א צָאמִי גרייט ביים טיר!

השגחה פרטית | October 31, 2026

רבי ראובן יהודה לערנער פון בית שמש דערציילט:

געווען איז עס ווען מיין בעיבי האט אנגעהויבן וויינען, און מיר האבן אים געוואלט געבן זיין צָאמִי אים צו בארואיגן. מיר האבן עס פרובירט צו טרעפן, אבער ס'איז נישט געווען צו געפינען. מיר האבן נישט אויפגעגעבן, נאר ווייטער פרובירט זוכן. די בעיבי'ס געשרייען האבן אפגעהילעכט אינעם גאנצן הויז, בשעת די גאנצע עולם איז געווען העפטיג אנטשלאסן אויפצוהייבן יעדע זאך וואס איז נאר שייך – די בעט, די קאוטש, אלע קישענעס און דאכענעס. מאנכע האבן אוועקגערוקט די מיסט-קאסטן און אפילו אריינגעקוקט אינעווייניג, אנדערע האבן דורכגענישטערט די ערד, די טיש און די קאונטער, און טייל האבן גענומען די מיה צו עפענען און פארמאכן אלע שאפעס. פארשטייט זיך אז מיר נישט פארגעסן צו זאגן דעם "אמר רבי בנימין", אבער די איין צָאמִי וואס מיר האבן פארמאגט אין הויז האט נישט געהאלטן ביים זיך באווייזן...

די אנדערע קינדער זענען געגאנגען שלאפן, און איך האב איבערגענומען די ארבעט פון פרובירן איינצושלעפן די בעיבי, ברומענדיג א לידל בשעת'ן אים וויגן. און אזוי בין איך געווען פארנומען מיטן קינד פאר א לאנגע צייט, ביז ער איז ענדליך איינגעשלאפן. ערשט דעמאלטס האב איך געקענט גיין דאווענען מעריב. איי, וואס וועט זיין אויב ער וועט זיך אויפוועקן אינמיטן נאכט און נאכאמאל דארפן א צָאמִי? כ'האב נישט געהאט קיין אהנונג. כאטש יעצט, בחסדי שמים, איז ער געשלאפן...

ארויסגייענדיג פון הויז, האב איך באמערקט ווי עפעס טוט זיך לעבעדיג אין די מקלט (בונקער) פון אונזער בנין. אויס נייגער בין איך צוגעגאנגען, וועלנדיג זען וואס ס'גייט דארט פאר. דערביי האב איך געזען ווי מ'גרייט צו פעקלעך מיט איינלאדעגונגען פאר א געוויסע מסיבה, וואס וועט ווערן אפגעהאלטן דורך אן 'עזר נישואין' ארגאניזאציע.

אזוי ווי די מקלט געפינט זיך אין אונזער בנין, זענען מיר געווען די ערשטע צו באקומען די גרייטע פעקלעך. אזוי ארום, ווען איך בין צוריקגעקומען פון מעריב, האט מיר שוין אפגעווארט איינע אזא פעקל ביים טיר. כ'האב גלייך אויפגעריסן די איינפאק און באטראכט די אינהאלט. ס'איז דארט געווען א הערליך דיזיינטע בראשור, כ'האב עס אנגעהויבן דורכצוליינען און געזען ווי ס'ווערט ארויסגעברענגט אז די תקופה צווישן ווען מ'איז פארנומען צו בארואיגן א קינד מיט א צָאמִי, ביז די צייט ווען מ'איז זוכה אים צו באגלייטן אונטער די חופה מיט א ליכט אין האנט - איז פיל קורצער ווי מ'מיינט. און כדי בעסער ארויסצוברענגען די געדאנק, האבן זיי בייגעלייגט א ליכט מיט א צָאמִי...

דא שטיי איך מיט אן עכטע צָאמִי; טאקע דאס וואס כ'האב אזוי וויכטיג געדארפט. און אן קיין אנשטרעגונג; ס'איז אנגעקומען צו אונזער טיר.

כ'האב נישט קיין ספק אז 'עזר נישואין' טוט אויף אסאך געוואלדיגע זאכן צו העלפן אידישע קינדער חתונה מאכן זייערע קינדער, אבער אויסער די אלע 'גרויסארטיגע' אויפטואונגען, האב איך דעמאלטס געשפירט אז זיי זענען געווארן געשיקט פון הימל בלויז מיר צו העלפן פונקט יענע מינוט, דא, בשעת מיין בעיבי ליגט נאך אין זיין וויגעלע און א צָאמִי איז אים דערווייל די וויכטיגסטע זאך אין די וועלט...

און כ'בין אויך זיכער, אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט אונז דעמאלטס צוגעשיקט א צָאמִי אויפן גאלדענעם טאץ, אזוי אויך ווען דאס קינד וועט זיין עלטער און ס'וועט אנקומען די צייט ער זאל חתונה האבן, וועט ער אונז ווייטער שיקן אלעס וואס מיר דארפן דערפאר.

PDF Preview