוי פאסיג צו רעדן דערוועגן, אבער ווען ס’קומט די צייטן פון יום טוב ווערט א שטיקל ‘סטרעס’ ביי רבנים... די אלע פרטים און פרטי פרטים וואס דארפן קלאפן אין בית המדרש, לאזן זיי נישט צו קיין איבריגע רואיגקייט. אבער דאן האב איך פונקט געהאט געליינט די מעשה וואס הרב פנחס שאפער האט געשריבן בשם דעם גערער רבי’ן, איבער די “וידעת היום והשבות אל לבביך... אין עוד” – אז אויסער דעם אויבערשטנ’ס אויסשליסליכע הנהגה, דארף מען נישט וויסן פון גארנישט. ווי נאר כ’האב דאס געליינט האט מיר דאס געברענגט אזא רואיגקייט לכבוד יום טוב! כ’האב דערהערט אז ס’איז נישט מיין געשעפט ווער עס קומט יא אדער נישט, צי ס’איז פול אדער ליידיג, און אזוי ווייטער. מ’לעבט בלויז מיטן רבונו של עולם, און עפעס אנדערש איז נישטא!

וואס קען דער רב זאגן פאר אנדערע אידן וואס זענען נאכנישט זיכער אויב זיי זאלן פארשפרייטן דעם גליון?

ס’איז נישטא וואס צו רעדן, מ’קען ממש זען בחוש אז ווער אומער ס’טוט דערין צו העלפן אידן לעבן מיט השגחה פרטית, איז זוכה צו א באזונדערע סייעתא דשמיא! ס’איז נישט קיין שאלה אז ווען מ’טוט פארן אויבערשטנ’ס וועגן, טוט דער אויבערשטער צוריק בכפלי כפליים. אין איין ווארט: ווען מ’לעבט מיט השגחה פרטית – האט מען א רואיג לעבן.

PDF Preview